ווידעאָ: לינגוויסטן רעדן וועגן חסידישן ייִדיש און די שפּראַך־חילוקים אינעם ניו־יאָרקער ייִדיש VIDEO: Linguists discuss Hasidic Yiddish and language divergence in New York Yiddish
די רעפֿעראַטן האָט מען געהאַלטן אויף דער ניו־יאָרקער ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין נאָוועמבער 2022

דוד בראַון, דער פֿאָרזיצער פֿון דער לינגוויסטיק־סעסיע אויף דער קאָנפֿערענץ Photo by Michael Brochstein
אויף דער צווייטאָגיקער ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין ניו־יאָרק דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער האָבן פֿיר לינגוויסטן געהאַלטן רעפֿעראַטן וועגן דער ייִדישער שפּראַך אין ניו־יאָרק.
די קאָנפֿערענץ, „אין די הייכן: אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אינעם נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק“, איז דורכגעפֿירט געוואָרן צום 15טן יאָרצײַט פֿונעם ייִדיש־פֿאָרשער און ־לערער ד״ר מרדכי שעכטער אויף די קאַמפּוסן פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר דעם 20סטן־21סטן נאָוועמבער 2022.
אײַזיק בלימאַן האָט גערעדט אויף ייִדיש וועגן דער טעמע, „חסידים, ייִדישיסטן און שפּראַכיקע דיווערגענץ אין ניו־יאָרקער ייִדיש“.
חיה רחל נאָווע, וואָס האָט אויך גערעדט אויף ייִדיש, האָט באַטאָנט די טעמע „פּראָ־ייִדיש־אַקטיוויזם אין חסידישע קהילות אין ניו־יאָרק נאָכן חורבן“.
לילי קאַהן און סאָניאַ יאַמפּאָלסקאַיאַ, וואָס האָבן געגעבן זייערע לעקציעס דורך זום אויף ענגליש, האָבן דיסקוטירט „הײַנטצײַטיקע צוויישפּראַכיקע פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן בײַ חרדים“.
הערשל גלעזער האָט רעפֿערירט אויף ייִדיש אויף דער טעמע „מרדכי שעכטער און די ׳פֿיר ייִדישע נאָרמיר־שיטות׳“.
געפֿירט דעם פֿאָרזיץ האָט דוד בראַון.
אָט איז די ווידעאָ־רעקאָרדירונג פֿון דער גאַנצער סעסיע.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
