Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי קען איך זיך נוקם זײַן אין דעם ייִנגל וואָס דערגייט מיר די יאָרן?How can I get back at that kid who keeps bullying me?

א נוקם ונוטר בין איך פֿון געבוירן אָן אָבער קיין לייבן־האַרץ פֿאַר די זאַכן האָב איך נישט.

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.

ער איז געווען א אידיש קינד, א היימיש יינגל, אבער ביי מיר איז ער געווען א שונא ישראל. וואס ער האט געוואלט פון מיין לעבן האב איך נישט קיין אנונג. יעדן טאג ביים אראפגיין פונעם חדר אויטאבוס פלעגט ער אנרייצן חברים און מיר נאכשרייען אין די גאסן פון שטאט מיט חוזק.

האב איך, ווי פילע אנדערע חדר אינגלעך געליטן פון דעם וואס מען רופט „בוליאינג“ — רדיפות מצד אנדערע קינדער — און געשוויגן, ביז איך האב עס דערציילט די מומען. פאר וואס דער מומען? איך האב דעמאלט געוואוינט ביי מיין פעטער־מומע ווייל טאטע־מאמע האבן מיך געשיקט אהין כדי איך זאל מיך אויסצומענטשלען פאר די בר מצווה.

הכלל, דערצייל איך דער מומען וועגן דעם אינגל, און זי איז נישט קיין מעגעלע, זי איז א פעפערל מיט שטענדיגע גנב׳ישע רעיונות. באלד קומט איר אויפן געדאנק, זי וועט נאר זאגן איין ווארט איר זון חיים דוד׳ן און ער וועט טון וואס מע דארף. חיים דוד (מיין יארגאנג) איז געבענטשט געווארן פונעם אויבערשטן, ער איז נישט קיין פחדן. „חיים דוד גיט דעם עונש אויפן פלאץ,“ האט זי מיר אמאל געזאגט ווען איך האב מיך צו איר איינמאל מתוודה געווען אז ווען ס׳קומט צו עמעצן לערנען בלק, קראץ איך זיך, שטופ אפ אויף מארגן, ווייל עס כאפט מיר אן דאס קדחת.

דערפאר איז נישט קיין וואונדער אז ווען איך האב איר דערציילט וועגן דעם טשעפנאק וואס דערגייט מיר די יארן אויף די גאסן, איז דער מומען איינגעפאלן איר חיים דוד׳ן, ווייל ער ווייסט וואס מען טוט אין אזעלעכע פאלן.

און ווירקליך, חיים דוד איז קיינעם קיינמאל נישט געבליבן שולדיג, ער איז נישט געווען קיין חסיד פון על שילשים ועל ריבעים. האט עמעצער זיך מיט אים פארטשעפעט האט יענער געהערט גרוסן פון זיינע הענט און פיס תוך כדי דיבור, באגלייט מיט א האגל וויליאמסבורגער קללות באשפרענקלט מיט טיפישע סאטמארער רי״ש׳ן. ער האט נישט געזוימט קיין שיעור חימוץ, קיין ברעקל צייט. איך ווידער בין נישט קיין בקי אין די זאכן. קודם ווער איך שאקירט, דערנאך ברויז איך: אזא חוצפה! דאן טראכט איך: בשום אופן נישט! איך קען דאס נישט צולאזן, איך בין דאך אויך עפעס א בעל כח, און דאן פלאן איך יענעם אנצואווייזן, און דאן ווער איך נערוועז, אנגעצויגן, ביז איך ווינטש זיך, הלוואי וואלט איך קיין מאל נישט געבוירן געווארן.

א נוקם ונוטר בין איך פון געבוירן אן, געלערנט אין שטוב ביי טאטע מאמע. טרעט איינער אויף מיינע געהירן, נעמט מיין בלוט זידן, מיין הארץ באכן, ס׳הייסט מען דארף דאך דעם בייזוויליגן לערנען לקח, אז נישט וועט דער יעניגער נאך מיינען ס׳איז הפקר א וועלט. אבער אז קיין לייבן הארץ פאר די זאכן האב איך נישט, האב איך אין אזעלעכע פאלן געלעבט אין אנגסט, אין פחד, אריינגעפאלן אין א פיינפולער ציקל פון אמביציעזע מחשבות. כ׳האב מיך אליינס נישט געקענט קוקן אין פנים אריין, אז איך וואס איך דארף זיין א לוחם, ווען עס קומט למעשה בין איך א גרויסער שטיק יאָקוש.

אבער תפילה טון א שטייגער ווי דער רבונו של עולם זאל זיך נוקם זיין אין דעם יעניגן האב איך נישט געוואלט, ווייל קודם כל, איך האב די צרה נישט געוואוסט וויאזוי צו נאגן, כ׳האב אינגאנצן נישט געוואוסט צי זאל איך עס רופן צרה צו א קרענק. צווייטנס, ווייזט דאס דאך אז איך בין א שוואכלינג, כאילו איך בין מקבל יענעם׳ס עול גלות און שריי שפוך חמתך. וואס איז דען יענער, א מאכטפולער מלך? בסך הכל א שנוק און איך וועל אים נאך אנלערנען! אפילו מיין פערזענליכן „כותל המערבי“ דעם פסיכאלאג אין פלעטבוש, האב איך זיך געשעמט דאס צו דערציילן, ווייל וואס זאל איך זאגן, אז איך האב מורא? ניין, איך האב דאך נישט מורא, דאס איז דאך דער ענין דא! האב איך געזאגט דעם פסיכאלאג אז איך לייד פון אזעלעכע קוריאזע פחדים ווי א פרעמדער טשוואק, און איך שווער אייך ביים פופיק, ער האט נישט פארשטאנען וואס איך רעד צו אים.

האב איך זיך גענומען מוט אין די לענדן, און דעם מחוצף׳ל מיט זיין באנדע אנגעהויבן נאכלויפן. אבער יענע ממזרימלעך קענען שנעלער לויפן, און אז איך האב אים שוין אמאל יא דערכאפט האט ער זיך ארויסגעגליטשט פון מיינע ליימענע הענט. געענדיגט האט זיך עס מיט דעם אז איך בין נאכגעלאפן דאס קינד ווי דער בעטלער מיטן שטעקן און געבליבן בין איך א גרויסער חוזק. יענע טשעפניקעס האבן מיר געלאכט אין די פויסטן, און מיין הארץ האט געטריפט מיט פארדראס, לעקיש איינער וואס איך בין.

הכלל, זאגט מיר די מומע, חיים דוד׳ן האמיר שוין, יעצט איז די שאלה וויאזוי קומט די קאץ איבערן וואסער? ווי כאפט מען דעם פויגל אין נעץ אריין? דאס הייסט, ווי פאנגט מען דעם יונגאטש אין א באהאלטענעם ארט וואו מען וועט אים קענען גוט אנבויקערן אן דעם אז עמעצער זאל אונדז זען?

און דא קומט אריין מוישי דער עילוי. מוישי דער פלייסיגער ישיבה בחור איז דער פיקח פון די משפחה, און ער האט אן עצה: גיי מיטאג צייט צו דעם יעניגנס שופלאד אין זיין כיתה, און נעם זיין חומש. ער וועט עס זוכן, וועלן מיר שפעטער ביינאכט רופן אז מיר האבן געטראפן דעם חומש אין דער און דער שיל, און דארטן הינטער דער שיל וועט עץ דעם יונגאטש אפווארטן, און טון וואס מען דארף.

(המשך קומט)

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.