אַ העברעיִשע איבערזעצונג און פֿאָרשונג װעגן ערשטן ייִדישן ראָמאַן, „דאָס שטערנטיכל“A Hebrew translation and analysis of the first Yiddish novel, ‘The Head-Covering’
דער ליטעראַטור־פֿאָרשער יונתן מאיר האַלט אַז מע דאַרף לײענען ישׂראל אַקסענפֿעלדס ראָמאַן אין קאָנטעקסט פֿון די חסידישע מעשׂיות.
אינעם 15טן נומער פֿון „דחק“, דער ישׂראלדיקער „צײַטשריפֿט פֿאַר גוטער ליטעראַטור“, האָט מען אַרױסגעברענגט אַ העברעיִשע איבערזעצונג פֿון די ערשטע פֿינף קאַפּיטלען פֿון ישׂראל אַקסענפֿעלדס „שטערנטיכל“, איבערגעזעצט פֿון אלי פֿורמאַן — מיר האָפֿן, אַן אָנזאָג אױף דער פֿאַרעפֿנטלעכונג פֿון דער גאַנצער איבערזעצונג. פֿורמאַן, אַ פֿאָרשער װאָס אַרבעט בײַם אַרכיװ פֿון יד־ושם אין ירושלים, גיט איבער אַז ער האָט טאַקע שױן איבערגעזעצט דאָס גאַנצע בוך.
אין „דחק“ געפֿינט זיך דער אָנהײב פֿון ראָמאַן צוזאַמען מיט אַן אַרײַנפֿיר פֿונעם ישׂראלדיקן פֿאָרשער יונתן מאיר. אין זײַן הקדמה טענהט מאיר אַז אױך די הײַנטצײַטיקע העברעיִשע ליטעראַטור דאַרף אַזאַ װערק װי „דאָס שטערנטיכל“.
אַזאַ טענה פֿאַרחידושט אַ ביסל: װאָס אַן אמת, אַקסענפֿעלד שילדערט די װעלט פֿונעם פּאָדאָליער שטעטל גאָר אױספֿירלעך און רעאַליסטיש, אָבער בעת־מעשׂה װײַזט ער אַרױס „פּרימיטיװע נאַיִװקײט“ — װי ס׳טענהט דער סאָװעטישער ליטעראַטור־פֿאָרשער מאיר װינער. װינער האָט אױך אָנגעװיזן אױף אַקסענפֿעלדס „סכעמאַטישער פּאַראָדיסטיק“. דערצו בלײַבט דעם אױטאָרס משׂכּילישע אידעאָלאָגיע עפּעס אױבנאױפֿיק.
אױב מע טוט טאַקע אַ לײען איבער אַקסענפֿעלדס ראָמאַן, טוט מען עס לאַװ דװקא דעריבער װאָס ס׳איז אַזאַ שפּאַנענדיקע דערצײלונג. מע נעמט עס אפֿשר אין האַנט אַרײַן צוליב דעם װאָס דאָס איז, כּלשון מאיר װינער, פֿאָרט „דער ערשטער ראָמאַן, געשריבן אין דער נײַער מזרח־אײראָפּעיִשער ייִדישער שפּראַך“ און „דער ערשטער אָריגינעלער נײַצײַטיקער ראָמאַן אין דער ייִדישער ליטעראַטור“. אַחוץ דעם איז די מעשׂה װעגן דעם שטערנבינדל אָדער „בינדאַליק“ מיט רעכט פֿאַררעכנט געװאָרן פֿאַר אַ היסטאָריש, לינגװיסטיש און עטנאָגראַפֿיש אינטערעסאַנטן מקור װאָס זאָגט עדות װעגן דעם ייִדישן לעבן אין אוקראַיִנע אָנהײב 19טן און אַפֿילו סוף 18טן יאָרהונדערט.
װאָס שײך דעם לשון האָט דער אַקסענפֿעלד־מומחה, מאיר װינער, אױפֿגעװיזן אַז דער ראָמאַן־שרײַבער „האָט פּינקטלעך פֿאַרפֿיקסירט דעם דעמלטיקן שפּראַך־נוסח פֿון פֿאַרשײדנסטע שיכטן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג.“ װײַטער האַלט װינער אַז אַקסענפֿעלדס „ניט־געהובליעװעטע, ניט־אַרומגעטעסעטע זאַצן פֿאַרמאָגן אַן אײגנאַרטיקן חן, װאָס שטאַמט, אַ פּנים, פֿון זײער נאַטירלעכקײט און פֿאָלקסטימלעכקײט.“
אױסער דעם שילדערט אַקסענפֿעלד, למשל, קלײדער און מאכלים מיט גרױס פּינקטלעכקײט און גיט אױך איבער אַ סך פּרטים װאָס שײך דער װירטשאַפֿט און געלט. בכן, האָבן פֿאָרשער זיך בעיקר אָפּגעשטעלט אױף די דאָזיקע דעטאַלן און אױף אַקסענפֿעלדס סאָציאַל־עקאָנאָמישער װיזיע װאָס שטעלט אַװעק דעם משׂכּיל װי אַ מין פּראָטאָ־קאַפּיטאַליסטישן מוסטער.
יונתן מאיר, אַ מומחה אינעם תּחום פֿון אַנטי־חסידישע סאַטירעס, האַלט װידער, אַז מע דאַרף לײענען „דאָס שטערנטיכל“ קודם־כּל אינעם קאָנטעקסט פֿון חסידישע מעשׂיות — אַזעלכע װי די שבֿחי־הבעש״ט אָדער ר׳ נחמנס סיפּורי־מעשׂיות. פּינקטלעכער געזאָגט געװאָרן, איז דער ראָמאַן אַ מין המשך פֿון דער משׂכּילישער סאַטירע לױטן נוסח פֿון יוסף פּערלס מגלה־טמירין („דער אַנטפּלעקער פֿון סודות“) — אַ בריװ־ראָמאַן װאָס מאַכט חוזק פֿונעם חסידישן שפּראַך־נוסח און װעלטבאַנעם. װי דער ליטעראַטור־היסטאָריקער ישׂראל צינבערג האָט אַרױסגעװיזן, איז אַקסענפֿעלד אױך שטאַרק מושפּע געװאָרן פֿונעם משׂכּיל יצחק בער לעװינזאָן.
לױט זײַנע משׂכּילישע חבֿרים, װי אַ שטײגער אַבֿרהם־בער גאָטלאָבער, איז דער יונגער אַקסענפֿעלד געװען אַ גרױסער מקורבֿ צו ר׳ נתן שטערנהאַרץ נעמיראָװער — זײַנעם אַ בן־עיר. שטערנהאַרץ האָט געהאַט אַ שם פֿאַר דעם בראַסלעװערס תּלמיד־מובֿהק און פֿאַרשריבן זײַן רבינס תּורה און לעבנס־געשיכטע. אין זײַן הקדמה װײַזט מאיר אָן אױף נײַע מקורים װאָס באַשטעטיקן דעם פֿאַקט װאָס אַקסענפֿעלד איז יונגערהײט געװען אַ בראַסלעװער חסיד: בעת די לעצטע 20 יאָר האָבן בראַסלעװער חסידים אַרױסגעגעבן נײַע אױסגאַבעס פֿון ספֿרים װוּ ר׳ נתן און ר׳ נחמן דערמאָנען — לגנאַי, פֿאַרשטײט זיך — אײנעם אַ חסיד װאָס איז אַראָפּ פֿון גלײַכן װעג.
פֿון קאָנטעקסט זעט אױס, און אַזױ האַלטן טאַקע די בראַסלעװער חסידים גופֿא, אַז דאָ רעדט זיך װעגן ישׂראל אַקסענפֿעלדן װאָס איז אַרױס לתּרבות רעה. ס׳איז אַ סבֿרא אַז אַקסענפֿעלד האָט אַפֿילו געהערט ר׳ נחמנס מעשׂיות פֿונעם צדיקס מױל אַלײן. אינעם „שטערנטיכל“ איז ניטאָ קײן ספֿק װאָס שײך דעם מחברס מײנונג בנוגע ר׳ נחמנס שטײגער אין חסידות. אינעם פֿיפֿטן קאַפּיטל (װאָס איז אױך אַרױס אין „דחק“) דערמאָנט ער עפּעס אַ רבין און זײַנע „משונהנע מעשׂיות“. יענער רבי טוט ניט אױף קײן מופֿתים, נאָר האַלט אין אײן „מעשׂהנען“, דאָס הײסט, „ער לײַגט און זאָגט ליגנס, אין אַן אַנדער מאָדע.“
פֿון דעם װאָס אַקסענפֿעלד איז לכתּחילה אַלײן געװען אַ חסיד און שפּעטער זיך אָפּגעטרײסלט פֿון חסידיזם, קענען מיר פֿאַרשטײן, פֿאַר װאָס חסידות, די רביים און — לױט אַקסענפֿעלדס השׂגות — דאָס חסידישע צבֿיעות האָבן געשפּילט אַזאַ װיכטיקע ראָלע בײַ אים.
שױן דאָס אונטערקעפּל פֿונעם „שטערנטיכל“ — „שבת־חנוכּה אין מעזשביזש“ גיט אָנצוהערן אַז דאָ גײט מען דערצײלן װעגן חסידים, און ספּעציעל װעגן דעם צדיק װאָס האָט דעמאָלט געפֿירט רבישאַפֿט אין מעזשביזש. כאָטש אַקסענפֿעלד באַשרײַבט די חסידישע רביים מיט סטערעאָטיפּן און חזרט זיך אָפֿט איבער, קען מען בפֿירוש דערקענען, װעלכע אדמו״רים גענױ ער האָט אין זינען געהאַט. אַ מאָל דערמאָנט ער אַפֿילו בפֿירוש די נעמען, למשל, פֿונעם שפּאָלער זײדן און פֿון דעם בעש״טס אײניקל, ר׳ ברוך. װעגן דעם האָט געשריבן מיט מער פּרטים דער ליטעראַטור־פֿאָרשער מאַקס עריק. נאָך אַ װיכטיקער פּערסאָנאַזש איז, װי געזאָגט, דער מעזשביזשער צדיק װאָס איז באַזירט אױף דעם אַפּטער רבֿ, ר׳ אַבֿרהם־יהושע העשיל, װאָס איז לאַנגע יאָרן געזעסן אין מעזשביזש.
שבת־חנוכּה פֿאַרזאַמלען זיך אַלע הױפּט־פּערסאָנאַזשן, צוליב פֿאַרשײדענע טעמים, אין מעזשביזש. מיכל מצבֿה, דער העלד פֿונעם ראָמאַן, אַן אַפּיקורס און אַ פֿרישער משׂכּיל, נאַרט אָפּ די מעזשביזשער חסידים מיט אַ שטערנטיכל װאָס איז געצירט מיט פֿאַלשע שטײנער, אַזױ אַז זײ האַלטן אים פֿאַר אַ גרױסן גבֿיר. אַ דאַנק דעם שטערנטיכל קען מיכל סוף־כּל־סוף חתונה האָבן מיט שײנצען. נאָך דעם װי דער רבי האָט מסדר־קידושין געװען, מאַכט מיכל חוזק פֿונעם גוטן־ייִדן און זײַן היפּאָקריטסטװע; צוליבן שטערנטיכל איז מען אים אָבער אַלץ מוחל.
דערצײלנדיק װאָס ס׳טוט זיך אינעם רבינס הױף, גיט אַקסענפֿעלד איבער פֿאַרשײדענע חסידישע מעשׂיות, פֿאַרקרימט זײ דערבײַ בכּיוון און גיט צו אַן אײגענעם מוסר־השׂכּל. אַחוץ דעם ניצט ער די חסידישע מעשׂיות אױף אױסצוּװעבן דעם סיפּור־המעשׂה פֿונעם ראָמאַן. ניט געקוקט דערױף װאָס אַקסענפֿעלד בײַט צו ביסלעך דעם סיפּור און שפּעט אָפּ פֿון די חסידים, האַלט מאיר, אַז שבֿחים און סאַטירע שפּראָצן באמת אַרױס פֿון אײן װאָרצל און זײַנען באַשאַפֿן פֿונעם אײגענעם שטאָף.
אַקסענפֿעלד האָט מסתּמא אָנגעשריבן דעם ראָמאַן שױן אין די 1820ער יאָרן, כאָטש געדרוקט האָט מען דאָס בוך ערשט אין 1861. ס׳איז אַ סבֿרא אַז פֿריִער האָט מען לכל־הפּחות געלײענט װינערס כּתבֿ־ידן אין משׂכּילישע לײענקרײַזן. בײַ אַזעלכע אָקאַזיעס האָט מען, למשל, אױך פֿאָרגעלײענט שלמה עטינגערס פּיעסעס. ערשט אין די 1860ער האָט מען פֿאַר אַ נײַס גענומען דרוקן סײַ חסידישע לעגענדעס װעגן גוטע־ייִדן, סײַ סאַטירעס װאָס לאַכן אָפּ פֿון די כּלומרשטיקע װוּנדער־טוער.
די חסידישע מעשׂיות, װאָס אַקסענפֿעלד האָט געקענט בעל־פּה, האָבן זיך אַזױ אַרום געדרוקט צום ערשטן מאָל — אין צװײ גלגולים צו גלײַך: אי לשבֿח (בײַ די חסידים גופֿא), אי לגנאַי (בײַ אַקסענפֿעלדן). װען אַקסענפֿעלד האָט סוף־כּל־סוף באַװיזן צו דרוקן „דאָס שטערנטיכל“ אין לײַפּציק, האָט עס, לױטן מחברס קוק, געזאָלט דינען װי געװער אין דער מלחמה קעגן דעם אױפֿלעבן דאָס דרוקן חסידישע מעשׂיות אין די 1860ער יאָרן.
דאָ קומען מיר צו צו נאָך אַ װיכטיקן פּרט. להיפּוך צו די מערסטע ייִדישע אינטעליגענטן װאָס האָבן דעמאָלט געשריבן אױף העברעיִש אָדער דער לאַנדשפּראַך, האָט אַקסענפֿעלד אױסגעקליבן דװקא ייִדיש — צוליבן קאַמף קעגן חסידות. היות װי די משׂכּילישע דעה־זאָגער האָבן ניט געהאַלטן פֿון דער ייִדישער רײדשפּראַך, האָבן זײ זיך אָפּגעזאָגט פֿון דרוקן אַקסענפֿעלדס כּתבֿים אױף ייִדיש.
װי ער זאָגט אַלײן, האָט אַקסענפֿעלד געשריבן אױף „פּראָסט ייִדיש“, מחמת ער האָט זיך געװענדט צו אַ לײענער־עולם װאָס גלוסט צו הערן װוּנדערלעכע מעשׂיות. אין אַ מין צװאָה־בריװל דערקלערט ער אַז ער האָט אָנגעשריבן זײַנע ביכער „פֿון פּראָסטע ייִדנס װעגן, די װאָס קענען קײן שום אַנדער לשון ניט.“ לױט זײַן באַנעם האָבן דװקא די סאַטירע אױף ייִדיש און דער פּרימיטיװער רעאַליזם געקענט עפֿענען די אױגן בײַם פּשוטן לײענער. אױב דער לײענער װעט זיך נאָר „דאָרשטיק אָנכאַפּן אָן דעם אינהאַלט“, װעט ער שױן אײַנזען װי לעכערלעך ס׳זײַנען די חסידישע גלױבענישן און װי אומאײדל ס׳פֿירן זיך „די זשעדנע רביים די צבֿויאַקעס“. באַקומט זיך אַז ייִדיש דאַרף אױף אַזאַ אופֿן אַרױסראַטעװען דאָס שטעטל פֿון די חסידישע הענט און פֿון זײַן הינטערשטעליקן מצבֿ. דער ייִדיש־ראָמאַן האָט געזאָלט, הייסט עס, װײַזן דעם װעג צו אױפֿקלערונג און פֿאָרשריט. צוליב דעם צװעק לאַכט אַקסענפֿעלד אָפּ פֿון די חסידים און קרימט נאָך זײער שטײגער און זײער לשון — אַן אמתדיק פֿאָלקסטימלעך לשון.
דאָ בעט זיך אַ פֿראַגע, פֿאַר װאָס אַקסענפֿעלד דערקלערט אָפֿט מאָל פּרטים פֿון שטעטלדיקן לעבן װאָס זײַנען דעמאָלט געװען ידוע־לכּל. טאָמער װענדט ער זיך טאַקע צו ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, טאָ פֿאַר װאָס זשע איז ער מסביר דעם חילוק פֿון אַ שטעטל ביז צו אַ שטאָט און גיט איבער װי אַזױ ייִדן זײַנען זיך נוהג געװען, אַ שטײגער װי ער װאָלט גערעדט צו אַ ניט־ייִדישן עולם? ס׳בלײַבט אַ קשיא, כאָטש אַזעלכע פּירושים קומען זײער צו נוץ דעם הײַנטצײַטיקן לײענער.
אַזױ צי אַזױ, האָט אַקסענפֿעלד געצױגן זײַן יניקה פֿונעם פֿאָלקס־לשון און אױף אַזאַ אופֿן אַריבערגעפֿירט די ליטעראַרישע שפּראַך אױף אַ נײַעם שטאַפּל. זי האָט, משמעות, אָנגעװאָרן די איבעריקע מליצהדיקײט. אין דעם פּרט איז אַקסענפֿעלד נאָכגעגאַנגען מענדל לעפֿינען און פֿאָרױסגעגאַנגען — שלום אַבראַמאָװיטשן, דעם „זײדן“, מענדעלע מוכר־ספֿרים.
אינעם אַרײַנפֿיר צום „שטערנטיכל“ װײַזט מאיר אָן אױף דער בולטער השפּעה װאָס מעשׂיות װעגן צדיקים און בעלי־מופֿתים האָבן געהאַט אױף אַקסענפֿעלדס שרײַבן — אַ גרעסערע השפּעה װי, למשל, די דעמאָלטיקע פּאָפּולערע ראָמאַנען אױף רוסיש און ייִדיש אָדער דער דײַטשישער דידאַקטישער טעאַטער. אין תּוך אַרײַן, איז מאירס טענה חל אױף אַנדערע שריפֿטשטעלער אױך און, כאָטש אין אַ װײניקער ספּעציפֿישן זינען, אױף דער נײַצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור בכלל, װאָס האָט זיך אינספּירירט ניט נאָר פֿון דער אײראָפּעיִשער אױפֿקלערונג און ראָמאַנטיק, נאָר אױך פֿונעם חסידות אין פּױלן און אוקראַיִנע.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO