איך וווין אין ישׂראל אָבער די יורידישע רעפֿאָרם איז ניט מײַן באָבעס דאגהI live in Israel but the judicial reform issue is not what concerns me
כאָטש וועלוול טשערנין איז אַ שטאָלצער „רעכטער“ האַלט ער אַז די איצטיקע קאָאַליציע איז די ערגסטע פֿון די לעצטע צענדליקער יאָרן.
לויט טראַדיציאָנעלע ישׂראלדיקע דעפֿיניציעס און באַגריפֿן בין איך אַ רעכטער. נישט קיין רעכטער צענטריסט, נאָר ממש אַ רעכטער. איך האַלט, אַז גאַנץ ארץ־ישׂראל געהערט דעם ייִדישן פֿאָלק און אַז דער היסטאָרישער טעריטאָריעלער קאָמפּראָמיס מצד דער ייִדישער נאַציאָנאַלער באַוועגונג באַשטייט קודם־כּל אין דעם, וואָס מיר פּרעטענדירן ניט אויפֿן מיזרח־ברעג פֿונעם ירדן (מיטן אויסנאַם פֿונעם גולן־פּלאַטאָ).
איך פֿאַרגעס ניט וועגן די נחלות פֿונעם שבֿט גד, שבֿט ראובֿן און חצי־שבֿט מנשה. איך געדענק דעם באַרג נבֿו און וועגן הור־ההר. אויך וועגן רויִנעס פֿונעם פּאַלאַץ פֿון די ייִדישע הערשער פֿון עבֿר־הירדן פֿון בית־טובֿיה און וועגן דער פֿעסטונג מכוור, וווּ ייִדישע אויפֿשטעדלער האָבן זיך געהאַלט נאָכן חורבן פֿון ירושלים אינעם יאָר 70 למנינם, געדענק איך. יעדע וואָך נאָך דער הבֿדלה זינג איך „אליהו־הנבֿיא, אליהו התּישבי, אליהו הגלעדי“, און איך פֿאַרגעס ניט, אַז ארץ־גלעד איז אַ טייל פֿון ארץ־ישׂראל.
נאָר איך אַנערקען, אַז די ייִדישע נאַציאָנאַלע באַוועגונג האָט זיך פֿאַקטיש אָפּגעזאָגט פֿונעם מיזרח־ברעג פֿונעם ירדן לטובֿת די אַראַבער. איך בין מסכּים מיטן לאָזונג פֿון דער נעלם־געוואָרענער ישׂראלדיקער פּאַרטיי „מולדת“: „אנחנו פּה, הם שם ושלום על ישׂראל!“ („מיר זײַנען דאָ, זיי זײַנען דאָרט און ס’איז שלום פֿאַר ישׂראל!“).
איך האַלט, אַז קיין שום צוגאָבלעכע טעריטאָריעלע קאָמפּראָמיסן דאַרף מען ניט און אַז צווישן דעם ירדן און דעם מיטללענדישן ים טאָר ניט עקזיסטירן קיין שום מלוכה, חוץ מדינת־ישׂראל. אין 1990, בעת דער ערשטער אינטיפֿאַדע, עטלעכע חדשים נאָך דעם, ווי איך האָב עולה געווען פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָב איך זיך באַזעצט אין שומרון. זינט דעמאָלט בין איך אַ מתנחל. איך שטאָלציר זיך מיט דעם דאָזיקן טיטל, וועלכער איז בײַ ישׂראלדיקע לינקע עקסטרעמיסטן אַ זידלוואָרט. איך שעפּ נחת פֿונעם נעמען אַן אָנטייל אינעם בויען דאָס ייִדישע לאַנד; אינעם זען, ווי עס אַנטוויקלט זיך און האַלט אין איין ווערן אַלץ ציוויליזירטער און אַלץ ייִדישלעכער.
ווען עס קומט פֿאָר אַן אָרדנטלעכער טעראָר־אַקט, דערמאָן איך זיך אין יוסף פּאַפּיערניקאָווס שורה „אין בלוט און אין פֿײַער קומט אויס אונדז די היים דאָ צו בויען“ אָדער אין אורי־צבֿי גרינבערגס „מיר מוזן נאָר וועלן. מיר האָבן די כּוחות. מיר דאַרפֿן דעם ווילן“ אָדער אַהרן לעיעלעסעס „איז די ערד משוגע, און פֿאַר מיר — אַ שווערד“.
אָבער דאָס אַלץ איז ליריק. דאָס אַלץ איז בכּלל ניט רעלעוואַנט בנוגע דעם איצטיקן פּאָליטישן קריזיס אין מדינת־ישׂראל. הגם מע נוצט באַשטענדיק די באַגריפֿן „רעכטע“ און „לינקע“ איז דער קריזיס אין גאַנצן ניט פֿאַרבונדן מיט וועלכע־ניט־איז טעריטאָריעלע קאָמפּראָמיסן. נאָך די שוידערלעכע עקספּערימענטן פֿון די אָסלאָ־אָפּמאַכן אין דער מיט פֿון די 1990ער יאָרן און דער ליקווידאַציע פֿון די ייִדישע ייִשובֿים אין עזה־פּאַס און צפֿון־שומרון אין 2005 איז די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט — מיטן אויסנאַם פֿון פֿאַנאַטישע לינקע עקסטרעמיסטן, וועלכע שטרעבן, ווי מע זאָגט בײַ אונדז מיט אַ ביטערן חוזק, צו אַ „שלום עד היהודי האַחרון“ (שלום ביזן לעצטן ייִדן) — טיף אַנטוישט אין די אידעען פֿונעם אײַנרעגולירן דעם קאָנפֿליקט מיט די אַראַבער דורכן אַוועקגעבן די אָדער יענע טעריטאָריעס.
ניט צופֿעליק האָט די ראַדיקאַל־לינקע פּאַרטיי מר״צ ניט קיין פֿאָרשטייער אין דער איצטיקער כּנסת, און די אַמאָל הערשנדיקע לינקע פּאַרטיי „עבֿודה“, וועלכע האָט איניציִיִרט די אָסלאָ־אָפּמאַכן, האָט קוים גובֿר געווען דעם עלעקטאָראַלן באַריער. ער באַטרעפֿט הײַנט־צו־טאָג אין ישׂראל 3.25 פּראָצענט פֿון אַלע שטימען און פֿאַרמאָגט בלויז 4 דעפּוטאַטן (פֿון 120).
פֿון דער אַנדערער זײַט רעדט קיינער ניט וועגן אַנעקסירן יהודה און שומרון אָדער כאָטשבי ייִדישע ייִשובֿים, וועלכע געפֿינען זיך דאָרט. אַנשטאָט דעם איז די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט איצט באַזאָרגט מיט אירע אינערלעכע פּראָבלעמען: קודם־כּל באַציִונגען צווישן רעליגיע און מלוכה און, אין אַ געוויסער מאָס, אָנגעשטרענגע באַציִונגען צווישן אַשכּנזים און די מיזרח־עדות. דער סיסטעם־קריזיס איז זייער טיף. ניט צופֿעליק איז די איצטיקע רעגירונג, וועלכע זעט אויס רעלאַטיוו סטאַביל, געשאַפֿן געוואָרן נאָך פֿינף נאָכאַנאַנדיקע וואַלן־קאַמפּאַניעס, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען במשך פֿון צוויי מיט אַ האַלב יאָר. אַזוינס איז פֿריִער אין אונדזער לאַנד ניט געשען.
די רעגירנדיקע קאָאַליציע — וועלכע איז, לויט מײַן פּערזענלעכער מינונג, די ערגסטע פֿון די, וואָס מיר האָבן געהאַט במשך פֿון די לעצטע קנאַפּע פּאָר יאָרצענדליקער — דעפֿינירט זיך אַליין ווי אַ לחלוטין רעכטע („ימין על מלא“). אָבער אין דער אמתן איז דאָס ניט אַזוי. אינעם ליכּוד, וואָס איז די הויפּט־פּאַרטיי פֿון דער קאָאַליציע (32 דעפּוטאַטן), זײַנען פֿאַראַן ניט ווייניק פּאָליטיקער, וועלכע האָבן אַמאָל אונטערגעהאַלטן די ליקווידאַציע פֿון די ייִדישע ייִשובֿים אין עזה־פּאַס און צפֿון־שומרון אָדער אַפֿילו גענומען אין איר אַן אָנטייל — למשל, דער זיכערהייט־מיניסטער יואבֿ גאַלאַנט, די טראַנספּאָרט־מיניסטאָרין מירי רגבֿ אָדער דער הויפּט פֿונעם ראַט פֿאַר נאַציאָנאַלער זיכערהייט — צחי הנגבי.
בנימין נתניהו אַליין האָט געשטימט פֿאַר אַריאל שרונס פּלאַן פֿון ליקווידאַציע פֿון די ייִשובֿים. און ממש ניט רעכט זײַנען די חרדישע פּאַרטייען — די ספֿרדישע ש״ס־פּאַרטיי בראָש מיט אַריה דרעי (11 דעפּוטאַטן), וועלכער האָט אַמאָל אונטערגעהאַלטן די אָסלאָ־אָפּמאַכן, און דער אַשכּנזישער בלאָק „יהדות התּורה“ (8 דעפּוטאַטן) בראָש מיטן מיניסטער פֿאַר וווינונגס־בילדונג, דעם גערער חסיד יצחק־ישׂשׂכר גאָלדקנאָפּף.
אין דער קאָאַליציע זײַנען פֿאַראַן נאָר צוויי בפֿירוש רעכטע פֿראַקציעס — „הציונות הדתית“ (7 דעפּונטאַטן) בראָש מיטן פֿינאַנץ־מיניסטער בצלאל סמאָטריטש און „עוצמה יהודית“ (6 דעפּוטאַטן) בראָש מיטן מיניסטער פֿאַר אינערלעכער זיכערהייט, איתמר בן־גבֿיר. זיי זײַנען געגאַנגען אויף די לעצטע וואַלן אין איין רשימה, ווי אויך דער יחיד־פֿאָרשטייער פֿון דער חרדיש־ציוניסטישער פּאַרטיי „נועם“ — אַבֿי מעוז, וועלכער האָט באַקומען אַן אומפֿאַרשטענדלעכן פּאָסטן: „שטעלפֿאַרטרעטער פֿון מיניסטער אין קאַנצעלאַריע פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער“. „הציונות הדתית“ איז מער רעליגיעז; „עוצמה יהודית“ — מער נאַציאָנאַל־ראַדיקאַל.
אין אָפּאָזיציע געפֿינען זיך כּלערליי פּאַרטייען. די גרעסטע פֿון זיי זײַנען צענטריסטישע — „יש עתיד“ בראָש מיט יאיר לפּיד (24 דעפּוטאַטן) און „מחנה ממלכתי“ בראָש מיט בני גאַנץ (12). חוץ דעם, אין אָפּאָזיציע געפֿינען זיך די רעכטע פּאַרטיי „ישׂראל ביתנו“ בראָש מיט אבֿיגדור ליבערמאַן (6 דעפּוטאַטן), די שוין דערמאָנטע לינקע „עבֿודה“ און אַנטיציוניסטישע אַראַבישע פּאַרטייען.
פֿאַרן דרויסנדיקן אָבסערוואַטאָר אַנטוויקלט זיך דער גאַנצער איצטיקער פּאָליטישער טאַראַראַם אין ישׂראל אַרום די פּלענער פֿון דער רעגירונג דורכצופֿירן אַ רעפֿאָרם, וועלכע וועט באַגרענעצן די מאַכט פֿונעם העכסטן געריכט אין דעם, וואָס איז שײַך דער פּאָליטיק. די ביידע צדדים טענהן, אַז זיי באַשיצן דעמאָקראַטיע. די צענטריסטן און די לינקע טענהן, אַז דאָס באַגרענעצן די פֿולמאַכטן פֿונעם העכסטן געריכט וועט ברענגען, חלילה, צו אַ „דיקטאַטור“. די אָנהענגער פֿון דער רעגירונג טענהן, אַז מיר האָבן שוין אַ מין דיקטאַטור פֿונעם העכסטן געריכט, וואָס האָט זיך צוגעאייגנט צו ברייטע פֿולמאַכטן און ווערט אויסגעקליבן און אָנגעפֿירט דורך אַ לינקער אָדער „פּראָגרעסיווער“ קליקע פֿון „אייגענע“.
איך בין מסכּים ביז אַ געוויסער מאָס סײַ מיט די, סײַ מיט יענע און איך האַלט ניט אונטער ניט די, נישט יענע. איך בין זיכער, אַז אַ רעפֿאָרם איז נייטיק. דאָס העכסטע געריכט געפֿינט זיך איצט אין אָט דעם שווערן מצבֿ, צום גרויסן טייל ווײַל ס’איז ניטאָ קיין קאָנסטיטוציע. דער גאַנצער ענין איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פּאָליטישן אינסטרומענט פֿון אַלטע לינקע און אַנטי־רעליגיעזע עליטעס, צוליב דעם וואָס די לינקע פּאַרטייען זײַנען ניט אימשטאַנד צו זיגן אין די וואַלן.
אָבער פֿון דער צווייטער זײַט זע איך, אַז די פּרוּוון פֿון דער רעפֿאָרם ווערן אונטערגענומען דורך דער רעגירונג אין אַ גרויסער מאָס לטובֿת אומדעמאָקראַטישע חרדישע פּאַרטייען, וועלכע שטרעבן צו פֿאַראייביקן די לאַגע, ווען זיי נוצן אויס פֿינאַנציעלע און אַדמיניסטראַטיווע רעסורסן פֿון דער ציוניסטישער מלוכה לטובֿת זייערע אָנהענגער, וועלכע ווילן ניט באַשיצן די מלוכה, ווילן ניט קריגן קיין שום וועלטלעכע בילדונג כּדי צו פֿאַרדינען און באַצאָלן שטײַערן דער מלוכה. אַפֿילו זאָגן די תּפֿילה לטובֿת שלום אין דער מדינה ווילן זיי ניט. באַצאָלן פֿאַר זיי און באַשיצן זיי מוזן די ניט־פֿרומע און די מאָדערנע רעליגיעזע.
אין דער זעלבער צײַט האָט דער ליכּוד, וואָס געפֿינט זיך שוין יאָרן לאַנג אין אַ בונד מיט ש״ס, זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּאַרטיי, וועלכע רעפּרעזענטירט אין דער ערשטער ריי יענע מיזרחדיקע ייִדן, וועלכע פֿילן זיך ביז איצט אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער מאָדערניזירטער, איבערהויפּט אַשכּנזישער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. יאָ, בנימין נתניהו איז אוודאי אַן אַשכּנזי, אַזוי ווי אַ ריי אַנדערע ליכּוד־פּאָליטיקער, אָבער דער גרונט־עולם פֿונעם איצטיקן ליכּוד איז גאָר ניט אַזאַ. דער סקאַנדאַלעזער אַקטיוויסט פֿונעם ליכּוד איציק זאַרקאַ, וועלכער האָט דאָ ניט לאַנג צוריק, פּאָלעמיזירנדיק מיט קעגנער פֿון דער רעגירונג, געשריגן, אַז ער פֿרייט זיך מיט דעם, וואָס די נאַציס האָבן פֿאַרניכטעט זעקס מיליאָן אַשכּנזים, איז אַוודאי אַ שוטה, נאָר ער האָט, ליידער, פּשוט געזאָגט אָפֿן דאָס, וואָס מיינען גאָר ניט ווייניק אָנהענגער פֿונעם פּאָליטישן טאַנדעם ליכּוד־ש״ס.
אויב בנוגע די אַשכּנזים דערלויבן בלויז געציילטע איציק־זאַרקאַס זיך עפֿנטלעך אַרויסצוזאָגן אַזוי פֿײַנטלעך, איז בנוגע יענע אַשכּנזים, וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, כּמעט אַלץ דערלויבט. מע דאַרף באַצייכענען, אַז אין דער איצטיקער רעגירונג (צום ערשטן מאָל במשך פֿון אַ חצי־יובֿל!) איז ניטאָ קיין איין מיניסטער, וואָס קען רוסיש. בכלל איז אין דער קאָאַליציע פֿאַראַן נאָר איין דעפּוטאַט וואָס איז געבוירן געוואָרן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. קאָאַליציע־פֿאָרשטייער האָבן ניט איין מאָל און ניט צוויי מאָל דערלויבט זיך מאַכן ראַסיסטישע אַרויסזאָגונגען בנוגע די „רוסים“. אַזוי רופֿן זיי בדרך־כּלל אַלע עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד — סײַ געבוירענע אין רוסלאַנד, סײַ געבוירענע אין אוקראַיִנע, סײַ געבוירענע אין אַנדערע סאָוועטישע רעפּובליקן. מיר זײַנען, וועדליק זייערע טענות, ניט גענוג ייִדן אָדער בכלל גויים, און זיי פֿאַרטיידיקן דעם „ייִדישן כאַראַקטער פֿון דער מלוכה“. אַזאַ טריק העלפֿט זיי מאָביליזירן זייערע וויילער.
אָבער דאָס איז אַ באַזונדערע טעמע. דער עיקר איז, וואָס די איצטיקע רעגירונג טוט אַלץ כּדי צו מאַכן, וואָס מער קאָמפּליצירט די עליה פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. דווקא איצט, ווען עס גייט די בלוטיקע פֿולמאַסשטאַביקע מלחמה צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע. די „פּראָגרעסיווע“ אָפּאָזיציע, וועלכע באַשיצט מיט אַזאַ אימפּעט דאָס העכסטע געריכט, רעדט ניט אפֿילו וועגן דער דאָזיקער ווייטיקפֿולער פּראָבלעם. עס אַרט זיי ניט.
טאַקע דערפֿאַר האַלט איך אונטער „ישׂראל ביתנו“ — די איינציקע פּאַרטיי, וואָס שטרעבט צו העלפֿן צענדליקער טויזנטער ברידער און שוועסטער אונדזערע, וועלכע אַנטלויפֿן פֿונעם ראַשיזם (אַזאַ עליה־כוואַליע איז ניט געווען זינט דער מיט פֿון די 90ער יאָרן) און זײַנען מסוגל צו מאַכן אַ באַדײַטנדיקן בײַטראָג אין דער אַנטוויקלונג פֿון אונדזער מלוכה. דער לידער פֿון דער פּאַרטיי אַבֿיגדור ליבערמאַן איז אַ געבוירענער אין בעסאַראַביע און דאָס רובֿ וויילער אירע זײַנען עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַמאָל האָב איך ניט געקאָנט זיך פֿאָרצושטעלן, אַז איך וועל אונטערהאַלטן אַ סעקטאָראַלע פּאַרטיי פֿון מײַנע לאַנדסלײַט. אָבער אין דער סיטואַציע, וואָס האָט זיך געשאַפֿן איצט, זע איך ניט קיין אַנדערע מעגלעכקייטן צו העלפֿן דער נײַער עליה און אויף אַזאַ אופֿן — אונדזער מלוכה און דעם ציוניסטישן אויפֿטו. די לײַדנשאַפֿטלעכע און ברייט פֿאָרגעשטעלטע געראַנגלען אַרום די רעפֿאָרם־פּלענער אַרן מיך אויף דעם דאָזיקן הינטערפֿאָן זייער ווייניק.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO