ווידעאָ: אַ שמועס אויף ייִדיש אין „פּאַסטערנאַק־רעסטאָראַן“ אין בערליןVIDEO: Chatting in Yiddish at Pasternak Restaurant in Berlin
דער אַקטיאָר מײַק בורשטיין און קאַליפֿאָרניער ייִדישיסטקע פּערל קאַרני ווײַזן ווי עס קלינגט דאָס לשון פֿון צוויי געבוירענע ייִדיש־רעדער

Image by the Forward
זינט מענטשן איבער דער וועלט האָבן זיך אויסגעלערנט ווי צו ניצן זום, איז די צאָל סטודענטן אין ווירטועלע ייִדיש־קורסן שטאַרק געשטיגן.
די פּראָבלעם איז אָבער וואָס ווייניק סטודענטן — און ליבהאָבער פֿון ייִדיש־לשון בכלל — האָבן הײַנט אַ געלעגנהייט צו הערן אַ שמועס צווישן געבוירענע ייִדיש־רעדער.
כּדי צו געבן זיי אַזאַ געלעגנהייט האָבן מיר אָנגעהויבן פּראָדוצירן אַ סעריע ווידעאָס, „עפּעס עסן“, וווּ דער אַקטיאָר מײַק בורשטיין און די קאַליפֿאָרניער ייִדישיסטקע פּערל קאַרני זיצן און שמועסן אין אַ רעסטאָראַן אויף מאַמע־לשון.
אינעם ערשטן עפּיזאָד געפֿינט מען בורשטיין און קאַרני אינעם ייִדישן רעסטאָראַן „פֿאַקטאָרס פֿיימאָס דעלי“ אין לאָס־אַנדזשעלעס. אינעם איצטיקן ווידעאָ פֿאַרברענגען זיי אינעם רעסטאָראַן „פּאַסטערנאַק“ אין בערלין, דײַשטלאַנד. זיי רעדן וועגן דעם לעבן אין פּוילן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה; וועגן בורשטיינס לעגענדאַרע אַקטיאָר־עלטערן פּסח בורשטיין און ליליאַן לוקס — און אַוודאי וועגן דעם עסן!