ווידעאָ: דבֿ־בער קערלער רעדט וועגן דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור־שפּראַך Video: Dov-Ber Kerler speaks about the history of modern literary Yiddish
ער באַשרײַבט אויך דעם אָנהייב פֿון דער פּאָעזיע אויף ייִדיש, און רעציטירט עטלעכע פֿון זײַנע אייגענע לידער.

Image by the League for Yiddish
ס׳איז לעצטס אַרויס אַ ווידעאָ־רעקאָרדירונג אין וועלכער דבֿ־בער קערלער, דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר בײַם אינדיאַנער אוניווערסיטעט און אַליין אַ ייִדישער פּאָעט, דערקלערט ווען און וווּ ס׳האָט זיך אַנטוויקלט די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור־שפּראַך און ־שריפֿט.
דער שמועס, וואָס איז פּראָדוצירט געוואָרן פֿון דער ייִדיש־ליגע, איז אַ טייל פֿון דער זום־סעריע, „ייִדיש הײַנט“. געפֿירט דעם שמועס האָט אלי בענעדיקט.
דובֿ־בער קערלער (אויך באַקאַנט ווי באָריס קאַרלאָוו) איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע אין 1958. ער האָט שטודירט לינגוויסטיק און פֿילאָלאָגיע אין העברעיִשן און אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט. זינט 2001 פֿירט ער אָן די קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש־לימודים אין אינדיאַנער אוניווערסיטעט. צווישן 2002 און 2012 האָט ער אָנגעפֿירט מיטן אַהיים־פּראָיעקט, וואָס האָט געשאַפֿן אינטערוויוען אויף ייִדיש מיטן עלטערן דור ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. ביז איצט האָט ער געשריבן און רעדאַקטירט, אויף ייִדיש און אויף ענגליש, איבער 13 פֿאָרשביכער, ווי אויך זאַמלונגען דערציילונגען און פּאָעזיע־ביכער, אַנטאָלאָגיעס און צײַטשריפֿטן.
צו זען דעם ווידעאָ גיט אַ קוועטש דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
