ווי דער אַנאַרכיזם האָט באַווירקט הויפּטשטראָמיקע ייִדישע שרײַבערHow anarchism influenced mainstream Yiddish writers
אַחוץ פּראָלעטאַרישע פּאָעטן ווי דוד עדעלשטאַדט, זעט מען אַנאַרכיסטישע אידעען בײַ ה. לייוויק און פּרץ מאַרקיש, שרײַבט אַנאַ עלענאַ טאָרעס.
דער אַנאַרכיזם האָט אַ רײַכע געשיכטע בײַ ייִדן, בפֿרט בײַ דער ייִדיש־רעדנדיקער אינטעליגענץ. דער חלום פֿון אַ װעלט אָן מלוכות און מאַכטהאָבערס איז געװען צום האַרצן דעם גלות־פֿאָלק. די געשיכטע פֿון די פֿילזײַטיקע באַציִונגען צװישן ייִדן און אַנאַרכיזם האָט פֿאַרשײדענע צדדים, אָבער דער בולטסטער צװישן זײ איז דער קולטורעלער.
דאָס בוך „האָריזאָנטן בליִען, גרענעצן פֿאַרשװינדן: אַנאַרכיזם און די ייִדישע ליטעראַטור“ פֿון אַנאַ עלענאַ טאָרעס איז געווידמעט דװקא אָט דער השפּעה פֿון אַנאַרכיזם אױף דער ליטעראַרישער שעפֿערישקײט אױף ייִדיש. טאָרעס האָט דורכגעמאַכט אַ גרונדיקע און אַרומנעמיקע אַרכיװאַלע פֿאָרשונג און אַנטדעקט אַ היפּשע צאָל אינטערעסאַנטע איבערקלאַנגען צװישן דער ייִדישער ליטעראַטור און דעם אַנאַרכיסטישן געדאַנק. עס גײט דאָ ניט נאָר װעגן אַזעלכע פּראָלעטאַרישע דיכטער װי דוד עדעלשטאַט אָדער יוסף באָװשאָװער, װאָס האָבן געהאַט נאָענטע באַציִונגען מיט אַנאַרכיסטישע צײַטשריפֿטן, אָבער אױך װעגן משה־לײב האַלפּערן, ה. לײװיק, יעקבֿ גלאַטשטײט, אַנאַ מאַרגאָלין, פּרץ מאַרקיש און אַנדערע „הױפּטשטראָמיקע“ ייִדישע דיכטער.
דער ערשטער טײל פֿונעם בוך איז געװידמעט דעם ליטעראַרישן זשאַנער פֿון עלעגיע, װאָס טאָרעס האַלט פֿאַרן יסוד פֿון דער אַנאַרכיסטישער עסטעטיק. זי באַטראַכט די עטישע אָפּרופֿן אױף צװײ טראַגישע געשעענישן אין דער געשיכטע פֿון אַנאַרכיזם אין אַמעריקע, די טױט־אורטײלן פֿון אַנאַרכיסטן אין שײכות מיטן הײמאַרקעט־אױפֿשטאַנד אין שיקאַגע אין 1886 און פֿון ניקאָלאַ סאַקאָ און באַרטאָלאָמעאָ װאַנצעטי אין 1927.
אַרום די קרבנות פֿון די דאָזיקע עקזעקוציעס איז אַרױסגעװאַקסן אַ קולט פֿון מאַרטירערס, װאָס זײַנען אומגעקומען אױפֿן אַנאַרכיסטישן „קידוש־השם“. טאָרעס שטעלט פֿאָר די װערק פֿון ייִדישע דיכטער, פֿון עדעלשטאַט ביז האַלפּערן, װי אַ טײל פֿון דער טראַדיציע פֿון אַמעריקאַנער פּאָליטישער פּראָטעסט־דיכטונג. זי באַמערקט, אַז די ייִדישע פּאָעטן זײַנען געװען ספּעציעל שאַרף אין זײער קריטיק פֿון דער מאַשין פֿון מלוכישן געװאַלד, אַ סימן פֿון זײער ספּעציעלער פֿילעװדיקײט װי הײמלאָזע אימיגראַנטן.
דער צװײטער טײל פֿון בוך אַנטפּלעקט די היסטאָרישע װאָרצלען פֿונעם פֿעמיניסטישן שטראָם אין דער אַנאַרכיסטישער באַװעגונג. די צענטראַלע פֿיגורן זײַנען דאָ די דיכטערינס מלכּה חפֿץ־טוסמאַן און אַנאַ מאַרגאָלין װי אױך די זשורנאַליסטקע, קאַטערינאַ עװזעראָװ־מעריסאָן. טאָרעס בױט די דאָזיקע געשיכטע צונױף פֿון שטיקלעך אַרכיװאַלע דאָקומענטן און ליטעראַרישע טעקסטן. אַן אַנדער מין ייִחוס, װאָס די ייִדישע אַנאַרכיסטן האָבן געזוכט פֿאַר זיך אינעם אוראַלטן עבֿר, האָט געפֿירט צו די העלדן פֿונעם תּנ״ך. אַן אינטערעסאַנטע פֿיגור דאָ איז שלום שװאַרצבאַרד, װעלכער האָט דערהרגעט דעם הױפּט פֿון דער אוקראַיִנער רעגירונג אין 1919־1920 —סימאָן פּעטליוראַ, װעמען מען האָט געהאַלטן אַחריותדיק פֿאַר די בלוטיקע פּאָגראָמען. שװאַרצבאַרד האָט געהאַט אַ רײַכן כּח־הדמיון און האָט געהאַלטן פֿאַר זײַן מוסטער די תּנ״ך־העלדין יהודית, װאָס האָט דערהרגעט דעם אַשורישן גענעראַל הולופֿרנס.
דער גאַנצער דריטער טײל איז געװידמעט פּרץ מאַרקישעס עקספּרעסיאָניסטישער דיכטונג, װאָס טאָרעס באַטראַכט דורך דעם אַנאַרכיסטישן שפּאַקטיװ. זי פֿאַרלאָזט זיך אָפֿט מאָל אױף די זכרונות פֿון מאַרקישעס אַלמנה, אסתּר מאַרקיש, כּדי רײנצוּװאַשן מאַרקיש פֿון באַשולדיקונגען אין באַדינען דעם סטאַליניסטישן רעזשים.
טאָרעס, װי אַ היפּשע צאָל הײַנטיקע פֿאָרשער פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור, פּרוּװט צו לײענען מאַרקישעס לידער „צװישן די שורות“. זי גלױבט אַז דעם דיכטערס כּװנה איז געװען אָפּצונאַרן די שטרענגע סאָװעטישע צענזור. אסתּר מאַריקיש האַלט, אַז די צענזאָרן זײַנען געװען טיפּשים און עמי־האָרצים, אָבער די אַרכיװאַלע דאָקומענטן פֿון דער סאָװעטישער געהײם־פּאָליצײ װײַזן גאָר אַן אַנדער בילד: די צענזאָרן זײַנען געװען גוטע לײענערס פֿון ייִדיש און האָבן געהאַלטן אַן אױג אױף אַלע פּובליקאַציעס.
דעם טיטל פֿון איר בוך האָט טאָרעס גענומען פֿון מאַרקישעס פּאָעמע „מאָסקװע“ (1935): „עס טוט זיך אָן די װײַט מיט בליט,/ עס עפֿענען זיך אױף די רױמען, / עס מעקט שױן אָפּ זיך יעדער גרענעץ“. זי טײַטשט אױס די דאָזיקע שורות װי אַ מין קריטיק פֿון „גרענעץ װי אַ פּאָליטישע פֿאָרמאַציע“, װאָס װעט נעלם װערן אין דער צוקונפֿט, ווי מאַרקיש וואָלט כּלומרשט גערעדט דאָ װעגן דעם אַנאַרכיסטישן אידעאַל פֿון אָפּשאַפֿן מלוכישקײט.
אָבער אינעם סאָװעטישן קאָנטעקסט פֿון יענער תּקופֿה קלינגט מאַריקישעס ליד װי גאָלע פּאָליטישע פּראָפּאַגאַנדע. „קאָמוניזם װעט אָפּװישן אַלע גרענעצן“ איז געװען דער אױפֿשריפֿט איבערן טױער פֿון דער סאָװעטישער גרענעץ מיט פּױלן, װאָס האָט באַגריסט די, װאָס זײַנען אַרײַנגעפֿאָרן אין דער קאָמוניסטישער מלוכה. מעג זײַן, אַז מאַרקיש האָט אױך געזען די דאָזיקע װערטער אױף זײַן װעג פֿון פּױלן. ניט אָנערקענען גרענעצן פֿון אַנדערע מלוכות איז געװען דער יסוד פֿון דער סאָװעטישער אידעאָלאָגיע, װאָסער ציל איז געװען די אַלװעלטלעכע רעװאָלוציע. מאַרקיש איז געװען אַ באַגאַבטער דיכטער, אָבער ער איז אױך געװען אַ געטרײַער סאָװעטישער בירגער און אַ מליץ־יושר פֿון סטאַלינס רעזשים. זײַן טראַגעדיע און די טראַגעדיע פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור איז געװען אין דעם, װאָס סטאַלין האָט נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה זיך מער ניט גענײטיקט אין זײער מליצה.
ס׳רובֿ העלדן פֿון טאָרעסעס גרונדיקער שטודיע זײַנען געװען ייִדישע אימיגראַנטן. זײ האָבן זיך געפֿילט עלנט אין פֿרעמדע מקומות און האָבן געפֿונען אַ גײַסטיקן מקום־מקלט אינעם אַנאַרכיסטישן אוטאָפּישן חלום פֿון אַלװעלטלעכער ברודערשאַפֿט אָן מלוכישער מאַכט און מלוכישע גרענעצן. דערבײַ אָבער האָבן זײ זיך אָנגעשטױסן אױף אַנטיסעמיטיזם, װאָס איז געװען פֿאַרשפּרײט צװישן די גײַסטיקע פֿירער פֿון דער באַװעגונג, װי מיכאַיל באַקונין.
ייִדישע אַנאַרכיסטן האָבן פֿאַר זיך געשאַפֿן אַן אײגענעם נוסח, װאָס טאָרעס רופֿט „אַנאַרכיסטישע גלותדיקײט“, אַ מין צונויפֿשמעלצונג פֿון אַנאַרכיזם מיט װעלטלעכער ייִדישקײט. טאָרעס אַנטפּלעקט שפּורן פֿונעם דאָזיקן געדאַנקענגאַנג אין אַ היפּשער צאָל ליטעראַרישע װערק, כאָטש צומאָל כאַפּט זי אַ ביסל איבער די מאָס. צי האָט די ייִדישע אַנאַרכיסטישע קולטור־ירושה אַ המשך הײַנט? גילגולים פֿון אַמאָליקע קעמפֿער קעגן מלוכישקײט לאָזן זיך דערקענען אין ייִדישע שטיצער פֿונעם פּאַלעסטינישן קאַמף קעגן מדינת־ישׂראל, װאָס פֿאַרכאַפּן קאַמפּוסן פֿון אַמעריקאַנער אוניװערסיטעטן. און אַזױ װי אַמאָליקע ייִדישע אַנאַרכיסטן מוזן זײ במילא מאַכן אַ פּשרה מיט זײערע ניט־ייִדישע אַנטיסעמיטישע מיטקעמפֿער װעלכע זײַנען אױסן אָפּצוּװישן די ייִדישע מלוכה.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO