מיכאל פֿעלזענבאַומס עפּישער ראָמאַן פֿירט דעם הויפּטהעלד אין פֿאַרשידענע תּקופֿות און לענדערMichael Felsenbaum’s epic novel has its hero pop up in different centuries and countries
אין „אַ פּאָליפֿאָנישער ראָמאַן“ טרעפֿט מען דעם העלד, יאַן לאַזאַר, אין אוקראַיִנע בײַם 17טן יאָרהונדערט ווי אויך אינעם הײַנטיקן ישׂראל.
ווי עס שרײַבט דער מחבר פֿון „אַ פּאָליפֿאָנישער ראָמאַן“ — מיכאל (מעכל) פֿעלזענבאַום — האָט געדויערט כּמעט פֿערציק יאָר דאָס צו פֿאַרענדיקן. דאָס איז ניט קײן ראָמען אין אַ געװײנטלעכן זין, מיט אַ הױפּטהעלד און אַ סיפּור־המעשׂה. אַ העלד איז דאָ יאָ פֿאַראַן און ער הײסט יאַן לאַזאַר, אָבער ער לעבט דורך עטלעכע גילגולים. מיר טרעפֿן אים אויף כּלערליי ערטער אין פֿאַרשײדענע תּקופֿות, צװישן אוקראַיִנע אינעם 17טן יאָרהונדערט און מדינת־ישׂראל אינעם הײַנטיקן טאָג.
דער לײענער װעט אָבער אומזיסט פּרוּװן צו אַנטדעקן אַ װאָסער ניט איז סדר אין די עטלעכע לעבנס פֿונעם דאָזיקן פּערסאָנאַזש. אַנשטאָט דעם דאַרף מען פּשוט זיך לאָזן אױפֿן באַראָט פֿונעם מחברס כּוח־הדמיון און לאָזן זיך פֿירן איבער דעם לאַבירינט פֿון חידושדיקע אַװאַנטורעס.
װי עס פּאַסט פֿאַרן טיטל, איז דער ראָמאַן אַ מין כאָר פֿון פֿילצאָליקע, פֿאַרשײדענע קולות. דער מחבר, מיכאל פֿעלזענבאַום אַלײן, האָט כּלומרשט באַקומען אַ בינטל פּאַפּירן פֿון זײַן באַקאַנטן, יאַן לאַזאַר. פֿונעם דאָזיקן רױשטאָף איז אַרױסגעװאַקסן דער ראָמאַן. „איך האָב אָפּגעאַרבעט מיט יאַן לאַזאַרס ׳כּתבֿים׳ אַריבער צװאַנציק יאָר און איצט װײס איך שױן ניט װאָס אין דעם בוך איז ׳זײַנס׳ און װאָס איז ׳מײַנס׳,“ האָט פֿעלזענבאַום געזאָגט דעם פֿאָרווערטס. „און בכּלל, אַ מאָל דאַכט זיך מיר, אַז איך בין געװאָרן אױס מעכל, אױס מעכל פֿעלזענבאַום, נאָר איך אַלײן בין שױן גרײט זיך אָפּצורופֿן אױפֿן נאָמען יאַן, יאַן לאַזאַר.“
װי עס באַמערקט װאַלערי דימשיץ — דער פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור פֿונעם פּעטערבורגער אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט — אין זײַן הקדמה צום ראָמאַן, איז פֿעלזענבאַומס פֿאָרגײער אין דער ייִדישער ליטעראַטור געװען מענדעלע מוכר־ספֿרים. פּונקט אַזױ װי מענדעלע בײַ שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטש, איז יאַן לאַזאַר בײַ פֿעלזענבאַום סײַ דער „מחבר“ סײַ דער העלד פֿונעם ראָמאַן. די „פּאָליפֿאָנישקײט“ פֿונעם ראָמאַן נעמט אַרום ניט נאָר די שטימען פֿון פֿאַרשײדענע פּאַרשױנען, נאָר אױך די פֿילצאָליקע מאָטאָס און עפּיגראַפֿן, װאָס זײַנען צעשפּרײט איבער די כּמעט פֿיר הונדערט זײַטן פֿונעם טעקסט.
דער 17טער יאָרהונדערט איז געװען אַ צײַט פֿון בלוטיקע מלחמות, רדיפֿות און גירושים אין אײראָפּע. די דרײַסיק־יעריקע מלחמה האָט חרובֿ געמאַכט די דײַטשישע לענדער; פּױלן האָט געליטן פֿון דער שװעדישער און רוסישער אינטערװענץ, בעת באָכדאַן כמעלניצקיס קאָזאַקישע חיילות האָבן חרובֿ געמאַכט דעם ייִדישן ייִשובֿ אין אוקראַיִנע איִן 1648־1649. די היסטאָריקער האַלטן, אַז דװקא דעמאָלט האָט זיך אָנגעהױבן די מאָדערנע תּקופֿה, װאָס האָט דערגרײכט איר דנאָ אין די מלחמות און חורבנות פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. פֿעלזענבאַום פֿאַרמעסט זיך אױף אַרומנעמען אין זײַן ראָמאַן דעם גאַנצן פֿאַרנעם פֿונעם מאָדערנעם צײַטשפּאַן:
„דאָס דאָזיקע בוך האָב איך געשריבן זײער פֿיל יאָרן, מע קען אַפֿילו זאָגן מײַן גאַנץ לעבן, זינט יאָר תּ״ח, ס׳הײסט, פֿון 1648טן יאָר אָן לױט דעם גױיִשן קאַלענדאַר,“ האָט פֿעלזענבאַום געזאָגט. „װאָס איך האָב ניט געקאָנט װיסן האָבן מיר דערצײלט מײַנע צװײ באָבעס; די זײדעס האָבן פֿאַר דעם פּשוט קײן צײַט ניט געהאַט. דעריבער, מײן איך, האָט מײַן בוך אַ װײַבערישן נוסח און ריח.“
אין װאָס זשע באַשטײט אָט דער „װײַבערישער נוסח“ פֿונעם בוך? די װאָרצלען פֿונעם ראָמאַנס דערצײלערישן סטיל ליגן באַגראָבן אינעם אַלט־ייִדישן זשאַנער פֿון מעשׂה־בוך, אַ זאַמלונג פֿון היסטאָרישע לעגענדעס און מעשׂיות, װאָס זײַנען געװען ספּעציעל פּאָפּולער בײַ פֿרױען.
און כאָטש די געאָגראַפֿיע פֿון „אַ פּאָליפֿאָנישער ראָמאַן“ ציט זיך פֿון בראַזיל ביז טערקײַ, האָלאַנד און באָהעמיע, ליגט זײַן צענטער ערגעץ צװישן גאַליציע, בעסאַראַביע און בוקאָװינע. נאָך פּינקטלעכער — אינעם אױסגעטראַכטן גאַליציאַנישן דאָרף „פּאַנסקע דופּע“ (אױף פּױליש — „דעם הערס תּחת“, אָדער „דעם הערס זודיק“, װי עס זעצט איבער דער מחבר). דעם דאָזיקן „שײנעם“ נאָמען האָט דאָס דאָזיקע דאָרף באַקומען נאָך כמעלניצקיס שחיטות, „אַ דאַנק דעם, װאָס עס איז געװען צוגעקלעפּט צום הילפֿסהױף פֿונעם שלאָס, צום אונטערשטן חלק זײַנעם, לעבן די שטאַלן און רײניקונג־אינסטאַלאַציע, מיט אַלע זײערע ׳גוטע ריחות׳.“ פּאַנסקע דופּע איז דער צענטער פֿון פֿעלזענבאַומס „ייִדישלאַנד“, ענלעך צו דעם װי די שטאָט גלופּסק איז געװען די הױפּטשטאָט פֿון מענדעלעס.
עס איז שװער צו טרעפֿן, װאָס איז די הױפּטטעמע פֿונעם דאָזיקן ראָמאַן, װאָס באַשטײט פֿון צענדליקער פֿאַרשײדענע פֿראַגמענטן. גענומען אין אײנעם שאַפֿן זײ אַ מין פֿאַנטאַסטישע מאַפּע פֿונעם ייִדישן גלות. צום סוף פֿונעם ראָמאַן לאָזט זיך הערן אַ מאָדנע שטים פֿון אַ קאָסמישן פֿײַער׃ „כ׳בין אַ ייִדיש פֿײַערל און איך שטאַם פֿון יענע פֿלאַמען, װעלכע אַבֿרהם אָבֿינו האָט מיטגעשלעפּט מיט זיך אױפֿן װעג קײן געבענטשטן לאַנד.“ דאָס דאָזיקע פֿײַערל װאַרעמט די ייִדישע ליטעראַטור. ניט צופֿעליק האַלט ער אין אײן איבערחזרן אין זײַנע רײד, מעשׂה מענדעלע, „אָבער ניט דאָס בין איך אױסן“.
הײַנטיקע צײַטן זײַנען נײַע ייִדישע ראָמאַנען אַ זעלטנקײט, אַ יקר-המציאות, און פֿעלזענבאַום איז אַװדאי געװױר דערפֿון. „אױף איבערצולײענען אַלע ביכער, װאָס דערשײַנען אין משך פֿון אײן יאָר אױף ענגליש, רוסיש, פֿראַנצױזיש אָדער אױף דײַטש, דאַרף מען האָבן אײַזערנע כּוחות. און לגבי די נײַע ייִדישע ביכער?… ס׳װעט קלעקן אײן װאָך און ס׳װעט נאָך בלײַבן צײַט אױף צו פֿאַרברענגען אַ פּאָר טעג בײַם ים.“
דאַרף איך מודה זײַן, אַז בײַ מיר האָט דאָס לײענען פֿון „אַ פּאָליפֿאָנישער ראָמאַן“ גענומען מער װי אײן װאָך, און בײַם ים האָב איך אױך ניט באַװיזן צו פֿאַרברענגען. דער ראָמאַן פֿאַרכאַפּט דעם לײענער אינעם קאַלײדאָסקאָפּישן קעסלגרוב פֿון פֿעלזענבאַומס כּוח־המדמה. ביז גאָר רעאַליסטישע שילדערונגען פֿונעם סאָװעטישן אָדער ישׂראלדיקן שטײגער װערן דאָ איבערגעמישט מיט היסטאָרישע און אַפֿילו קאָסמישע פֿאַנטאַזיעס. אין דער מיט פֿונעם ייִדישן טעקסט טרעפֿט מען פּלוצעם פֿראַגמענטן אױף ענגליש, אוקראַיִניש, העברעיִש. פֿעלזענבאַום איז אַ מײַסטער פֿון איראָנישן נאָכמאַכן פֿאַרשײדענע סטילן און זשאַנערס, אי אין פּראָזע אי אין פּאָעזיע. אױף אַזאַ אופֿן פֿלעכט ער װײַטער די גאָלדענע קײט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO