ייִדישע איבערזעצונג פֿון „הערי פּאָטער און די קאַמער פֿון סודות“ איז אַרויס!Yiddish translation of ‘Harry Potter and The Chamber of Secrets’ is out!
אין דעם באַנד האָט הערי צו טאָן מיט פֿליִענדיקע אויטאָס און געפֿערלעכע וואָרענונגען באַשמירט אויף די ווענט פֿון דער כּישוף־שול.

Graphic by Jonny Duddle

ייִדיש־קענער וואָס האָבן הנאה פֿון דער הערי פּאָטער ביכער־סעריע קענען איצט באַשטעלן אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם פֿריש איבערגעזעצטן באַנד, „הערי פּאָטער און די קאַמער פֿון סודות“. דאָס בוך וועט אַרויסגעשיקט ווערן דעם 14טן אויגוסט.
איבערגעזעצט דאָס בוך האָט דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער ייִדישיסט אַרעלע שעכטער ווישוואַנאַט, און עס ווערט אַרויסגעלאָזט דורכן פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי טעקסט“.
דאָס איז דער צווייטער באַנד פֿון דער שטאַרק פּאָפּולערער סעריע אָנגעשריבן פֿון דזשיי קיי ראָולינג, וואָס איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף ייִדיש. דער ערשטער, „הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין“, וואָס איז אַרויס אין 2020 — אויך איבערגעזעצט פֿון שעכטער ווישוואַנאַט — איז אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן במשך פֿון איין וואָך.
די סעריע באַשטייט פֿון זיבן פֿאַנטאַזיע־ראָמאַנען וועגן אַ יונגן כּישוף־מאַכער, הערי פּאָטער, און זײַנע פֿרײַנד, הערמיאָנע גרענדזשער און ראָן וויזלי וועלכע לערנען זיך אין „האָגוואַרטס כּישוף־שול“.
אינעם איצטיקן באַנד, „די קאַמער פֿון סודות“, האָט הערי צו טאָן מיט ביימער וואָס קעמפֿן צוריק, פֿליִענדיקע אויטאָס, שפּינען וואָס רעדן און געפֿערלעכע וואָרענונגען באַשמירט אויף די ווענט פֿון דער כּישוף־שול.
כּדי צו באַשטעלן אַן עקזעמפּלאַר, גיט אַ קוועטש דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
