וואָס ס'איז דאָ אינעם ייִדישן דיאַלעקטן־ווערטערבוך — און וואָס סע פֿעלטWhat’s in the Yiddish Dialect Dictionary — and what’s still missing
דאָס בוך נעמט אַרײַן אַ סך מאַטעריאַל אָבער מערסטנס איז ער פֿאַרבונדן מיטן צענטראַלן און מערבֿדיקן דיאַלעקט
אין אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך געטענהט, אַז מיר דאַרפֿן נייטיק האָבן אַ ווערטערבוך פֿון ייִדישע דיאַלעקטן, אין וועלכן מע קען זיך דערוויסן דעם אַרויסרעד און די עטימאָלאָגיע פֿון די ווערטער. דאָ רעדט זיך נישט בלויז פֿון די אַלטע דיאַלעקטן, וואָס ייִדן האָבן אַ מאָל גערעדט אין אייראָפּע, נאָר אויך אין די נײַע, וואָס ייִדן רעדן הײַנט.
אין אַ געוויסער מאָס קען מען געפֿינען דעם אַרויסרעד אין אַ צאָל אַנדערע ווערטערביכער, דער עיקר בײַ דוד קאַץ אין זײַן „ווילנער ווערטערבוך“. קאַץ גיט אָן דעם אַרויסרעד ספּעציעל פֿאַרן צפֿונדיקן (ליטווישן) דיאַלעקט און פֿאַרן דרומדיקן (פּויליש־אונגערישן). דאָס קלעקט מסתּמא פֿאַר די מערסטע באַניצערס און קאַץ גיט אויך אַ סך אַנדערע וויכטיקע אינפֿאָרמאַציעס.
נישט געקוקט אויפֿן „ווילנער ווערטערבוך“, האַלט איך, אַז עס לוינט זיך אויך צו שאַפֿן אַ מער פּרטימדיק און אַרומנעמיק ווערק, וואָס נעמט אַרײַן וויסנשאַפֿטלעכע מקורים און הערות. דערפֿאַר אַרבעט איך ווײַטער אויף מײַן אייגענעם דיאַלעקטן־ווערטערבוך, וואָס אַ פֿריִיִקע ווערסיע איז דאָ צו לייענען אָנליין. ייִדן זאָגן „אַ נאַר ווײַזט מען נישט קיין האַלבע אַרבעט“ אָבער איך האַלט, אַז ס׳איז פֿאָרט בעסער, ווען מענטשן האָבן צוטריט צום טעקסט, כּדי צו קענען אים ניצן און אפֿשר אַ מאָל אַרײַנשיקן אַ באַמערקונג. („בײַ מיר האָט מען געזאָגט…“)
כאָטש דער סכום מאַטעריאַל (ווערטער, ציטאַטן, טראַנסקריפּציעס) איז גרויס, איז די אַרבעט באמת נאָך נישט ווײַט אַוואַנסירט. דערווײַל זענען פֿאַראַן בלויז 9,000 אַרטיקעלעך, און די אינפֿאָרמאַציע איז ווײַט נישט רעפּרעזענטאַטיוו פֿאַר אַלע דיאַלעקטן. אַ סך מאַטעריאַל דאַרף מען נאָך באַאַרבעטן און, אין אַ שפּעטערדיקער סטאַדיע, אַרײַנלייגן אין אַ ספּעציעלער רובריק פֿאַר עקספּערטן. ווער דאַרף דאָס לייענען 400 טראַנסקריפּציעס פֿונעם וואָרט „אויג“ למשל?
אין דער צוקונפֿט וויל איך בויען אַ פּשוטע ווערסיע פֿונעם ווערטערבוך פֿאַר געוויינטלעכע לייענערס, כּדי מע זאָל קענען גרינג האָבן אַן איבערבליק פֿון די הויפּט־דיאַלעקטן. עס דאַרף זײַן אַ קליינע סכעמאַטישע מאַפּע מיט די עיקר־פֿאָרמעס (למשל, פֿאַרן וואָרט „שיין“).
אין אַ פּשוטער ווערסיע וואָלט מען אויך צוגעגעבן אַ קורצע רעקאָרדירונג, מע זאָל קענען הערן, ווי אַזוי מע רעדט אַרויס דאָס וואָרט כאָטש אויפֿן צענטראַלן דיאַלעקטן (למשל, ווי עס רעדן ס׳רובֿ חסידים) און אויפֿן צפֿון־מיזרחדיקן (למשל, בײַ אַ ליטוואַק אָדער חבדניק).
מיט דער איצטיקער, נישט־פּשוטער ווערסיע, דאַרפֿן לייענערס האָבן אַ ביסל געדולד און אָפֿט מאָל אויך מזל, כּדי צו געפֿינען וואָס זיי זוכן.
דער ווערטערבוך איז דערווײַל פֿאָקוסירט אויפֿן געביט פֿונעם צענטראַלן דיאַלעקט — ספּעציעל פֿאַר וואַרשע, פֿאַרן טראַנסקאַרפּאַטישן אונטערלאַנד, און פֿאַרן אַמעריקאַנער חסידישן ייִדיש. עס זענען אויך דאָ אַ סך טראַנסקריפּציעס פֿון איין מערבֿדיקן דיאַלעקט: דעם אויבערלענדער ייִדיש, וואָס מע האָט גערעדט אין מערבֿ־אונגערן און סלאָוואַקײַ. אָבער פֿאַרן גאַנצן צפֿון־מיזרח („ליטוויש“) און דרום־מערבֿ („אוקראַיִניש“) שטייט דער ווערטערבוך אויף הינערשע פֿיסלעך.
די ערשטע סיבה פֿאַרן אומבאַלאַנס איז אַ טעכנישע: ווען עס וואָלט געווען געלט און צײַט און מיטאַרבעטערס, וואָלט אַלץ געווען בעסער, פֿאַרשטייט זיך.
די צווייטע סיבה איז אַ פֿאָרשערישע: אויפֿן צענטראַלן דיאַלעקט רעדן הײַנט מסתּמא 95% פֿון די אַקטיווע ייִדיש־רעדערס אויף דער וועלט. ס׳רובֿ חסידישע משפּחות שטאַמען פֿון דער טראַנסקאַרפּאַטיע, ד״ה, פֿון אונגערן, רומעניע, דרום־מערבֿ־אוקראַיִנע און סלאָוואַקײַ. איין ציל מײַנער איז צו מאַכן אַ פּרטימדיקן פֿאַרגלײַך פֿון די דיאַלעקטן פֿון די הײַנטיקע חסידים מיט די דיאַלעקטן פֿון זייערע „באָבעס און זיידעס“ אין דער אַלטער היים. אם־ירצה־השם וועט אַזאַ פֿאַרגלײַך ברענגען אַ סך פּונקטן, וווּ די שפּראַך האָט זיך אַנטוויקלט.
דער ווערטערבוך פֿאַרמאָגט דערווײַל אַרום 2,000 עטימאָלאָגיעס, וואָס ווײַזן אָן אויף דער וויסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור (כאָטש נישט אויסשעפּיק). עטימאָלאָגיע קען זײַן שווערע עבֿרי פֿאַר געוויינטלעכע לייענערס, אָבער עס קען אויך זײַן אינטערעסאַנט. למשל, דער ווערב פּאָסמאַקעווען זיך נעמט זיך פֿונעם פּוילישן posmakować — ׳שמעקן׳. דאָס שטאַמט אַליין פֿונעם שורש smak — וואָס איז אַרײַן אין פּויליש פֿון אַלט־דײַטש; דאָס איז אונדזער ייִדיש געשמאַק. פֿונעם זעלביקן שורש שטאַמט אויך אונדזער ווערב שמעקן, ווי אויך דאָס ענגלישע וואַרט smack. אַזעלכע טשיקאַווע פֿאַרבינדונגען צווישן ווערטער פֿון די פֿאַרשיידענע קאָמפּאָנענטן זײַנען דאָ זייער אַ סך.
שוין אַ יאָר לאַנג וואָס איך לערן זיך פּויליש און ס’איז אַ חידוש, וויפֿל אידיאָמען אונדזערע זענען באַזירט אויף פּויליש. מיר זאָגן וועגן אַן אָרעמאַן, למשל, אַז ער האָט נישט קיין גראָשן בײַ דער נשמה. איז דאָס וואָרט נאָך וואָרט פֿונעם פּוילישן on nie ma grosza przy duszy. אַזעלכע קאַלקעס לייג איך אויך אַרײַן צווישן די עטימאָלאָגיעס.
דער מאַטעריאַל באַשטייט, דער עיקר, פֿון ציטאַטן און טראַנסקריפּציעס פֿון פֿאַרשיידענע מקורים. למשל, פֿאַרן וואַרשעווער ייִדיש איז דאָ אַ שיינע זאַמלונג פֿונעם לינגוויסט עוואַ געלער. אָבער דער וויכטיקסטער קוואַל איז דער אַרכיוו פֿונעם ייִדישן שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס.
כּדי צו פֿאַרגרינגערן דעם לייענער צו פֿאַרשטיין די טראַנסקריפּציעס, גיב איך געוויינטלעך צו אַ טראַנסקריפּציע מיט ייִדישע אותיות. בײַ דער פֿראַזע ər ɩz plajtə gəlofɱ, גיב איך צו „ער איז פּליטה געלאָפֿן“ (דאָס מיינט, אַז ער איז אַנטלאָפֿן). מיט דער צײַט לערנט זיך אויס דער באַניצער, אַז ə איז אַ שוואָ, אַ שוואַכער וואָקאַל אַזאַ, וואָס מיר שרײַבן געוויינטלעך <ע>. דער סימן ɩ איז אַ קורצער i־קלאַנג אַזאַ, וואָס אַנדערע לינגוויסטן שרײַבן געוויינטלעך ɪ (למשל, פֿאַר די ענגלישע ווערטער ווי in, thin, brim). דער ɱ איז ענלעך צו אַ געוויינטלעכן m, אָבער די ליפּן פֿאַרמאַכן זיך נישט. מע הערט עס, למשל, אין אַזאַ וואָרט ווי סימפֿאָניע.
איך האָף, אַז דער לייענער פֿאַרשטייט איצט כאָטש אויף איין פֿוס, ווי צו ניצן דעם ווערטערבוך — און וועט אים טאַקע ניצן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO