אַ פּראָיעקט צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר מיעטשיסלאַוו (משה) ווײַנבערגImmortalizing the work of composer Mieczysław (Moyshe) Weinberg
דער ווײַנבערג־אינסטיטוט האָט לעצטנס געשפּילט זײַנע ווערק בעת אַ קאָנצערט אין דער גרויסער שיל פֿונעם פּוילישן שטעטעלע טיקטין.
צװישן ביאַליסטאָק און לאָמזשע ליגט אַ שטעטעלע טיקטין. אַ מאָל געװען אַן עיר־ואם־בישׂראל. בײַם הײַנטיקן טאָג שטייט נאָך אַלץ דער גרױסער בנין פֿון דער שול װאָס אין איר פֿלעגן שבת און יום־טובֿ דאַװנען אַ טױזנט ייִדן.
אין אָט דעם בכּבֿודיקן געבײַ איז דעם 22סטן אָקטאָבער פֿאָרגעקומען אַן אױסערגעװײנטלעכער קאָנצערט. דאָס האָט די װאַרשעװער פֿידלערין מאַריאַ (מרים) סלאַװעק געשפּילט קאָמפּאָזיציעס פֿון אַנדזשײ פּאַנופֿניק, יאָהאַן סעבאַסטיאַן באַך און מיעטשיסלאַװ (משה) װײַנבערג. אָנגעהױבן האָט מען דעם קאָנצערט מיט פּאַנופֿניקס פֿידל־קאָנצערט װאָס דער פּױליש־ענגלישער קאָמפּאָזיטאָר האָט אָנגעשריבן פֿאַרן פֿידלער יהודי מנוחין. די פּאַרטיע פֿונעם אָרקעסטער האָט געשפּילט דער סטרונע־קװאַרטעט א״נ װיטאָלד לוטאָסלאַװסקי מיטן קאָנטראַבאַסיסט טאָמאַש יאַנוכטאַ. דער אַנסאַמבל האָט מיט אמתדיקער בריהשאַפֿט באַװיזן איבערצוטײַטשן דאָס װערק אױפֿן מער אינטימיש־הײמישן לשון פֿון קאַמער־מוזיק. אַחוץ דעם האָט די אַקוסטיק פֿון דער גרױסער שול בלי־ספֿק צוגעגעבן חן.
װײַטער האָט די פֿידלערין סלאַװעק געשפּילט אײנס פֿון י. ס. באַכס סאַמע באַקאַנטע װערק פֿאַרן פֿידל, זײַן טשאַקאָנע אין רע־מינאָר (D minor). סלאַװעק האָט דערקלערט אַז דעם באַראָק־קאָמפּאָזיטאָר באַך האָט זי אױסגעקליבן מחמת דער גרױסער השפּעה װאָס ער האָט געהאַט סײַ אױף פּאַנופֿניק, סײַ אױף ווײַנבערג, װעמעס װערק זי האָט געשפּילט בײַם סוף פֿון קאָנצערט.
װײַנבערגס קאָנטשערטינאָ, אָפּוס 42, האָט טאַקע טײל מאָל דערמאָנט אין באַראָק־מוזיק — סײַ מיט די האַרמאָניעס, סײַ מיט די מעלאָדיעס. בכלל האָט װײַנבערג ליב געהאַט צונױפֿצומישן סטילן פֿון פֿאַרשײדענע תּקופֿות. צװישן אַנדערן האָט זיך אױך געהערט זײַן פֿרײַנד און לערער דמיטרי שאָסטאַקאָװיטשעס השפּעה.
מיעטשיסלאַװ װײַנבערג (1919–1996) איז געװען גוט באַקאַנט מיט פּאַנופֿניקן. בײדע האָבן שטודירט אין װאַרשע, אָבער שפּעטער געלעבט און געשאַפֿן אין אױסלאַנד. דער ייִד װײַנבערג איז בעת דער מלחמה װי אַ פּליט אָנגעקומען אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. דאָרט האָט ער זיך דערנענטערט צו דער סבֿיבֿה פֿונעם מאָסקװער מלוכישן ייִדישן טעאַטער און חתונה געהאַט מיט דער טאָכטער פֿונעם טעאַטער־דירעקטאָר, שלמה מיכאָעלס. ניט געקוקט אױף דעם װאָס װײַנבערג איז געבליבן אין מאָסקװע ביזן סוף פֿון זײַנע טעג, איז ער כּל־ימיו געבליבן שטאַרק צוגעבונדן צו דער פּױלישער קולטור.
װײַנבערגס צװײ קאָמפּאָזיציעס האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דעם קולמינאַציע־פּונקט פֿונעם קאָנצערט. סלאַװעק האָט דערצײלט אַז דער פּױליש־ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר איז איר ספּעציעל נאָענט צום האַרצן. פֿאַר איר דאָקטאָראַט האָט זי אױסגעפֿאָרשט די פּרטים פֿון װײַנבערגס לעבן און שאַפֿן. דערצו פֿאַרנעמט זי זיך, װי אַ קולטור־טוערין, מיטן פֿאַרשפּרײטן אירע קענטענישן און פּאָפּולאַריזירן װײַנבערגס װערק.
צו דעם צװעק האָט זי אין 2020 מיט חבֿרים געגרינדעט דעם װאַרשעװער װײַנבערג־אינסטיטוט. אײנער פֿון זײערע נײַסטע אױפֿטוען איז אַ װעגװײַזער דורך װײַנבערגס װאַרשע אױף דרײַ שפּראַכן — פּױליש, ענגליש און ייִדיש. דער אינסטיטוט האָט אױך, צוזאַמען מיטן פּאָדליאַשער מוזײ, אײַנגעאָרדנט דעם טיקטינער קאָנצערט. פּאָדליאַשע — אַזױ רופֿט זיך די געגנט אַרום ביאַליסטאָק, בײַ דער גרענעץ מיט בעלאַרוס. סלאַװעק האָט באַמערקט אַז בײַם אָנהײב פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה איז װײַנבערג אַלײן פֿאַרװאָגלט געװאָרן אין די דאָזיקע מקומות.
פֿאַרענדיקט האָט מען דעם קאָנצערט מיט װײַנבערגס ראַפּסאָדיע אױף מאָלדאַװישע טעמעס. בײַם אָנהײב פֿאַרציִען דער באַס, װיאָלאָנטשעל און אַלטוּװקע פּאַװאָליע אַ ניגון. דערנאָך הערט מען אַ פּאַמעלעכן מאַרש, אַ כּלה־באַזעצן. נאָך עטלעכע װײַטערדיקע טענץ צעפֿלאַמט זיך די מוזיק אין אַ ברױזנדיק פֿרײלעכס. װײַנבערג האָט זיך ניט גלאַט אַזױ גענומען צו „מאָלדאַװישע טעמעס“. אַלײן אַ געבױרענער אין װאַרשע, האָט ער פֿאָרט געהאַט אַ בעסאַראַבישן ייִחוס. דער טאַטע, שמואל, אַ קאָמפּאָזיטאָר, פֿידלער און דיריגענט, האָט געשטאַמט פֿון קעשענעװ; די מאַמע, שׂרה־דבֿורה, אַן אַקטריסע אין ייִדישן טעאַטער — פֿון אָדעס.
זײַן מאָלדאַװישע ראַפּסאָדיע האָט װײַנבערג געשאַפֿן אין 1949, באַלד נאָך דעם װי סטאַלין האָט געלאָזט דערמאָרדן װײַנבערגס שװער, דעם טעאַטער־מענטש און כּלל־טוער שלמה מיכאָעלס. אין 1953 האָט מען אױך װײַנבערגן אַרעסטירט אױף עטלעכע חדשים. אפֿשר האָט ער דאָס װערק אױך באַנומען װי אַן אַזכּרה נאָך טאַטע־מאַמע װאָס זײַנען, אין אײנעם מיט זײַן שװעסטער, אומגעקומען בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע.
אַגבֿ, װײַנבערג האָט זיך שױן אין 1943 אָפּגערופֿן אױפֿן חורבן — מיט אַ ציקל „קינדערלידער“, באַזירט אױף י. ל. פּרצעס לידער פֿאַר ייִדישע יתומים, און אין 1944 מיט מוזיק צו שמואל האַלקינס לידער װעגן מלחמה און חורבן.
ס׳איז געװען אַ נחמה צו הערן װײַנבערגן אין דעם אַמאָליקן האַרץ פֿון ייִדישן טיקטין. בלױז דער פֿריִערדיקער מקום־קדוש און רעשטלעך מצבֿות אױפֿן הײליקן אָרט דערמאָנען אָן דעם װאָס איז געװען. אַחוץ דעם איז ניטאָ מער קײן זכר נאָך די טיקטינער ייִדן — ניט קוקנדיק אױף די ניט אַלע מאָל געראָטענע פּרוּװן אױפֿצולעבן עפּעס ייִדישקײט, למשל דורך אַ כּמו־ייִדישלעכן רעסטאָראַן.
אַז מע זעט הײַנט דאָס קלײניטשקע שטעטל, איז שװער זיך אױסצומאָלן אַז ס׳איז אַ מאָל געװען דער צענטער פֿון דער ייִדישער פּאָדליאַשע. דאָ איז דער שטאָטישער רבֿ אַ מאָל געװען דער מהרש״אָ. פֿון דאַנען האָט געשטאַמט די מלומדת און דרשנטע רבֿקה בת מאיר טיקטינער. אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט איז דאָ אױך געבױרן געװאָרן דער ייִדישער פּאָעט חיים סעמיאַטיצקי. דאָס טיקטינער יזכּור־בוך גיט צו װיסן אַז „אַכצן (ח״י) דורות ערלעכע ייִדן האָבן אױפֿגעשטעלט די באַרימטע טיקטין“.
בלױז דער פֿאַרנעם פֿון דער שול גיט הײַנט אַן אָנצוהערעניש אױפֿן גרױסן עבֿר. דער מעכטיקער בנין איז אַן אמתדיקע פֿעסטונג — װי אַנדערע שולן אין מיזרח־פּױלן װאָס מע האָט געבױט אין 17טן יאָרהונדערט. אינעם פּאָליש אַלײן איז געװען אָרט פֿאַר עטלעכע שטיבלעך, צװישן זײ — דאָס „חסידים־שטיבל“ און דאָס „קהל־שטיבל“, דערצו דאָס „קלײנע בית־מדרשל“. זומערצײַט האָבן די תּלמידים פֿון דער „קלײנער ישיבֿה“ געלערנט אין פּרוזדור פֿון דער קאַלטער שול.
װען מע האָט בעת דער מלחמה דערמאָרדעט די ייִדישע תּושבֿים, אָדער זײ זײַנען אַװעק כּדי זיך צו באַהאַלטן פֿאַרן שׂונא, האָבן זײערע קריסטלעכע שכנים באַלד אַרױסגעטראָגן פֿון דער שול אַלע מטלטלין, אַזױ אַז דער מױער איז איבערגעבליבן אַ נאַקעטער. ס׳רובֿ ייִדישע װױנהײַזער האָבן ניט געהאַט אַזאַ מזל. פּױערים פֿונעם אַרום האָבן זײ פֿונאַנדערגעטראָגן און אױפֿגעבױט פֿון ס׳נײַ בײַ זיך אין דאָרף.
װען סאָװעטישע זעלנער האָבן אין 1944 געװאָלט צענעמען דעם פֿאַרלאָזטן בנין פֿון שול כּדי איבערצוניצעװען די שטײנער, האָט זי זיך נאָר אָפּגעהיט אַ דאַנק דער אינטערװענץ פֿון מענדל טורעק (שפּעטער מנחם טמיר), אַ ייִד פֿון דער טיקטינער שארית־הפּליטה.
אין די 1970ער יאָרן האָט דער פּאָדליאַשער מוזײ געלאָזט רעסטאַװרירן די טיקטינער שול. אינעװײניק האָט מען פֿאָרזיכטיק באַנײַט טײל װאַנטגעמעלן פֿון חיות און די קאַפּיטלען תּהילים און שטיקער פֿון דאַװנען װאָס זײַנען געװען אױסגעכּתיבֿהט אױף די װענט און אױף די אַרקעס פֿונעם באַלעמער. מע האָט אױך פֿון ס׳נײַ אױפֿגעשטעלט הילצערנע בענק און אַ טרעפּ אַרױף צו דער בימה. מיט אַ יאָר פֿינף צוריק האָט מען זיך נאָך אַ מאָל גענומען צו די רעסטאַװראַציע־אַרבעטן און רעקאָנסטרוּיִרט דעם פּרוכת, צװײ גרױסע חנוכּה־מנורות, די הענגלײַכטער און דעם װאַשבעקן בײַם אַרײַנגאַנג. דער בנין פֿון דער טיקטינער שול איז אַ זעלטנס אין מיזרח־פּױלן. ס׳זײַנען דאָ נאָך שולן שׂרידים פֿונעם חורבן אױך אין אַנדערע ערטער, אָבער, ראשית, איז דער בנין טאַקע זײער אַן אַלטער און אַ שײנער, והשנית, האָט מען ניט אומעטום װידער אױפֿגעשטעלט דאָס װאָס איז צעשטערט געװאָרן.
די מוזיקער האָבן געשפּילט דעם קאָנצערט גלײַך רעכטס פֿונעם אָרון־קודש. אױף דער װאַנט הינטער זײ האָט מען געקענט לײענען די אױסגעכּתיבֿהטע װערטער פֿון לכה דודי. לעבן דעם באַלעמער האָט געזעסן אַן עולם פֿון געצײלטע יחידי־סגולה װאָס אַ טײל פֿון זײ איז געפֿאָרן הונדערטער קילאָמעטער כּדי צו קומען אױפֿן קאָנצערט.
מיט מרים סלאַװעקס קאָנצערט האָט דער בנין אױך באַקומען אַ מין רוחניותדיקן תּיקון. לױט אונדזער באַנעם איז אַ שײנער סימן װאָס דװקא אַ מוזיקערין אַ היגע האָט דאָס אױפֿגעטאָן. מע האָט רעקאָרדירט דעם קאָנצערט און װעט, מירצעשעם, אַרױסלאָזן אַ דיסק אָנהײב 2024. טאָמער איז דער עולם אַ בעלן צו שטיצן דעם דאָזיקן פּראָיעקט, קען מען דאָס טאָן אָט דאָ.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO