Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אלי שאַרפֿשטײנס פּאָעטישע ליבע-דערקלערונג פֿאַר ייִדישEli Scharfstein’s poetic declaration of love for the Yiddish language

זײַן בוך לידער „פּלוצעם ייִדיש“ קען זײַן אַ גוטער מיטל צום לערנען ייִדיש ווײַל די לידער זײַנען קלאָר און לעבעדיק

אלי שאַרפֿשטײן עפֿנט זײַן נײַ בוך לידער „פּלוצעם ייִדיש“, זאָגנדיק אַז ווען ער וואָלט געווען „אַן אמתער דיכטער“, וואָלט ער געזונגען די לידער „צו דער ייִדישער שפּראַך“. די לידער אינעם בוך זײַנען דעם דיכטערס ליבע-דערקלערונג פֿאַר זײַן מאַמע־לשון, און די דאָזיקע ליבע איז דער װעגװײַזער אין זײַן דיכטערישער שאַפֿונג: „ייִדיש איז מײַן טאַטנס שפּראַך / לשון פֿון מײַן מאַמען. / טעג און נעכט איך זיץ און טראַכט׃ װוּ געפֿינט מען גראַמען?“

שאַרפֿשטײנס געשטאַלט װי אַ ייִדישער דיכטער איז בכּיװן פּראָסטעװאַטע. ער מאַכט זיך ניט־װיסנדיק פֿון דעם רײַכן אוצר פֿון פּאָעטישע מכשירים און סטיליסטישע קונצן, װאָס מע געפֿינט אין דער ייִדישער פּאָעזיע. ער דאַרף כּלומרשט זײ אַלײן אױסטראַכטן פֿון דאָס נײַ׃ „זיץ איך, קלעפּ איך, װאָרט צו װאָרט / אותע צו אַן אותע.“

אָבער אָט דאָס כּלומרשטיקע פּשטות האָט טיפֿע װאָרצלען אין דער ייִדישער פּאָעזיע. אין שאַרפֿשטײנס לידער הערט מען אָפּקלאַנגען פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און פֿון די קינדערלידער פֿון לײב קװיטקאָ. דער דיכטער אַלײן װאַרפֿט אַרײַן אַ רמז, אַז זײַנע לידער זײַנען ניט אַזױ פּראָסט װי זײ מאַכן זיך׃ „לײענען דאַרף מען צװישן שורות. אַזױ איז אינטערעסאַנטער. / צװישן שורות זעט מען בשׂורות — / פֿרעמדע און באַקאַנטע.“ איז װאָס זשע פֿאַר אַ בשׂורות קען מען געפֿינען צװישן שורות אין שאַרפֿשטײנס לידער?

דאָס ייִדישע לשון איז אַ מין שליסל צו דעם סאַמע זין פֿונעם דיכטערס לעבן און ליגט אינעם יסוד פֿון זײַן שעפֿערישן מהות. ייִדיש איז אי דער כּלי פֿאַר זײַן אױסדריקן זיך אי דער תּוך פֿון זײַן דיכטונג. געבױרן אין װילנע אין 1950 בײַ אַ משפּחה פֿון ייִדישע אַקטיאָרן, איז אלי שאַרפֿשטײן אױפֿגעװאַקסן מיט צװײ שפּראַכן, ייִדיש און רוסיש. אין 1971 האָט די משפּחה עולה געװען קײן מדינת-ישׂראל. אין ישׂראל האָט ער געשריבן לידער אױף רוסיש און העברעיִש פֿאַר זײַנע פֿרײַנד און קרובֿים.

ייִדישע לידער האָט שאַרפֿשטײן אָנגעהױבן שרײַבן ערשט לעצטנס. דער שטױס דערצו זײַנען געװען צװײ געשעענישן. „אין יאָר 2020, װען מײַן פֿאָטער ע״ה איז אַװעק אין דער אײביקײט (98 יאָר איז ער געװען) און מיטן אָנפֿאַנג פֿון דער גרױסער פּאַנדעמיע, האָט פֿון מיר פּלוצעם אַרױסגעשפּראָצט די ייִדישע שאַפֿונג,“ שרײַבט ער. די משפּחה זײַנע פֿאַרנעמט אַ װיכטיקן אָרט אין זײַנע ייִדישע לידער אױכעט. אַ היפּשע צאָל פֿון זײ באַטרעפֿן פֿאַרשײדענע פּערזענלעכע געשעענישן, װאָס רופֿן אַרױס אַ פּאָעטישן אָפּקלאַנג אינעם דיכטערס נשמה.

מיט װאָס זשע איז ייִדיש אַנדערש פֿון אַנדערע שפּראַכן, און מיט װאָס איז אַ ייִדישער דיכטער אַנדערש פֿון אַנדערע דיכטערס? ייִדיש איז דער אינטימסטער פֿאָדעם, װאָס בינדט אים צו די דורות פֿון ליטװישע ייִדן. ייִדיש איז געװען די שפּראַך פֿון זײַן פֿאָטער, װאָס האָט שטרענג באַפֿוילן׃ „מיר זײַנען ייִדן און מיר רעדן ייִדיש!“ איצט װענדט זיך דער זון צום טאַטן, װאָס האָט ניט דערלעבט צו זען זײַן זונס בוך׃ „דײַן ייִדיש לעבט אין מיר, ער שפּראָצט פֿון מײַן נשמה,/ אַ מאָל מיט טרערן, און אַ מאָל גאָר מיט אַ שמײכל פֿליסט.“ די מאַמע, „אַ מאָסקװער מײדל“, איז אָבער ניט געװען גוט באַהאַװנט אין ייִדיש׃ „זי האָט פֿאַרשטאַנען יעדעס װאָרט און יעדע פֿראַזע, / נאָר ענטפֿערן ניט געקענט./ געשטאַנען װי באַגאָסן פֿון אַן עמער קאַלטן װאַסער, / מיט טרײסלדיקע הענט.“ און איצט איז דװקא ייִדיש די שפּראַך, אױף װעלכער ער רעדט צו דער מאַמען, ע״ה׃ „אױף ייִדיש שרײַב איך מײַנע לידער, כ׳רעד צו דיר / מײַן טײַערע, מײַן מאַמע, מײַן חכמה.“

ייִדיש איז װײַט ניט די אײנציקע טעמע אין שאַרפֿשטײנס דיכטונג. דאָס בוך נעמט אַרײַן אַ מין פּאָעטישן טאָגבוך מיט אַ קאַפּיטל באַטיטלט „גריכנלאַנד׃ אין צײַט פֿון דער קאָראָנע־מגיפֿה“. אין גריכנלאַנד איז דער רעזשים פֿון דער פּאַנדעמיע ניט געווען אַזױ שטרענג װי אין אַנדערע לענדער, און שאַרפֿשטײן האָט געהאַט הנאָה פֿון דער זון, דעם ים און געשמאַקע פּאָטראַװעס׃ „יװנים װי יװנים / זײ לעבן פֿראַנק און פֿרײַ, / און זײער מקבל־פּנים / איז פֿרײַנטלעך און געטרײַ“. ייִדיש לאָזט אים זיך שפּילן מיט װערטער אַפֿילו װען עס גײט װעגן אַזעלכע מיאוסע זאַכן װי די קאָװיד־מגיפֿה. אײן ליד הײסט „װעגן קאָװיד אָן שום כּבֿוד„“און דאָ מאַכט דער דיכטער אַ שפּאַס׃ „זום אַהין און זום אַהער, / קאָװיד-שמאָװיד! קום אַהער! / און הער מיר אױס, דו בלינדער׃ / װאָס װילסטו פֿון די קינדער?“

דאָס לעצטע קאַפּיטל אינעם בוך איז געװידמעט איבערזעצונגען פֿון רוסישע לידער. דאָ אַנטפּלעקט זיך אַן אַנדער זײַט פֿון שאַרפֿשטײנס טאַלאַנט. באַזונדערס געלונגען זײַנען בײַ אים די קורצע און שאַרפֿע עפּיגראַמעס פֿונעם רוסיש־ייִדישן דיכטער סאַמויִל (שמואל) מאַרשאַק. די ייִדישע נוסחאָות קלינגען גאַנץ לעבעדיק און נאַטירלעך. צומאָל װערן זײ בכּיװן פֿאַרייִדישט. מאַרשאַקס פּערסאָנאַזשן זײַנען סתּם מענטשן, בעת שאַרפֿשטײן מאַכט פֿון זײ ייִדן׃ „מער װי אײן סיבה האָט אַ ייִד צו װערן שיכּור׃ / אַ ברית, אַ חתונה, אַ שװיגער, אַ גט, אַ רײַזע, אַ לװיה […] אַ גליק, אַן אומגליק, אַלטע ליבע, / און … װערן שיכּור אָן אַ סיבה.“

אויף אַן אמת וואָלטן שאַרפֿשטײנס לידער געקענט זײַן אַ גוטער מיטל פֿאַר לערנען ייִדיש. זײ זײַנען קלאָר, לעבעדיק און שאַרפֿזיניק.

צו באַשטעלן דאָס בוך שרײַבט צו: info@yiddish-culture.com

 

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version