די ייִדישע פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן-חיים איז אַוועק צו 98 יאָרYiddish poet Rivka Basman Ben-Hayim has died at 98
אינעם צוואַנגלאַגער האָט זי יעדן טאָג דעקלאַמירט אַ ליד וואָס זי האָט יענעם טאָג אָנגעשריבן, כּדי אויפֿצומינטערן די אַנדערע פֿרויען.

Graphic by Angelie Zaslavsky
מיטוואָך, דעם 22סטן מאַרץ איז די באַליבטע פּאָעטעסע און איבערזעצערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים אַוועק פֿון דער וועלט צו 98 יאָר, אין הרצליה, ישׂראל.
אין איינעם מיטן גרויסן פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער האָט זי געגרינדעט דעם ליטעראַרישן קרײַז „יונג ישׂראל“, וואָס האָט אויך אַרײַנגענומען די פּאָעטעסע רחל פֿישמאַן און שרײַבער צבֿי אײַזנמאַן. זי האָט געוווּנען אַ צאָל פּרעמיעס פֿאַר אירע ווערק, אַרײַנגערעכנט דעם איציק מאַנגער פּריז אין 1984 און דעם חיים זשיטלאָווסקי פּריז אין 1998.
„רבֿקה באַסמאַן בן חיים האָט זיך קונה-שם געווען מיט אירע כּסדרדיקע פּאָעטישע שאַפֿונגען און האָט זיך אײַנגעקריצט אין זכּרון פֿון אַלע אירע פֿאַרערער,“ האָט געזאָגט דער דירעקטאָר פֿון לייוויק־הויז, דניאל גלאַי. „ס’האָט בײַגעשטײַערט דערצו אויך איר וואַרעמע פּערזענלעכקייט און גרייטקייט תּמיד צו דערמוטיקן יעדן איינעם וואָס האָט זיך צו איר געוואָנדן — ווער ס׳האָט געבעטן בײַ איר אַן איבערזעצונג, ווער ס’האָט פֿון איר באַשטעלט אַ נײַע שאַפֿונג, ווער ס’האָט זיך גענויטיקט אין אויפֿקלערן אַ שווערן וואָרט…“
רבֿקה באַסמאַן איז געבוירן געוואָרן אין 1925 אין ווילקאָמיר, ליטע, בײַ יחזקאל און צפּורה באַסמאַן. די מאַמע איז געשטאָרבן אין 1930.
רבֿקה האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדישער עפֿנטלעכער שול און דערנאָך אין אַ ליטווישער מיטלשול. נאָך ווי אַ קינד האָט זי זיך אָנגעכאַפּט אין דער פּאָעזיע פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי. אין 1941 איז זי מיט דער משפּחה פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אינעם ווילנער געטאָ.
אינעם געטאָ האָט זי זיך באַקענט מיטן פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער און אים פֿאָרגעלייענט אירע לידער אויף ליטוויש און ייִדיש. ער האָט זי געמוטיקט צו שרײַבן בלויז אויף ייִדיש און איז פֿאַרבליבן איר וועגווײַזער און נאָענטער חבֿר אויפֿן גאַנצן לעבן.
איר טאַטען און אַכט־יאָריק ברודערל אַרעלע האָבן די נאַציס דערהרגעט און זי האָט מען פֿאַרשיקט אינעם צוואַנג־לאַגער פֿאַר פֿרויען — קײַזערוואַלד, אין ריגע.
ווי עס האָט געשריבן איר חבֿרטע, די ליטעראַטור־פֿאָרשערין זעלדאַ ניומאַן אינעם „ייִדישן פֿרויען אַרכיוו“: „דאָרט אינעם לאַגער האָט זי מיט צוויי אַנדערע פֿרויען באַשלאָסן אַז זיי וועלן יעדן טאָג טאָן עפּעס אויפֿצומינטערן דאָס געמיט פֿון די אַנדערע פֿרויען אין לאַגער. האָט איינע געזונגען אַ ליד, די צווייטע האָט געטאַנצט און רבֿקה האָט דעקלאַמירט אַ ליד וואָס זי האָט אין יענעם טאָג אָנגעשריבן.“
ווען דער לאַגער איז ליקווידירט געוואָרן האָט רבֿקה אַרויסגעשמוגלט די פּאַפּירעלעך מיט אירע לידער דורכן באַהאַלטן זיי אין מויל.
נאָך דער באַפֿרײַונג איז זי אַריבער קיין בעלגראַד, וווּ זי האָט זיך באַקענט און חתונה געהאַט מיטן קינסטלער שמואל „מולאַ“ בן־חיים. אין איינעם האָבן זיי אַרויסגעשמוגלט ייִדן פֿון אייראָפּע און זיי בשתּיקה געבראַכט קיין ארץ־ישׂראל.
אין 1947 האָט זי עולה געווען און מיט איר מאַן זיך באַזעצט אין קיבוץ המעפּיל. זי האָט באַקומען אַ דיפּלאָם פֿונעם ייִדישן לערער־סעמינאַר אין תּל־אָבֿיבֿ און זיך אויך געלערנט ליטעראַטור אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט. אין 1959 האָט זי אַרויסגעגעבן איר ערשטן באַנד לידער, „טויבן בײַם ברונעם“ (1959). צווישן אירע אַנדערע ווערק: „בלעטער פֿון וועגן“ (1967), „צעשאָטענע קרעלן“ (1982), „די שטילקייט ברענט“ (1992) און „די ערד געדענקט“ (1998).
די לוויה וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 27סטן מאַרץ, 1:00 נאָך מיטאָג אינעם בית־עולם פֿון קיבוץ המעפּיל. נאָך פּרטים קען מען קלינגען: 050-3045703.
כּבֿוד איר אָנדענק!
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
