אַ נײַע איניציאַטיוו צו פֿאַרשפּרייטן ייִדישע פּסח־לידער געשאַפֿענע אין מעלבורן A new initiative to share Yiddish Passover songs composed in Melbourne
דער קאָמפּאָזיטאָר, ברוך קאַלושינער, האָט אָנגעפֿירט מיט ייִדיש־כאָרן און געלערנט מוזיק אין די ייִדישע שולן
דער דריטער סדר, וואָס איז אַ מאָל געווען אַזוי באַקאַנט אין די ניו־יאָרקער לינק-געשטימטע ייִדיש קרײַזן, האָט אַ שותּף אין מעלבורן. בײַ אונדז, אין ׳עק וועלט׳, האָט זיך אַנטוויקלט אַן אויסטראַלישע טראַדיציע פֿון פּראַווען אַ דריטן סדר זינגענדיק ניט נאָר די באַקאַנטע לידער ווי „זאָג מאַראַן“, נאָר אויך לידער וואָס זײַנען געשריבן געוואָרן אין מעלבורן פֿאַר דער היגער קהילה.
דער מחבר פֿון די לידער פֿאַרן דריטן סדר איז געווען דער פּויליש־געבוירענער קאָמפּאָזיטאָר ברוך קאַלושינער. ער האָט זיך באַזעצט אין דער שטאָט אין 1960 און האָט אָנגעפֿירט מיט ייִדיש־כאָרן און אויך געלערנט מוזיק אין די פּרץ־ און שלום־עליכם שולן. זײַנע נײַן סדר־לידער האָבן דורות מעלבורנער ייִדישע משפּחות געזונגען.
צוויי מעלבורנער מוזיקערס און לערערינס, פֿריידי מראָצקי און טאָמי יורעלע קאַלינסקי, האָבן זיך געכאַפּט אַז כאָטש די נײַן לידער זײַנען אַ וויכטיקער טייל פֿון דער מעלבורנער פּסח־טראַדיציע, זײַנען זיי ווייניק באַקאַנט מחוץ אויסטראַליע. האָבן זיי לאַנצירט אַן איניציאַטיוו, „דער מעלבורנער ייִדיש סדר פּראָיעקט“. זײַנע צילן זײַנען אָפּצודרוקן קאַלושינערס לידער אין אַ ביכל, באַגלייט מיט דער ענגלישער טראַנסליטעראַציע, איבערזעצונג, די נאָטן און אַקאָרדן און דערנאָך רעקאָרדירן די לידער אין אַ קלאַנג־סטודיאָ. זיי ווילן אויך זאַמלען אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן און אינטערוויוען מיט די וואָס האָבן געקענט קאַלושינערן און זײַנע ווערק.
אונטער די כּוחות פֿון מראָצקי, קאַלינסקי, דעם שרײַבער פֿון אָט די שורות, צוזאַמען מיט יוחנהלע גאָלדמאַן, אַ מומחה אין וויזועלן דיזײַן, האָט זיך אַנטוויקלט דער פּראָיעקט. ביז איצט באַשטייט ער פֿון אַ לידערביכל, אומפֿאָרמעלע רעקאָרדירונגען פֿון די לידער און אַ וועבזײַטל, וווּ מען קען זיך לערנען וועגן קאַלישינערס לידער און אַראָפּלאָדן די רעקאָרדירונגען און דאָס לידערביכל אומזיסט.
דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק איז פֿאָרגעקומען אַ וואַרשטאַט צו לערנען די לידער פֿאַר אַ צווישן־דורותדיקן עולם. עס האָבן זיך באַטייליקט קינדער פֿונעם שלום־עליכם־קאָלעדזש און סקיפֿיסטן (מיטגלידער פֿון דער בונדישער יונגט־אָרגאָניזאַציע). דער ציל פֿונעם פּראָיעקט איז צו טיילן קאַלושינערס קולטור־ירושה מיט אַ ברייטערן עולם — ניט נאָר אין אויסטראַליע, נאָר איבער דער וועלט.
דער פּראָיעקט שפּיגלט אָפּ די רײַכקייט פֿון דעם מעלבורנער ייִדיש לעבן. די נײַן לידער זײַנען אַן אָנהייב פֿון פּלענער צו פֿאַרעפֿנטלעכן די מער ווי 40 לידער וואָס קאַלושינער האָט געשאַפֿן.
צו לייענען מער וועגן דעם „מעלבורנער ייִדיש סדר פּראָיעקט“, גיט אַ קוועטש דאָ.
רבֿקה מאַרגאָליס איז אַ פּראָפֿעסאָר אינעם אויסטראַלישן צענטער פֿון ייִדישער ציוויליזאַציע אין מונאַש־אוניווערסיטעט אין מעלבורן. זי האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן צוויי נײַע ביכער, Yiddish Lives On: Strategies for Language Transmission און The Yiddish Supernatural on Screen: Dybbuks, Demons and Haunted Jewish Pasts
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor