Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַן אָפּערע באַזירט אויף פֿראַנץ קאַפֿקאַס נישט־פֿאַרענדיקטן ראָמאַן, „אַמעריקע“An opera based on Franz Kafka’s unfinished novel, ‘America’

דאָס פּרעכטיקע ווערק שפּילט מען הײַיאָר לכּבֿוד קאַפֿקאַס 100סטן יאָרצײַט.

הײַיאָר פּראַװעט מען דעם 100סטן יאָרצײַט פֿונעם שרײַבער פֿראַנץ קאַפֿקאַ. אױך אין דער שװײץ מערקט מען אָפּ דעם דאָזיקן יובילײ. אין ציריך שפּילט מען, למשל, די אָפּערע „אַמעריקע“ פֿון אָנהײב מאַרץ ביז מיטן אַפּריל. „אַמעריקע“ איז אײנער פֿון דרײַ ראָמאַנען װאָס קאַפֿקאַ האָט געאַרבעט איבער זײ. קײנעם פֿון זײ האָט ער ניט פֿאַרענדיקט; זײ זײַנען צו אונדז דערגאַנגען בלױז װי פֿראַגמענטן. אין די ערשטע 1960ער יאָרן האָט דער קאָמפּאָזיטאָר ראָמאַן האַובענטשאָק־רמתּי אױסקאָמפּאָנירט אַן אױסערגעװײנטלעכע אָפּערע אױפֿן סמך פֿון אָט דעם פֿראַגמענטאַרישן ראָמאַן. מע שפּילט זי זעלטן, נאָר הײַיאָר האָט זי זוכה געװען צו אַן אינטערעסאַנטער אױפֿפֿירונג בײַם צירכער אָפּערע־הױז.

קאַפֿקאַס ראָמאַן דערצײלט װעגן די איבערלעבונגען פֿון קאַרל ראָסמאַן, אַ יונגן דײַטש פֿון פּראָג װאָס די עלטערן האָבן אים אַרױסגעשיקט קײן אַמעריקע נאָך דעם װי אַ דינסט האָט געהאַט אַ קינד פֿון אים. מע דערװיסט זיך שפּעטער אַז די דינסט האָט אים גענײט צו שלאָפֿן מיט איר. ס׳רובֿ מענטשן, װאָס מיט זײ באַגעגנט זיך ראָסמאַן, פֿירן זיך עפּעס ניט צו אײדל מיט אים. דער העלד פֿון קאַפֿקאַס ראָמאַן דאַרף טאַקע אױסשטײן אָן אַ שיעור מיאוסקײטן, גװאַלד־מעשׂים און אַכזריותן, אַז ס׳איז אַ רחמנות אױף אים.

פֿון דעסטװעגן איז דאָס, אויבנאויפֿיק באַטראַכט, אײנס פֿון קאַפֿקאַס סאַמע אָפּטימיסטישע װערק. דער תּמימותדיקער צענערלינג, ראָסמאַן, בלײַבט האָפֿערדיק און גיט זיך ניט אונטער. פֿאַרקערט, ער גיט זיך אַן עצה, כאָטש װאָס אַן אמת, ניט זעלטן האָט ער עפּעס לײמענע הענט.

אַז מע טוט אים למשל אָפּ אַן עװלה, גלײבט ער אַלץ אַז די װעלט איז ניט הפֿקר, פֿאַראַן אַ יושר, און ער האַלט זיך בײַם שׂכל־הישר — אַ זעלטנקײט בײַ קאַפֿקאַן. נאָר באַלד געװעלטיקט איבערן סיפּור־המעשׂה װידער אַ מאָל אַ מין קאָשמאַרישע לאָגיק. דער פֿונק פֿון אָפּטימיזם װערט דערשטיקט אױף אַ צײַט, ביז ער צינדט זיך אָן פֿאַר אַ נײַס.

דער ראָמאַן הײבט זיך אָן מיט קאַרל ראָסמאַנס אָנקומען אין אַמעריקע. פּיקנטלעכער גערעדט, נאָך אױפֿן שיף, װוּ קאַרל באַגעגנט אַ הײצער װאָס באַקלאָגט זיך אַז מע האָט אים באַעװלט. װען קאַרל שטעלט זיך אײַן פֿאַרן הײצער בײַם קאַפּיטאַן, טרעפֿט ער דאָרט על־פּי נס זײַן אַמעריקאַנער פֿעטער װאָס נעמט אים אױף מיט גרױס שׂימחה. נאָר באַלד דערנאָך הײבט זיך אָן דער משונהדיקער קאָשמאַר נוסח קאַפֿקאַ.

נאָך דעם װי קאַרל פֿאָרט צו גאַסט צו דעם פֿעטערס אַ גוטן־פֿרײַנד, װאַרפֿט אױך דער פֿעטער אים אומגעריכטערהײט אַרױס פֿון שטוב און הײסט אים פֿאָרן אין קאַליפֿאָרניע. נאָר װאָס דען, ראָסמאַן װערט פֿאַרװאָגלט אין אַ נאָענטער שטאָט װוּ ער הײבט אָן אַרבעטן אין אַ האָטעל ביז מע װאַרפֿט אים אַרױס אױך פֿון דאַנען — אונטער װעגנס פֿאַרלירט ער צו ערשט דעם באַגאַזש, דערנאָך דאָס בילד פֿון טאַטע־מאַמע און צום סוף אױך דאָס געלט און דעם פּאַספּאָרט. אינעם לעצטן פֿראַגמענט פֿון ראָמאַן פֿאַרשרײַבט זיך קאַרל װי אַ טעכנישער מיטאַרבעטער בײַם גרױסן „נאַטור־טעאַטער פֿון אָקלאַהאַמאַ“.

בײַם קאָמפּאָזיטאָר, האַובענשטאָק־רמתּי, האָט אױסגענומען דװקא די פֿראַגמענטאַרישקײט פֿונעם ראָמאַן. אין זײַן אָפּערע האָט ער דעם סיפּור נאָך װײַטער צעשניטן אױף שטיקלעך און פֿאַרקירצט די דיאַלאָגן אױף עטלעכע תּמציתדיקע רעפּליקעס. נאָך מער, מע מעג אױפֿפֿירן די סצענעס פֿון דער אָפּערע אין װאָסער סדר ס׳זאָל ניט זײַן. אַזױ אַרום דאַרף מען טאַקע קענען דעם ראָמאַן כּדי צו פֿאַרשטײן װאָס ס׳טוט זיך. ס׳איז שיִער ניטאָ קײן זכר פֿון קאַפֿקאַס פֿאַרװײַלנדיקן שטײגער דערצײלן.

צוליב דער פֿראַגמענטאַרישקײט פֿונעם װערק האָט האַובענטשאָק־רמתּי אױך ניט געהאַלטן פֿאַר שײך די אָפּערע זאָל האָבן אַריעס אָדער די מוזיק זאָל געבן עפּעס אַן אָריענטירונג. פֿאַרקערט, אים איז אַפֿילו אַלץ אײנס צי ס׳איז מעגלעך אױפֿצופֿירן דאָס װערק — ניט דאָס איז דער עיקר לױט אים, װי דער באַזוכער קען זיך דערװיסן אין אַ קלײנער אױסשטעלונג װעגן דער אָפּערע װאָס מע װײַזט אינעם צירכער אָפּערע־הױז.

אַז מע קוקט אין דער פּאַרטיטור אַרײַן, פֿאַרשטײט מען גלײַך אַז האַובענשטאָק־רמתּי האָט גיכער אין זינען געהאַט דעם חוש־הראיה װי דאָס געהער. אָנשטאָט אַ געװײנטלעכער פּאַרטיטור זעט מען טײל מאָל טשיקאַװע װאָלקן־פּײזאַזשן, צי למשל אינדזלען פֿון נאָטן־פֿאָרמאַציעס.

די ערשטע זײַט פֿון דער פּאַרטיטור: אַ בײַשפּיל פֿון האַובענשטאָק־רמתּיס מוזיק־גראַפֿיקן Courtesy of the Opernhaus Zürich

די אָפּערע־זינגערס האָבן ניט קײן סך געזונגען, נאָר גערעדט מיט אַ פּינקטלעך אױסגעמאָסטענעם ריטעם און אינטאָנאַציע. דעם קאָמישן עפֿעקט דערפֿון האָבן זײ נאָך מער פֿאַרשטאַרקט מיט איבערגעטריבענע זשעסטן און העװיות. פּאַול קוריעװיטש, װאָס האָט געשפּילט די הױפּט־ראָלע, האָט זיך אױסגעטײלט מיט זײער אַ געראָטענעם, כּמו־קלאַונישן שטײגער שפּילן. אױף אַזאַ אופֿן ברענגט די אָפּערע אַרױס דעם װיציקן אַספּעקט פֿון קאַפֿקאַס „אַמעריקע“.

ס׳זײַנען פֿאָרט געװען עטלעכע כּמו־אַריעס, בתוכם ברונעלדאַס ליד. בײַ ברונעלדאַ, אַ געװעזענער זינגערין, אַרבעט קאַרל אַ געװיסע צײַט װי אַ הױזדינער. אַליסאָן קוק האָט געזונגען די אָ ראָלע. ניט געקוקט אױף דעם װאָס די צירכער ברונעלדאַ איז װײַט ניט געװען אַזױ גראָב און פֿעט װי דער פּערסאָנאַזש אין קאַפֿקאַס ראָמאַן (װאָס דאָרטן איז דאָס איר עיקר־שטריך), איז אַליסאָן קוקס אױפֿטריט געװען זײער אַ געלונגענער.

קאַפֿקאַס ראָמאַן צײכנט זיך אױס מיט די פֿײַנע שטריכן און ניואַנסן, מיט װעלכע ער גיט איבער קאַרל ראָסמאַנס אינעװײניקסטע איבערלעבונגען. אַחוץ דעם איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר קאַפֿקאַן, אַז די װאָר װערט אָפֿט מאָל מגולגל אין אַ קאָשמאַר.

אין ציריך האָט מען אָבער באַשלאָסן אַרױסצוהײבן אַן אַנדער אַספּעקט פֿונעם װערק, דהײַנו אַ מין אַמעריקע־קריטיק. אפֿשר איז דאָס ניט קײן חידוש אין מערבֿ־אײראָפּע. דאָ האָט מען דאָך ליב צו קריטיקירן די אַמעריקאַנער פּאָליטיק און װי אױף צו להכעיס אַרױסצוהײבן די קולטורעלע אונטערשײדן מיט די פֿאַראײניקטע שטאַטן.

יעדנפֿאַלס האָט מען אױסגעטײַטשט קאַפֿקאַס ראָמאַן װי אַ קריטיק פֿונעם אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם און װי אַ דערצײלונג װעגן דורכפֿאַל פֿונעם „אַמעריקאַנער חלום“. װען די אײבער־קעכין אינעם האָטעל „אָקצידענטאַל“ פֿרעגט בײַ קאַרל צי ער איז פֿרײַ, ענטפֿערט ער: „יאָ, טאַקע פֿרײַ“ און ס׳דאַכט זיך אים בעת־מעשׂה אַז ער װאָלט גערן געקענט מוחל זײַן אַזאַ מין פֿרײַהײט.

צוליב דער טעמע האָבן זיך באַװיזן אױף דער צירכער בינע פֿאַרשײדענע סימבאָלן פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָפּולערער קולטור װי, למשל, מיקי מאַוס. אין אײנער פֿון די לעצטע סצענעס, װעגן דעם „נאַטור־טעאַטער אָקלאַהאַמאַ“, האָט מען אין מיטן דערינען אַרײַנגעכאַפּט די מעשׂה פֿון ניטל, פֿון יעזוסעס געבורט — אפֿשר אַ רמז אױף דער ראָלע פֿון קריסטנטום אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק. נאָר ס׳קומט אָן שװער צו דערגײן אַ טאָלק אין אָט די לעצטע סצענעס, מחמת די בינע איז אמתדיק אָנגעפּאַקט מיט כּלערלײ מאָדנע פֿיגורן און סימבאָלן.

ניט די מוזיק, ניט דער סיפּור־המעשׂה זײַנען ניט גרינג צו פֿאָלגן אין דער אָפּערע. אָבער די צירכער איז געלונגען צו געפֿינען עפּעס אַ קעגנװאָג װאָס האָט געשאַפֿן אַ סטרוקטור און אַן אָנשפּאַר פֿאַרן עולם צוקוקערס — אַן אױסערגעװײנטלעכע כאָרעאָגראַפֿיע. אין אײן סצענע האָט דאָס אַרײַנגענומען ברײקדענסינג, אין אַן אַנדער סצענע — אַ פּאַנטאָמים. אױך די ליכט־עפֿעקטן האָט מען ניט געזשאַלעװעט. אין ניט אײן סצענע האָט מען אױפֿגעבױט אַ פֿאַרכאַפּנדיקע סצענאָגראַפֿיע, דער עיקר בײַם אָנהײב אױף דער שיף און בײַם סוף אין „נאַטור־טעאַטער“.

דאָס צירכער אָפּערע־הױז האָט מיט דער דאָזיקער אױפֿפֿירונג ניט נאָר אָפּגעגעבן כּבֿוד דעם שרײַבער פֿראַנץ קאַפֿקאַ נאָר אױך אַ הײַנט װײניק באַקאַנטן ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר, ראָמאַן האובענשטאָק־רמתּי. אַ געבױרענער אין מערבֿ־גאַליציע איז האַובענשטאָק־רמתּי אין משך פֿון די מלחמה־יאָרן אָפּגעקומען אין די סאָװעטישע לאַגערן, מיט דער פּױלישער אַרמײ אָנגעשפּאַרט אין ארץ־ישׂראל, זיך שפּעטער אומגעקערט אין קראָקע, בעת די ערשטע 1950ער יאָרן געװױנט אין מדינת־ישׂראל און אין 1958 זיך באַזעצט אין װין. אַחוץ זײַן װירקן װי אַ קאָמפּאָזיטאָר און אַ הױכשול־לערער האָט ער זיך אױך פֿאַרנומען מיט מאָלערײַ און גראַפֿיק. הײַיאָר האָט מען אין ציריך די זעלטענע געלעגנהײט צו הערן און צו זען זײַן אָפּערע און זיך צו באַקענען מיט אַן אינטערעסאַנטער אינטערפּרעטאַציע פֿון קאַפֿקאַס ראָמאַן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.