ווידעאָ: אַן אָרעמע זאָגערין האָט שטאַרק פֿאַראיבל אויף די רײַכע ייִדענעסVideo: A penniless women’s prayer leader vents her anger at wealthy women
די אַקטריסע און פֿאָרשערין אַלונה באַך נאַרירט די מעשׂה פֿון אַ פֿאַרביטערטער אַלמנה אין דער רירנדיקער דערציילונג פֿון רחל בראָכעס.

Graphic by Angelie Zaslavsky
במשך פֿון די ימים־נוראָים איז כּדאַי צו זען דעם אויסערגעוויינטלעכן יוטוב פֿון דער דערציילונג „די זאָגערין“ פֿון דער ייִדישער שרײַבערין רחל בראָכעס. דער ווידעאָ איז פּראָדוצירט געוואָרן פֿון שיין בייקער לטובֿת דעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס.
די אַקטריסע און פֿאָרשערין אַלונה באַך דערציילט די מעשׂה אויף אַ מײַסטערישן אופֿן און איז אויך די אילוסטראַטאָרין פֿון די פּרעכטיקע בילדער, וואָס באַגלייטן איר קול. רעזשיסירט די פֿאָרשטעלונג האָט מלכּי גאָלדמאַן.
„די זאָגערין“ איז פּובליקירט געוואָרן אין ווילנע, 1922 אין בראָכעסעס בוך „אַ זאַמלונג דערציילונגען“ (ווילנע, 1922). אין 1994 איז עס אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין דער ענגלישער איבערזעצונג אין דער אַנטאָלאָגיע, „אַנטדעקטע אוצרות: דערציילונגען פֿון ייִדישע פֿרויען“.
אין מזרח־אייראָפּע האָבן ס׳רובֿ פֿרויען נישט געקענט קיין לשון־קודש אָדער אַפֿילו דעם אַלף־בית. כּדי זיי צוצוהעלפֿן מיטן דאַווענען אין שיל האָבן געוויסע געלערנטע פֿרויען געדינט ווי זאָגערינס (אויך באַקאַנט ווי פֿירזאָגערינס אָדער זאָגערקעס) פֿאַר זיי. די זאָגערין האָט פֿאָרגעלייענט די תּפֿילות אויף אַ קול און די אַנדערע האָבן נאָכגעחזרט יעדעס וואָרט. אין געוויסע פֿאַלן האָבן די אַנדערע פֿרויען זי אויך געבעטן זאָגן אַ פּערזענלעכע תּפֿילה פֿאַר זיי.
כאָטש די זאָגערקעס זענען אָפֿט געווען טעכטער פֿון רבנים, חשובֿע פֿיגורן אין שטעטל, זעט מען אין בראָכעסעס דערציילונג אַ גאָר אַנדער פֿאַל: די זאָגערין איז אַ פֿאַראָרעמטע אַלמנה, וואָס פֿילט אַז די רײַכערע פֿרויען ניצן זי אויס, כּדי צו פֿאַרבעסערן זייער אייגענעם מצבֿ אין לעבן.
דאָס איז אָבער נישט קיין סימפּליסטיש מעשׂהלע פֿון אָרעם קעגן רײַך. בראָכעס שילדערט די זאָגערין ווי אַ פּסיכאָלאָגיש קאָמפּליצירטע פֿרוי, וואָס דריקט אויס אַזאַ שׂינאה צו די פֿרויען, אַז דער לייענער ווייסט שוין אַליין נישט וואָס איז וואָר און וואָס איז בלויז דער קוקווינקל פֿון אַ פֿרוי וואָס איז נעבעך נישט מיט אַלעמען. ס׳איז באמת אַ פֿאַרכאַפּנדיקע דערציילונג, וואָס קען אַרויסרופֿן פֿאַרשידענע מיינונגען.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
