Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

סעמיס רומענישער ביפֿסטייק־רעסטאָראַן איז דאָ צוריקSammy’s Roumanian Steakhouse, with its air of debauchery, is back

מיכל יאַשינסקי פֿאַרזוכט דאָס עסן און די אַטמאָספֿער פֿון דער באַרימטער אויסגעלאַסענער פֿליישערײַ

אַ מאָל בענקט זיך אונדז אַלעמען נאָך די פֿעטע ביסנס פֿון אַ מאָל. מיר חלומען פֿון אַ װעלט װאָס איז נישטאָ מער.

דאָס זעלבע קען מען זאָגן וועגן די געשעפֿטן, וואָס האָבן זיך נעבעך געשלאָסן ווי אַ קרבן פֿון דער קאָוויד־עפּידעמיע. אין ניו־יאָרק באַוויינט מען כּלערליי טריוויאַלע תּענוגים וואָס מע פֿלעגט פֿון זיי אַ מאָל לעקן די פֿינגער, נאָר וואָס זענען שוין אַ צוויי־דרײַ יאָר נישטאָ. למשל: גיין מיט אַ טײַערער חבֿרטע איבער די גאַסן, שפּעט בײַ נאַכט, און בײַם סוף פֿונעם הוליען, כאַפּן אַ פּערפֿעקטן „עג־קרים“ בײַם צײַטונג־קיאָסק און נאַשגעװעלב „דזשעם־ספּאַ“ אין איסט־װילעדזש — געגרינדעט אין 1921, אַ מאָל אָפֿן 24 שעה אַ טאָג, און פֿאַרמאַכט געװאָרן אויף אייביק אין מײַ 2020.

אפֿשר האָבן מיר, פֿאַר די עג־קרימס, זיך געטיילט מיט אַ רעפֿטל שיכטנטאָרט פֿונעם אוקראַיִנער דײַנער „אָדעס“ אין זעלבן געגנט, אויך אָפֿן 24 שעה, זינט די 1960ער יאָרן, און פֿאַרשװוּנדן אין יולי 2020.

און װוּ האָבן מיר געגעסן אונדזער װעטשערע, איך און די פֿרײַנדינע פֿון אַ מאָל? אין מײַנע טרוימען — אינעם שפּרודלדיקן, שמאַלציקן, שאַרמאַנט שמוציקן „סעמיס רומענישן ביפֿסטייק־רעסטאָראַן“. געגרינדעט אין 1974, האָט דער באַרימטער פֿלייש־פּאַלאַץ זיך געשלאָסן אין יאַנואַר 2021. איך אַליין האָב דאָרט קיין מאָל ניט זוכה געװען צו עסן, אָבער נאָך זײַן שליסן זיך האָב איך טאַקע געבענקט נאָך אים.

שטעלט זיך די פֿראַגע: קען מען בענקען נאָך אַ טעם װאָס מע האָט קיין מאָל ניט געפֿילט אין מויל?

בײַ מיר — יאָ. איך האָב שטאַרק חרטה געהאַט וואָס איך האָב זיך פֿריִער ניט געאײַלט צום רעסטאָראַן איידער ס′איז שוין געװאָרן צו שפּעט; זיך ניט געקװיקט פֿונעם ענדלאָזן באַנקעט אַלטע־היימישע שפּעציאַלן; ניט געװאָרן פֿאַרשנאָשקעט פֿון דער װאָדקע אײַנגעקעסטלט אין אַ קלעצל אײַז; ניט געגאַנגען קיין טענצל אין יענעם קעלער אויפֿן איסט־סײַד, װוּ — אַזוי האָט מען געזאָגט — יעדע נאַכט איז געװען װי אַ בר־מיצווה און יעדער קונה אַ ייִד  — אַפֿילו די קריסטן, הינדוסן און מוסולמענער.  בנוגע װעגעטאַריאַנער אָבער איז שוין אַן אַנדער פֿראַגע…

איך האָב דערפֿילט ווי דאָס לעגענדאַרע סיראָפּ־קריגל פֿול מיט גאָלדענער שמאַלץ װאָס איז אַ מאָל געשטאַנען אויף יעדן טיש בײַ סעמי האָט זיך מיר אַרויסגעגליטשט פֿון די פֿינגער…

אָבער געבענטשט איז גאָט, דער רעסטאָראַן האָט מחיה־המתים געווען.

סעמיס האָט װידער געעפֿנט די טירן דעם פֿאַרגאַנגענעם פּסח, אָפּריכטנדיק צוויי לעבעדיקע סדרים אין אַ נײַער פּלאַצירונג, נאָך אַלץ אויפֿן איסט־סײַד, נאָר אויף אַן אַנדער אָרט. ביידע סדרים האָבן זיך אויספֿאַרקויפֿט.

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק בין איך, סוף־כּל־סוף, אַוועק אין סעמיס רעסטאָראַן מיט פֿינעף נאָענטע חבֿרים, זונכדיק אונדזער טעפּל גאָלד. װײַזט זיך אַרויס אַז ס′איז ניט סתּם קיין לעגענדע. די שמאַלץ האָט דאָרט פֿאַרשמאָלצעװעט אין איר סיראָפּ־קריגל אויף אונדזער טיש, גרייט אויף אונדז און אונדזערע אָנדנאָיִקע אַפּעטיטן.

די טראַדיציע פֿון שטעלן אַ קריגל שמאַלץ אויף יעדן טיש איז שוין אַ סימן מובֿהק פֿון דעם רעסטאָראַן Photo by Mikhl Yashinsky

דער קעלנער, טערי, איז אויך געװען גרייט דערויף. צו די טענער פֿון „סימן־טובֿ ומזל־טובֿ“ (ס′איז טאַקע געװען װאָס צו פֿײַערן!), געשפּילט דורכן שמאַלציקן פּיאַניסט דני לאָװ, אַ הויפּטזײַל פֿונעם רעסטאָראַן, האָט טערי אָנגעהויבן אונדזער פּרי־פֿיקס־באַנקעט. צו ערשט האָט ער דערלאַנגט אַ טעלערל געשמאַקע זויערע אוגערקעס, װאָס האָבן װיברירט אויף דער צונג מיט זייער געזונטער דאָזע קנאָבל (אַ הויפּט־טעם און הויפּט־טעמע פֿון אָװנט). נאָך דעם — די געהאַקטע לעבערלעך, צוגעגרייט אויפֿן אָרט דורך טערי אַליין. בײַם צונויפֿמישן די לעבערלעך מיטן ריישעכץ, און באַגיסנדיק מיט דער שמאַלץ פֿון הויך איבער דער שיסל האָט טערי געשפּאַסט: „דאָס איז אַ ייִדישער צעזאַר־סאַלאַט.“

ס′איז געװען דאָס ערשטע חכמהלע אַזאַ פֿון אַ לאַנגער סעריע אַזעלכע יענעם אָװנט — װיצלעך װאָס האָבן, דאַכט זיך, אויסגעהאַלטן די אַלע יאָרן װאָס טערי האָט געאַרבעט בײַ סעמיס: גאַנצע 35 יאָר (ביז 120). די לעבערלעך אַליין זענען אָבער קיין װיצל ניט געווען. אַ רײַכן, היימיש לוקסוסדיקן טעם האָבן זיי געהאַט, מיט טונקעלע אייבערטענער פֿון די גוט צוגעבריונטע ציבעלעס. אין איינעם מיט די אוגערקעס, דעם ראַזעװען ברויט און אַ גלעזעלע רויטװײַן זענען די לעבערלעך געװען אַ װוּנדערבאַרע פֿאָרשפּיל צו דעם מחיהדיקן װאָדעװיל װאָס איז נאָכגעקומען נאָך זיי.

דערלאַנגענדיק די האָלעשקעס האָט טערי אַ זאָג געטאָן: „ייִדישע בוריטאָס“. נו, רוף זיי אָן ווי מע װיל, אַבי זיי זאָלן זײַן אַזוי באַטעמט װי די אָ זענען געװען. בײַ דעם געריכט האָט דני לאָװ (פֿון דער היים — דני לובניצקי) אָנגעהויבן צו שפּילן ניל דײַמאָנדס „סװיט קאַראָלײַן“, און דער עולם האָט מיטגעברומט. שװער צו הערן איינער דעם אַנדערן בײַם טיש מיט אַזאַ געפּילדער אין צימער װי בײַ סעמיס, נאָר װאָס דאַרף מען שמועסן װען די מאכלים אַליין דריקן אויס אַלץ װאָס מע דאַרף?

מיכל (דריטער פֿון רעכטס) מיט זײַנע פֿרײַנד אינעם רעסטאָראַן Photo by Mikhl Yashinsky

די קאַרנאַצעלעך זענען געווען קאָטלעטקעלעך קנאָבל־אינקרוסטירט רינדפֿלייש — גאָר אַנדערש װי די װוּרשטן װאָס מע רופֿט אָן קאַרנאַצעלעך אין די דעליקאַטעסנס פֿון מאָנטרעאַל. „ייִדישער קאַבאַב“ האָט טערי אַנאָנסירט. אַ װויל־שמעקעדיקער צושפּײַז זענען זיי געװען. בלויז בײַ סעמיס קען מען זיך פֿאָרשטעלן אַ פֿליישיק געריכט צוזאַמען מיט אַ פֿליישיקן צושפּײַז. איך באַקלאָג זיך אָבער ניט!

די לאַטקעס (גאָט זאָל מוחל זײַן אונדזער חבֿרטע רבֿקה װאָס האָט געבעטן אַ ביסל סמעטענע, ליידער נישט צום קריגן) זענען געװען עפּעס אַ נאָכגעדאַנק, צוזאַמען מיט די געפּרעגלטע קרעפּלעך וואָס טערי האָט אָנגערופֿן „ייִדישע װאַנטאָנס“. די פֿאַרשטעלטע װאַנטאָנס האָט מען סערװירט מיט אַ כינעזיש־אַמעריקאַנער זיס־זויערלעכן טונקסאָס (ניט אַזוי צוגעפּאַסט צו דעם עכט־ייִדישן מעניו), מיט צופֿיל דיק טייג און ניט גענוג טעם. און װוּ זענען געווען די גריוון? אַז אַ קריגל שמאַלץ איז שוין צו דער האַנט, זאָל אויפֿטרעטן אויך איר האַלב פֿאַרגעסן, פֿאַרכּישופֿנדיק קרוכלע שװעסטערל. אַז מען עסט ביפֿסטייק, זאָל שוין רינען איבער דער באָרד…

די פּרימאַ־דאָנאַ פֿון אָװנט האָט אונדז אָבער ניט אַנטוישט. על־פּי־נס האָט מען געפֿונען אַ ליידיקן ווינקל אויפֿן אָנגעלאָדענעם טיש פֿאַר דער טאַץ רומענישן ביפֿסטייק. טערי האָט גאָרניט ניט געדאַרפֿט זאָגן. אַ גלאַנצנדיק בערגל צוגעבראָטענע שניטלעך פֿלייש, קנאָבלדיק (װאָדען?), זאַלציק און צוציִיִק, רעדט פֿאַר זיך אַליין. אַ טעם װי אַ שטיקל שור־הבור האָט עס געהאַט. איצט דאַרף מען נאָר משיחן.

בײַם פֿאַלן פֿונעם פֿאָרהאַנג בײַם סוף פֿונעם סעודהניו האָט טערי אַװעקגעשטעלט אַ טעלערל פֿײַנע ראָגעלעך, עטלעכע אײַנגעפֿילט מיט שאָקאָלאַד, אַנדערע מיט פֿרוכט. איך האָב אונדזער קעלנער־קאָמעדיאַנט סופֿלירט: „און ראָגעלעך זענען ייִדישע…?“ „ייִדישע קוקיס“ האָט ער געענטפֿערט. ניט פֿון זײַנע געלונגענסטע פֿאָרמולירונגען. איינער פֿון אונדזער כאַליאַסטרע, אַ געװיסער מיסטער האָניקייִנגל, האָט געהאַט אַן אַנדער פֿירלייג: „ייִדישער פּאַן־אָ־שאָקאָלאַ“.

אַז מיר האָבן געהאַלטן בײַם אַרויסגיין האָט מען אונדז געשאָנקען קליינטשיקע גלאָסאַרן ייִדישע װערטער, פֿאַרטײַטשט מעשׂה־באָרשט־בעלט, װאָס מע קען אַוועקשיקן װי פּאָסטקאַרטלעך. צװישן זיי זענען פֿאַראַן אַזעלכע פֿאַרזשאַװערטע איינסן װי „פֿאַרגעניגן: אַ ראַנדקע מיט עליזאַבעט טיילאָר“. אַפֿילו דער אַדרעס אויף דער הילע פֿון גלאָסאַר איז פֿאַרעלטערט: קריסטי־גאַס 157. (דעם רעסטאָראַנס נײַער אַדרעס איז סטענטאָן־גאַס 112).

עס װעט דויערן אַ ביסל צײַט ביז דער נײַער גילגול װעט ווידער דערגרייכן די אײַנגעזעסענע, משפּחהדיקע, װילד פֿריילעכע אַטמאָספֿער װאָס מע באַזינגט פֿון די יאָרן בײַם אַלטן אַדרעס. דעם אָװנט האָבן נאָר געציילטע קונים געטאַנצט, און די שװאַרצע װענט זענען נאָך ניט פֿול מיט „פּאָלאַרויד“־פּאָרטרעטן פֿון עסערס אַזוי װי מע זעט בײַ פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם אַמאָליקן רעסטאָראַן. מע האָט אָבער יאָ פֿאָטאָגראַפֿירט אונדזער גרופּעלע פֿון זעקס. אפֿשר װעט דאָס בילד מיט דער צײַט אויך הענגען בײַ די אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס אויף דער וואַנט. מע קען נאָך װאַרטן — מיר האָבן דאָך געװאַרט דרײַ יאָר צו באַזוכן סעמיס און איך — אַ לעבן לאַנג. מע מוז נאָר האָבן אַ ביסל געדולד.

אַגבֿ, „געדולד“ איז איינס פֿון די ווערטער אין סעמיס גלאָסאַר. דער טײַטש? „איבערצײַגן אַ צענערלינג זיך אַװעקצורײַסן פֿונעם טעלעפֿאָן“.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.