אַ ישׂראלדיקער רעזערוויסט אויפֿן פֿראָנט זינגט דאָס פּאַרטיזאַנער ליד אויף ייִדישVIDEO: Israeli reservist on the front sings the Partisan Hymn in Yiddish
דער סאָלדאַט, יונתן, איז אַ ייִדישער זינגער וואָס טרעט אויף אָפֿט אין תּל־אָבֿיבֿ

Graphic by Angelie Zaslavsky
די וואָך האָט דער פֿאָרווערטס באַקומען אַ וואַטסעפּ־ווידעאָ פֿון אַ מילויִמניק (רעזערוויסט), וואָס זינגט די ערשטע סטראָפֿע פֿונעם „פּאַרטיזאַנער ליד“ אויף ייִדיש, פֿאָרנדיק אין אַ טאַנק אויף אַ שטויביקער סטעשקע אין דרום־ישׂראל.
אין ישׂראל זינגט מען געוויינטלעך בלויז די העברעיִשע איבערזעצונג פֿונעם פּאַרטיזאַנער ליד.
יונתן, אַ מאַן אין די 30ער, האָט געשיקט דעם וואַטסעפּ צו דניאל גלאַי, דעם דירעקטאָר פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער ייִדישן קולטור־צענטער „בית לייוויק“. גלאַי האָט דערנאָך איבערגעשיקט דעם ווידעאָ דעם פֿאָרווערטס.
„יונתן איז אַן אמתער ייִדישיסט,“ האָט גלאַי געזאָגט. „ער טרעט אויף אָפֿט מיט ייִדישע לידער, באַגלייטנדיק זיך אויפֿן אַקאָרדיאָן.“
דאָס פּאַרטיזאַנער ליד, אויך באַקאַנט ווי „זאָג ניט קיין מאָל“, האָט געשאַפֿן דער יונגער ווילנער פּאַרטיזאַנער הירש גליק אין 1943, נאָכן דערוויסן זיך וועגן דעם וואַרשעווער געטאָ אויפֿשטאַנד. לויט אַ צאָל באַריכטן, איז גליק אומגעקומען דורך די דײַטשן אין יולי 1944.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
