זום־פּראָגראַם: הערט און דערוויסט זיך וועגן די ייִדישע לידער פֿון בראַזילOn Zoom: Listen to and learn about Brazilian Yiddish songs
אינעם שמועס, וואָס וועט זײַן אויף ייִדיש, וועט מען הערן רעקאָרדירונגען פֿון די לידער אָנהייבנדיק פֿון די 1950ער יאָרן

Graphic by Angelie Zaslavsky
דעם 27סטן סעפּטעמבער, 7 אַ זייגער אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט, וועט פֿאָרקומען אַן אייגנאַרטיקע ווירטועלע אונטערנעמונג וועגן די ייִדישע לידער פֿון בראַזיל.
מע וועט שפּילן רעקאָרדירונגען פֿון די לידער אָנהיינדיק פֿון די 1950ער יאָרן ביז הײַנט, און אַרומרעדן זייער געשיכטע און השפּעה אויף דער אָרטיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג. די פּראָגראַם, וואָס ווערט געשטיצט פֿונעם אַרבעטער רינג, איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
„ייִדיש געזאַנג איז געווען איינע פֿון די זאַכן, וואָס האָט צונויפֿגעבראַכט יענע ייִדישע אימיגראַנטן אין בראַזיל, וואָס האָבן געוואָלט אָנהאַלטן אַ פֿאַרבינדונג מיט זייערע וואָרצלען,“ האָט געשריבן די זינגערין און פֿאָרשערין סאָניע גוסינסקי.
אַלעקס מינקין, אַ וויזועלער אַנטראָפּאָלאָג און דירקעטאָר פֿון „תּיקון בראַזיל“, וועט אָנפֿירן דעם שמועס אויף ייִדיש. ס’וועלן זיך אויך באַטייליקן הוגועטאַ סענדאַטש — די דיריגענטין פֿונעם „טראַדיציע־כאָר“ אין סאַן־פּאַולאָ, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין לאָדזש, פּוילן אין 1926; דער אַנטראָפּאָלאָג ערנעסטאָ מיפֿאַנאָ האָניגסבערג — אַן אייניקל פֿונעם דיריגענט ערנסט האָניגסבערג (געבוירן אין בוקאָווינע, 1908); דער בראַזיליאַנער ייִדיש־לערער גוסטאַוואָ עמאָס און די ייִדיש־אַקטיוויסטקע קלאַראַ גרייף.
כּדי זיך צו רעגיסטרירן אויף דער אונטערנעמונג, גיט אַ קוועטש דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
