אַ גרופּע וואָס איז שוין גרייט, מדינת־ישׂראל זאָל ווערן אַ רעליגיעזע אוטאָפּיעThis group is getting ready for Israel to turn into a religious utopia
דער ירושלימער „בית־המקדש־אינסטיטוט‟ גרײט כּהנים צו צו דער עבֿודה וואָס זיי האָפֿן דורכצופֿירן אין אַ דריטן בית־המקדש.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די לעצטע פּאָליטישע אױפֿרודערונגען אין ישׂראל האָבן אַנטפּלעקט טיפֿע שפּאַלטן אין דער געזעלשאַפֿט. געװײנטלעך האַלט מען, אַז דער שאַרפֿסטער קאָנפֿליקט איז צװישן די חרדים און די װעלטלעכע. אָבער די אידעאָלאָגישע גרענעץ איז ניט גראָדליניק. בײדע קבֿוצות באַשטײען פֿון פֿאַרשײדענע גרופּעס, און צומאָל טרעפֿן זײ זיך אױף אַ בשותּפֿותדיקן באָדן.
די אַטראָפּאָלאָגין רחל פֿעלדמאַן פֿאָרשט אַזעלכע לאָקאַלן און אַקטיװיטעטן, װאָס ציִען צו מענטשן פֿון פֿאַרשײדענע סאָציאַלע שיכטן און אידעיִשע שטראָמונגען.
די באַװעגונג אױפֿצובױען דעם בית־המקדש אין ירושלים געהערט צו די סאַמע עקסטרעם־ראַדיקאַלע אין די אױגן פֿון אַ סך װעלטלעכע ישׂראלים. זײער פּלאַן איז חרובֿ מאַכן די ״אַל-אַקסאַ״ מעטשעט אױפֿן הר־הבית (הר מוריה), װאָס װעט זיכער גורם זײַן אַ ריזיקן פּאָליטישן קריזיס.
אָבער דאָס איז נאָר דער ערשטער שריט פֿון זײער סדר-היום. זײ װילן אין גאַנצן איבערמאַכן מדינת־ישׂראל לױט די דינים פֿון דער תּורה. די דאָזיקע באַװעגונג איז אַנטשטאַנען נאָך דער זעקסטאָגיקער מלחמה אין 1967, װען צה״ל האָט פֿאַרנומען דעם גאַנצן שטח פֿון ירושלים מיט די אַרומיקע סבֿיבֿות. אײניקע ראַדיקאַלע ייִדן זײַנען ניט געװען צופֿרידן מיט דעם, װאָס ישׂראל האָט איבערגעלאָזט „אַל-אַקסאַ‟ אינעם רשות פֿון דער יאָרדאַנישער איסלאַמישער אינסטאַנץ, און האָבן אױסגעפֿורעמט די באַװעגונג פֿאַרן אױפֿבױען דעם דריטן בית־המקדש. זײער צענטראַלער אַנשטאַלט הײסט „מכון־המקדש‟ (בית־המקדש־אינסטיטוט), געשאַפֿן אין 1987 דורך ר׳ ישׂראל אַריאל, װאָס האָט זיך באַטײליקט װי אַ זעלנער אין פֿאַרנעמען דעם הר-הבית אין 1967.
דער ציל פֿונעם מכון־המקדש איז „אױפֿצובױען דעם הײליקן בית־המקדש אױפֿן באַרג מוריה אין ירושלים אין הסכּם מיט די מצװת פֿונעם תּנ״ך‟, װי עס שטײט אין זײַן פּראָגראַם. די עיקרדיקע עבֿודה אינעם בית־המקדש איז געװען צו ברענגען טעגלעכע און יום־טובֿדיקע קרבנות פֿון שעפּסן, בהמות און עופֿות. נאָכן חורבן פֿונעם צװײטן בית־המקדש אינעם יאָר 70 פֿון דער איצטיקער צײַט־רעכענונג, האָט די דאָזיקע עבֿודה זיך אָפּגעשטעלט. אָבער איצט האָט מען אין זינען זי צו באַנײַען דעם בית־המקדש. אין 2016 האָט דער מכון געעפֿנט אַ ספּעציעלע שול צו לערנען כּהנים ווי צו מאַכן קרבנות און ווי צוצוגרײטן זײ צו דער עבֿודת־קודש אינעם נײַעם בית-המקדש.
מען לערנט זיך די געהעריקע כּללים פֿון שעכטן אַ קרבן, װי זײ זײַנען באַשריבן אינעם תּנ״ך, גמרא און אַנדערע מקורים. צוליב דעם מאַכט מען ספּעציעלע געניטונגען, װוּ מען װײַזט די קרבן־עבֿודה דעם ברײטערן עולם. אין 2016 האָט פֿעלדמאַן באַזוכט אַ גרופּע וואָס האָט געוויזן ווי מע ברענגט אַ קרבן־פּסח, און באַשריבן איר דערפֿאַרונג אין אַן אַקאַדעמישן אַרטיקל. די צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען חול־המועד פּסח אױפֿן הר־הזיתים אין ירושלים און איז געװען ברײט אַנאָנסירט. דער עולם איז געװען אַ געמישטער — סײַ געטרײַע אָנהענגער פֿון דער באַװעגונג סײַ סתּם ייִדן, װאָס זײַנען געקומען אױף טשיקאַװעס. לעבן דער בימה איז געשטאַנען אַ קלײנער שטאַל מיט דרײַ שעפּסן. אַרום די שעפּסן האָבן זיך געדרײט קינדער, מען האָט פֿאַרקױפֿט געטראַנקען, זיסקײטן און וווּרשטלעך. די אַטמאָספֿער איז געװען פֿרײלעך װי אױף אַ קאַרנאַװאַל, שרײַבט פֿעלדמאַן.
דער קערן פֿון דער באַװעגונג באַשטײט פֿון די נאָכפֿאָלגער פֿונעם אַמעריקאַנער רבֿ מאיר כּהנא (1932–1990), װאָס האָט עולה געװען קײן מדינת־ישׂראל כּדי צו פֿאַרװירקלעכן זײַן עקסטרעם־נאַציאָנאַליסטישע אידעאָלאָגיע. פּראָפֿעסאָר הלל װײַס פֿונעם בר־אילן אוניװערסיטעט איז הײַנט דער חשובֿסטער בעל־דעה אין דער באַװעגונג. ער איז אַ מיטגליד פֿונעם „סנהדרין‟, װאָס מען האָט אױסגעקליבן צװישן מיטגלידער פֿון דער באַװעגונג. ער האַלט, אַז דורך אַזעלכע געניטונגען װעט מען בהדרגה צוגרײטן די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט צו גרונדיקע סאָציאַלע און פּאָליטישע ענדערונגען כּדי צו פֿאַרװאַנדלען די װעלטלעכע מלוכה אין אַ ייִדישער טעאָקראַטיע. „דעמאָקראַטיע איז אַ פּוסטע זאַך װײַל זי פֿירט צו גלײַכהײט‟, דערקלערט פּראָפֿעסאָר װײַס זײַן פּאָליטישע פֿילאָסאָפֿיע.
אָבער בײַ אַנדערע באַזוכער איז דאָס ניט מער װי אַ טשיקאַװע פֿאַרװײַלונג, האַלט פֿעלדמאַן. זי האָט געשמועסט מיט כּלערלײ מענטשן, װאָס זײַנען צוגעצױגן געװאָרן דורך דער פֿרײלעכער אַטמאָספֿער. אַ סך פֿון זיי, האָט זי באַמערקט, האָבן ניט געלײגט קײן סך אַכט אױף דער קרבן־צערעמאָניע גופֿא. דער מכון האָט אַ היפּשע צאָל אַקטיװיטעטן פֿאַר קינדער. זײ קענען זיך שפּילן אין די מוסטערן פֿונעם בית-המקדש, אױספּרעסן בױמל פֿאַר חנוכּה־ליכט, צוגרײטן דעם בלױען תּכלת־פֿאַרב, װאָס מען נוצט פֿאַר ציצית און די בגדים פֿון כּהנים. אױף אַזאַ אױפֿן פֿאַרשפּרײט דער מכון זײַן אידעאָלאָגיע בײַם ייִנגערן דור ישׂראלים. גאָר אַ װיכטיקע ראָלע שפּילט דאָס עסן. דאָס פֿלײש פֿון די קרבנות װערט געבראָטן און צעטײלט צװישן דעם עולם.
אױף פֿעלדמאַנס פֿראַגע „צוליב װאָס זײַט איר געקומען אַהער?‟ ענטפֿערן אײניקע מענטשן׃ „צוליבן עסן! מיר זײַנען דאָ צוליב דעם ‚מאַנגאַל‘ (באַרבעקיו)‟. בײַ אַ סך ישׂראלים איז „מאַנגאַל“ אַ טײל פֿון אַ יום-טובֿ, בפֿרט פֿון יום־העצמאות (דער טאָג פֿון אומאָפּהענגיקײט). אַזױ אַרום װערט אױסגעפֿורעמט אַן עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג צװישן די מאָדערנע ציוניסטישע מנהגים און דעם אוטאָפּישן חלום װעגן דעם בית-המקדש.
די אוראַלטע געשיכטע, בפֿרט די תּקופֿה פֿונעם תּנ״ך, פֿאַרנעמט אַ צענטראַל אָרט אין דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע. דאָס איז אַ כּלי פֿאַר „נאַטיװיזירן‟ ייִדן, װאָס קומען פֿון פֿאַרשײדענע עקן װעלט, דערקלערט פֿעלדמאַן. די פּראַקטישע געניטונגען פֿונעם „מכון המקדש‟ בױען אַ בריק צװישן אָט דעם אַספּעקט פֿון ציוניזם, װאָס איז פּאָפּולער סײַ צװישן פֿרומע און סײַ צװישן װעלטלעכע ישׂראלים, און זײער ראַדיקאַלער פּראָגראַם, װאָסער ציל איז צו פֿאַרװאַנדלען די דעמאָקראַטישע מדינה אין אַ רעליגיעז–נאַציאָנאַליסטישע אוטאָפּיע.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

