יזכּור־ביכער איבערגעזעצטע אויף פּויליש קען מען איצט לייענען בחינם אויף דער אינטערנעץMemorial books translated into Polish can now be accessed free online
די ביכער באַשרײַבן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין סאָקאָלאָװ־פּאָדליאַסק. אין אַרטיקל געפֿינען זיך אויך לינקס צו אַ טייל ביכער אויף ייִדיש.
ס׳זײַנען דאָ הונדערטער יזכּור־ביכער װאָס דערצײלן פֿון אַ װעלט װאָס איז מער ניטאָ — דער װעלט פֿון פּױלישע ייִדן פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה, פֿאַרן חורבן. אין משך פֿון די לעצטע יאָרן האָט מען איבערגעזעצט אַ צאָל פֿון זײ אױף פּױליש, אָבער נאָר אײן פּראָיעקט האָט זיך אונטערגענומען צו פּובליקירן פּוילישע איבערזעצונגען פֿון יזכּור־ביכער אױף אַ װעבזײַטל װוּ מע קען זײ לײענען בחינם.
דאָס זײַנען יזכּור־ביכער פֿונעם שטעטל סאָקאָלאָװ־פּאָדליאַסק, און מיט דעם פּראָיעקט פֿירט אָן די יונגע זשורנאַליסטקע קאַטאַזשינאַ מאַרקוש, אַלײן אַ געבױרענע אין סאָקאָלאָװ.
אין סאָקאָלאָװ־פּאָדליאַסק האָבן פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה געוווינט 18,000 מענטשן – צװישן זײ 10,000 ייִדן, ד״ה כּמעט %60 פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג. דאָס שטעטל געפֿינט זיך אין מיזרח־פּױלן, ניט װײַט פֿון דער גרענעץ מיט בעלאַרוס און אַן ערך 100 ק״מ (60 מײַל) פֿון װאַרשע. דאָרט איז ניט נאָר געזעסן אַ רבי פֿון קאָצקער שטאַם, נאָר אינעם פּאָדליאַסיער שטעטל זײַנען אױך געבױרן געװאָרן ייִדישע פּען־מענטשן, צװישן זײ דער גרױסער ייִדישער זשורנאַליסט מרדכי צאַנין װאָס האָט, אַגבֿ, געשריבן אַ נאָכװאָרט צו אײנעם פֿון די יזכּור־ביכער.
סאָקאָלאָװ־פּאָדליאַסק פֿאַרמאָגט אַזש זעקס יזכּור־ביכער. אַחוץ די געװײנטלעכע — בענד װאָס נעמען אַרײַן קאַפּיטלען װעגן פֿאַרשײדענע אָרטיקע אינסטיטוציעס און יחידים, אײַנגעסדרט לױט די תּקופֿות — זײַנען אויך דאָ ביכער װאָס בלױז אײן מחבר האָט אָנגעשריבן און װאָס באַהאַנדלען נאָר אײן אױסגעקליבענע טעמע אָדער פּעריאָד. אַ ייִד פֿון דער סאָקאָלאָװער שארית־פּליטה, שׂמחה פּאָלאַקיעװיטש, למשל, האָט מחבר געװען אַזאַ בוך װעגן דעם חורבן פֿון ייִדישן סאָקאָלאָװ. ער באַשרײַבט די סאָקאָלאָװער געטאָ, איר ליקװידירונג; װי זײַן װײַב און קינד האָבן זיך באַהאַלטן בײַ אַ פּױער, ביז מע האָט זײ אױסגעגעבן, און די דײַטשן האָבן זײ דערהרגעט אין טרעבלינקע; זײַן אַנטלאָפֿן װערן פֿון טרעבלינקע און זיך אָפּראַטעװען װי אַ פּױלישער צװאַנג־אַרבעטער אין דײַטשלאַנד. דאָס דאָזיקע בוך האָט אַגאַטאַ רײַבאַך נאָר װאָס איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אױף פּױליש, און מאַרקוש האָט עס אַרױסגעגעבן בײַם קראָקעװער פֿאַרלאַג „אַוסטעריאַ“. װי אַן עצה־געבער האָט אױך מיטגעאַרבעט דער פּױליש־קאַנאַדער ייִדישער היסטאָריקער יאַן גראַבאָװסקי.
אין די לעצטע װאָכן האָט מאַרקוש, וועלכע פֿירט אױך אָן מיטן פּוילישן נײַעס־פּאָרטאַל jewish.pl, פּרעזענטירט אָט דעם נײַסטן אױפֿטו פֿון איר פּראָיעקט, למשל, בײַם ייִדישן קולטור־פֿעסטיװאַל אין קראָקע, אויף אַ טרעפֿונג געװידמעט דער געשיכטע פֿון די סאָקאָלאָװער ייִדן. אָרגאַניזירט האָט די טרעפֿונג דער קראָקעװער ייִדישער קהילה־צענטער, אין אײנעם מיטן פֿאַרלאַג „אוסטעריאַ“. אויף דער טרעפֿונג האָט פּראָפֿ׳ מאַרעק טושעװיצקי, אַ היסטאָריקער און אַ ייִדיש־פּאָעט, געפֿירט אַ שמועס מיט מאַרקושן.
רעדנדיק װעגן די צװישן־מלחמהדיקע יאָרן אין סאָקאָלאָװ האָט מאַרקוש דעם טראָפּ געלײגט אױף די שװערע און אָנגעװײטיקטע אַספּעקטן, ד״ה גװאַלד קעגן ייִדן און אַנטי־ייִדישע פּאָליטיק. אַזױ איז, צום בײַשפּיל, דעם 1טן אַפּריל 1937 אין סאָקאָלאָװ פֿאָרגעקומען אַ פּאָגראָם. אין די טעג נאָך װיעלקאַנאָץ („קײסעך“, װי ייִדן פֿלעגן אָפּחוזקן) זײַנען נאַציאָנאַליסטיש געשטימטע פּאָליאַקן אַרײַן אין שטעטל, כּדי צו אָרגאַניזירן אַ בױקאָט פֿון די ייִדישע געשעפֿטן. װען זײ האָבן דערזען אַז די ייִדן האָבן שױן געהאַט פֿאַרמאַכט זײערע געװעלבער, זײַנען זײ געװאָרן אין כּעס און האָבן גענומען אָנפֿאַלן אױף די ייִדישע תּושבֿים, צעשטערט ייִדישע הײַזער און האָב־און־גוטס. צום גליק איז דעמאָלט קײנער ניט אומגעקומען. צוריקגערעדט, איז דאָס נאָר געװען דער הױכפּונקט אין אַ יאָרצענדליק פֿון כּסדרדיקן באַעװלען די אָרטיקע ייִדן אױף אַלערלײ אופֿנים, דער עיקר דורך װירטשאַפֿטלעכע בױקאָטן און אױסשליסן ייִדן פֿון געזעלשאַפֿטלעכן לעבן און מלוכישע אינסטיטוציעס.
הײַנט איז ניטאָ מער קײן זכר פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן, כאָטש מאַרקוש באַטאָנט אַז מע קען יאָ געפֿינען שפּורן אויב מע װײסט װוּ צו זוכן. פֿאַראַן, למשל, אַן אַלטער בית־עולם און דער בנין פֿון אַן אַמאָליקן בית־מדרש. אַ מאָל קומען צו פֿאָרן אײניקלעך פֿון סאָקאָלאָװער ייִדן כּדי צו זען דאָס אָרט װוּ ס׳האָבן געװױנט די עלטער־עלטערן. טאָמער נעמען די געסט אַראָפּ בילדער פֿון הײַזער װאָס האָבן אַ מאָל געהערט זײערע משפּחות, בײזערן זיך צו מאָל די הײַנטיקע אײַנװױנער: „כ׳בעט אײַך, נעמט ניט קײן בילדער, דאָס איז אונדזערס!“
אָבער מאַרקוש האָט זיך אױך אָפּגעשטעלט אױף פּאָזיטיװערע מאָמענטן װאָס מע האָט פֿאַרצײכנט אין די סאָקאָלאָװער יזכּור־ביכער. אינעם שטעטל איז געװען אַ ייִדישע פֿאָלקס־שולע, װאָס האָט געהאַט אַ גרױסן נאָמען און אַפֿילו זוכה געװען צו אױסצײכענונגען צוליב איר אױסערגעװײנטלעכן איכות פֿון לימוד. דער לערער גרינבערג, למשל, האָט זיך אױסגעטײלט װי אַ לערער דװקא פֿון פּױלישער געשיכטע. קײן ליבע־ראָמאַן צװישן דער ייִדישער און דער ניט־ייִדישער באַפֿעלקערונג װעט מען אָבער ניט געפֿינען אין די יזכּור־ביכער, טענהט מאַרקוש. אױסדרוקן פֿון ייִדישער ליבשאַפֿט און איבערגעגעבנקײט צו פּױלן זײַנען אָבער יאָ פֿאַראַנען. דער שול־דירעקטאָר, יצחק טרומפּער, האָט געהאַלטן, אַז אַסימילאַציע איז דער װעג װאָס װעט פֿאַרזיכערן ייִדישע קינדער אַ בליִענדיקע צוקונפֿט אין זײער פּױלישן הײמלאַנד. אַחוץ דעם האָט ער געהאַלטן פֿון אַ נײַצײַטיקער פּעדאַגאָגישער שיטה און געװאָלט געבן די תּלמידים װאָס מער אױטאָנאָמיע בײַם לערנען. פֿון דעסט װעגן האָט די מלוכה לסוף פֿאַרמאַכט די ייִדישע שקאָלע אין מיטן 1930ער יאָרן.
נאָך אַן אינטערעסאַנטער מאָמענט װאָס מאַרקוש האָט דערמאָנט: די לוויה פֿון דער יונג געשטאָרבענער בונדיסטקע נעכע װאַליגורע האָט זיך בשעת־מעשׂה פֿאַרװאַנדלט אין אַ דעמאָנסטראַציע פֿון דער ייִדישער אַרבעטער־יוגנט, װאָס האָט צו קבֿורה געבראַכט די חבֿרטע.
מאַרקוש פֿאַראינטערעסירט זיך אַזױ שטאַרק מיט דער געשיכטע פֿון סאָקאָלאָװ־פּאָדליאַסק דעריבער װאָס ס׳איז איר משפּחהס הײמשטאָט. װען זי האָט זיך ביסלעכװײַז דערװוּסט װעגן דער געשיכטע פֿון די סאָקאָלאָװער ייִדן, האָט זי אָנגעהױבן זיך לערנען ייִדיש און אַנטפּלעקט די זאַמלונג דיגיטאַליזירטע יזכּור־ביכער פֿון דער ניו־יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק און דערצו אַ װעבזײַטל מיט ענגלישע איבערזעצונגען פֿון יזכּור־ביכער, ניט אַלע מאָל אין דער געהעריקער קװאַליטעט, אָבער צוטריטלעך פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. דעמאָלט האָט זי באַשלאָסן אַז מע דאַרף מאַכן לײַטישע איבערזעצונגען אױף פּױליש און זײ פּובליקירן אַזױ אַז מע קען גרינג צוקומען צו זײ. וכּך הווה, הײַנט זײַנען שוין דאָ עטלעכע פּױלישע איבערזעצונגען פֿון סאָקאָלאָװער יזכּור־ביכער װאָס מע קען אַראָפּנעמען און לײענען אױף פּױליש בחינם.
שטיצע פֿאַרן פּראָיעקט האָט מאַרקוש באַקומען פֿון דער פּױלישער פֿונדאַציע „גשרים“ און פֿונעם פֿאַראײן פֿונעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אין װאַרשע. אין סאָקאָלאָוו גופֿא האָט מען פֿאַרבעטן מאַרקושן עטלעכע מאָל װי אַ רעדנערין אין די אָרטיקע שקאָלעס און די יוגנט האָט טאַקע אַרױסגעװיזן אַ גרױסן אינטערעס. פֿון דעסט װעגן איז קיינער אינעם שטעטל נישט געווען קיין בעלן אויף צו העלפֿן שטיצן מאַרקושעס פּראָיעקט. װאָס שײך דער פֿרישער איבערזעצונג פֿון שׂמחה פּאָלאַקיעװיטשעס „אין שאָטן פֿון טרעבלינקע“, װײַזט מען אין סאָקאָלאָװ דערװײַלע אױך ניט אַרױס קײן אינטערעס און מע האָט מאַרקושן נאָך ניט אײַנגעלאַדן פֿאָרצושטעלן די נײַע פּובליקאַציע.
נאָר אַזאַ מין גלײַכגילט איז נאָך אַ קלײניקײט. פּונקט װי דעם היסטאָריקער יאַן גראַבאָװסקין האָט מען אױך מאַרקושן באַשולדיקט אַז זי האָט באַשמוצט דעם גוטן נאָמען פֿונעם פּױלישן פֿאָלק, און די פּראָקוראַטור האָט טאַקע גענומען אױספֿאָרשן דעם ענין. צווישן די באַשולדיקונגען: ערשטנס, מאַרקושעס דרך־אַגבֿדיקע באַמערקונג אַז די ייִדן־שׂנאה איז געװען װײַט פֿאַרשפּרײט אין פּױלן און אַז עס זײַנען געװען פּאָליאַקן װאָס האָבן געמאַכט יד־אַחת מיט די דײַטשן און דערבײַ דערהרגעט ייִדן. און צווייטנס, האָט מען זי אײַנגעקלאָגט פֿאַרן אַראָפּזעצן די יסורים פֿון פּױלישן פֿאָלק װען זי האָט דערמאָנט אַז קײן פֿאַרניכטונג־לאַגערן פֿאַר פּאָליאַקן זײַנען ניט געװען בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה. סוף־כּל־סוף האָט אָבער דער פּראָקוראָר אָפּגעשטעלט די אױספֿאָרשונגען, און דערמיט האָט זיך געענדיקט די מעשׂה.
אַחוץ איר אַרבעט װי אַ זשורנאַליסטקע און אַ כּלל־טוערין האַלט מאַרקוש אין שרײַבן אַ דיסערטאַציע בײַ דער פּױלישער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע. אין איר מאַגיסטער־אַרבעט האָט זי געשריבן װעגן דער קאַמפּאַניע קעגן דעם קולטור־געזעלשאַפֿטלעכן פֿאַרבאַנד פֿון ייִדן אין פּױלן אין מאַרץ 1968, און װעגן דעם ייִדישן קאָמוניסט לעאָפּאָלד טעפּער, װאָס האָט דאַן פֿאַרלױרן די אַרבעט און איז געװאָרן אױס פּאַרטײ־מיטלגיד.
ווען זי שרײַבט ניט איר דאָקטאָר־אַרבעט אָדער אַרטיקלען פֿאַרן פּאָרטאַל jewish.pl, פֿאַרנעמט זיך קאַטאַזשינאַ מאַרקוש מיטן פֿאָרשן די געשיכטע פֿון איר משפּחה. דורך די גענעאַלאָגישע פֿאָרשונגען האָט זי זיך אױך באַקענט מיט אײניקלעך פֿון אַמאָליקע סאָקאָלאָװער ייִדן און אױף אַזאַ אופֿן געהאָלפֿן שאַפֿן אַ מין װירטועלע לאַנדסמאַנשאַפֿט.
ס׳קומט דער איבערגעגעבענער פֿאָרשערין און טוערין אַ גרױסער יישר־כּוח פֿאַר אירע אױפֿטוען און פֿאַרן אױפֿהיטן דעם זכּרון פֿון די סאָקאָלאָװער ייִדן אין הײַנטיקן פּױלן. אַ דאַנק דער אַרבעט פֿון אַזעלכע װי זי האָט איצט אױך דער פּױלישער לײענער־עולם אַ געלעגנהײט זיך צו באַקענען מיט די ביכער און די לעבנס פֿון פּאָלאַקיעװיטש, צאַנין און אַנדערע.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO