ווידעאָ: וואָס דאָס הייסט אויסוואַקסן אין אַ בונדישער שטובVIDEO: What it was like growing up in a Bundist home (in Yiddish)
עליע פּאַלעווסקי רעדט אויף ייִדיש וועגן זײַן אָנגעזעענער משפּחה און וואָס דאָס באַטײַט זײַן אַ בונדיסט בײַם הײַנטיקן טאָג

Photo by the Yiddish Book Center
אין דעם ווידעאָ דערציילט דער ייִדישער קולטור־טוער עליע פּאַלעווסקי וועגן זײַנע אָנגעזעענע טאַטע־מאַמע — די ווילנער פּאַרטיזאַנער שמעון און חיהלע פּאַלעווסקי — און זייער אַרבעט לטובֿת ייִדיש אין ליטע און דערנאָך אין אַמעריקע. אַחוץ דעם רעדט ער וועגן די אַמאָליקע ייִדישע זומער־לאַגערן אין אַמעריקע און וואָס דאָס באַטײַט זײַן אַ בונדיסט בײַם הײַנטיקן טאָג.
דער ווידעאָ, „אַ לעבן אויף ייִדיש“, איז אַ קאַפּיטל פֿון דער סעריע רעקאָרדירונגען „ייִדיש הײַנט“, פּראָדוצירט דורך דער ייִדיש־ליגע. דורכגעפֿירט דעם אינטערוויו האָט אלי בענעדיקט.
עליע פּאַלעווסקי איז געבוירן געוואָרן אין ניו־יאָרק און איז שוין צענדליקער יאָרן אַקטיוו אין פֿאַרשידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. צווישן זיי: ווי אַ קולטור־דירעקטאָר אינעם אַמאָליקן קעמפּ המשך און ווי אַ מיטגליד פֿון דער עקזעקוטיווע בײַ דער ייִדיש־ליגע. ער האָט געלערנט ייִדישע שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אינעם „ייִדיש־אינסטיטוט“ (ווילנער אוניווערסיטעט), קווינסער קאַלעדזש (נ״י), און אַרבעטער־רינג־ און שלום־עליכם־שולן.