Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

הערט אַ מעשׂה? איך געפֿעל זיי נישט!Would you believe they rejected me?

ער איז געקומען פּונקט צו דער צײַט — אַ גוטער סימן. און ער איז געווען הויך ווי אַ בוים, הויך ווי אַ מויער.

צו לייענען דעם פֿריִערדיקן קאַפּיטל פֿון דער סעריע גיט אַ קוועטש דאָ.

נאָך דער לעצטער ראַנדקע אין פֿלאָרידע מיטן שרײַבער/פֿאָטאָגראַף האָב איך זיך געפֿילט ווי אַן אויסגעדרונגענע שמאַטע.

כ׳וואָלט געוואָלט זיך אַ ביסל אָפּשפּאַנען און גוט דורכטראַכטן וואָס גייט דאָ אָן מיט מיר, מיט מײַן לעבן, פֿאַר וואָס אַלץ פֿאַלט בײַ מיר מיט דער פּוטער אַראָפּ. כ׳האָב אָבער נישט געהאַט צו פֿיל צײַט צו באַקלאָגן מײַן נעבעכדיקן גורל, ווײַל פֿינף אַ זייגער, אין ווייניקער פֿון צוויי שעה אַרום דאַרף דער דריטער פֿלאָרידער קאַוואַליר אָנקומען מיך אַרויסנעמען עסן. כ׳בין געווען זייער הונגעריק, הונגעריק ווי אַ הונט אין די נײַן טעג, ווײַל כ׳האָב מײַן גאַנצן מיטאָג געהאַט אַוועקגעגעבן דעם אויסגעדאַרטן שרײַבער.

מיד בין איך געווען, טויט הונגעריק בין איך געווען, שטאַרק אַנטוישט בין איך אויך געווען, און נאָר דאָס טראַכטן פֿון אויפֿהייבן זיך פֿון בענקל איז מיר געווען שווער. מע זאָגט דאָך: גײַסט איבער גוף! האָב איך זיך געצוווּנגען צו טראַכטן וועגן דעם מאַן וואָס וועט קומען. כ׳האָב געוואָלט געפֿינען אין זיך כאָטש אַ פֿונק, כאָטש אַ ברעקעלע באַגײַסטערונג און כ׳האָב אָנגעהויבן זיך מונטערן: וואָס איז ער, דער ברוך, שולדיק וואָס די לעצטע צוויי טעג זענען מיר געווען אַזוי ווי סצענעס פֿון אַ שוידערפֿילם: איין מאַן האָט מיך כּמעט דערהרגעט מיט זײַן משוגענעם אויטאָ־פֿירן און דער צווייטער האָט אויסגעזען מער טויט ווי לעבעדיק, גרויער ווי אַ מת.

מיט ברוכן האָב איך געהאַט גוטע שמועסן, און עטלעכע מאָל האָט ער געזאָגט ווי פֿיל ער קוקט אַרויס אויף זיך טרעפֿן מיט מיר. אויפֿן בילד זײַנעם האָט ער נישט אויסגעזען צו זײַן קיין מיאוסער און ער איז געשטאַנען מיטן קאָפּ הויך, די אַקסלען צוריק ווי אַ סאָלדאַט, גלײַך ווי אַ סלופּ. און ס׳האָט זיך אין מיר אויפֿגעוועקט אַ קליינעם געפֿיל פֿון יושר. פֿאַר וואָס זאָל איך וועגן אים טראַכטן נעגעטיווע געדאַנקען? מיט וואָס האָט ער דאָ געזינדיקט? און טראַכטנדיק אַזוי האָב איך געפֿונעם דעם כּוח זיך אָפּצושפּריצן, זיך איבערצוטאָן, זיך אָנרוזשעווען און זיך מאַכן אַ סך שענער ווי דאָס וואָס איז געווען אין מײַן האַרץ.

ער איז געקומען פּונקט צו דער צײַט — אַ גוטער סימן. און ער איז געווען הויך ווי אַ בוים, הויך ווי אַ מויער. ער האָט געהאַט צוויי אויסגעבויגענע פֿיס ווי ער וואָלט פֿון קינדווײַז אָן געריטן אויף אַ פֿערד, און אַ ספּאַרע צווישן די פֿאָרנטיקע ציין. פֿונדעסטוועגן האָט ער געהאַט אַ שיינעם שמייכל און אַ מילדע מינע ווען ער האָט גערעדט צו מײַן פֿרײַנדינע וואָס האָט אים געעפֿנט די טיר. נאָך ברייטער געשמייכלט האָט ער ווען ער האָט מיך דערזען. בקיצור, כ׳האָב זיך געפֿילט אַ ביסל בעסער, און אַ סך בעסער ווען ער האָט געזאָגט דאָס וואָרט ׳סטייק,׳ אַז עס שמעקט אים אַ סטייק צו עסן.

דער רעסטאָראַן איז געווען אַ פֿײַנער, דאָס עסן זייער געשמאַק. ער האָט מיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר זײַנע פֿרײַנד וואָס זענען אויך דאָרטן געווען און בײַם פֿאַרבײַסן האָב איך שוין מער נישט געפֿילט די שרעקלעכע אָנשטרענגונג אין די אַקסלען וואָס איך האָב געפֿילט איידער מיר זײַנען אַרויסגעגאַנגען. און ווען מיר האָבן געטרונקען אַ קאַווע נאָכן מאָלצײַט האָב איך צו אים געשמייכלט קאָקעטיש און געזאָגט, אַז איך וועל זײַן אין פֿלאָרידע נאָך צוויי טעג, איז אפֿשר קענען מיר זיך נאָך אַ מאָל טרעפֿן איידער איך פֿאָר צוריק קיין שיקאַגע.

כ׳האָב דערפֿילט ווי ער האָט מיך אַ פֿראַסק געטאָן אין פּנים ווען ער האָט מיר געקוקט גלײַך אין די אויגן אַרײַן און אויסגעשאָסן דאָס וואָרט: „ניין!“

„ניין?“ האָב איך שטילערהייט געפֿרעגט, נישט־גלייבנדיק וואָס איך האָב געהערט. „פֿאַר וואָס ניין?“

און נישט־טראַכטנדיק קיין איין סעקונדע האָט ער מיר געענטפֿערט: „דו ביסט צו קורץ.“

„וואָס רעדסטו, צו קורץ? דו האָסט מיך געפֿרעגט טעלעפֿאָניש ווי הויך איך בין און ווען איך האָב געענטפֿערט פֿינף פֿוס צוויי צאָל האָסטו געלאַכט און געזאָגט, אָז די מאַמע ע״ה איז אויך געווען פּונקט די זעלבע הייך.“

„אמת, אָבער איך האָב זיך מיישבֿ געווען און באַשלאָסן, אַז איך וויל אַ פֿרוי וואָס איז די זעלבע הייך ווי מײַן ווײַב, ע״ה, איז געווען: פֿינף פֿוס נײַן צאָל. און דערצו ביסטו אויך צו פֿרום פֿאַר מיר!“

ווען איך האָב דאָס דערהערט האָט זיך בײַ מיר דאָס מויל צעעפֿנט און איך האָב אים אָנגעקוקט מיט אומגלייביקע אויגן. „ווי ווייסטו ווי פֿרום איך בין יאָ צי נישט? מיר האָבן וועגן דעם נישט גערעדט און מיר קענען זיך פּערזענלעך נאָר אין גאַנצן נישט קיין אַנדערטהאַלבן שעה.“

„יאָ, יאָ, אָבער איך ווייס.“

אַן אַנדערט מאָל וואָלט איך זיך אײַנגעטענהט מיט אים, אָבער אין ווייניקער ווי פֿינף סעקונדעס האָב איך ווידער דערפֿילט ווי מײַן שיפֿל זינקט און איך צוזאַמען מיט אים, ווי ס׳איז נישטאָ קיין טרוקענער באָדן אונטער די פֿיס, ווי דאָס ביסל כּוח וואָס איז מיר געהאַט צוגעקומען וועפּט זיך פֿון מיר אויס. די גאַנצע זאַך האָט נישט קיין זינען געהאַט, פּונקט ווי איך וואָלט באַוווינט איינע פֿון קאַפֿקעס קאָשמאַרן.

כ׳האָב פּאַמעלעך אויסגעשטרעקט אַ האַנט צו נעמען מײַן גלאָז וואַסער, און ווען איך האָב דערזען אַז די האַנט ציטערט נישט האָב איך גענומען אַ זופּ וואַסער און אים געפֿרעגט: „אויב אַזוי, פֿאַר וואָס האָסטו געוואָלט אַרויסגיין מיט מיר?“ האָט ער מיר געענטפֿערט, אַז ער וווינט נאָר אין פֿלאָרידע עטלעכע וואָכן און ער קען נאָך נישט קיין סך מענטשן. ער האָט געהערט אַז דער רעסטאָראַן איז אַ גוטער און אים געפֿעלט נישט צו גיין עסן אין אַ רעסטאָראַן אַליין.

איך געדענק אַפֿילו נישט ווי אַזוי איך בין צוריק אַהיימגעקומען.

מיט עטלעכע חדשים שפּעטער קלינגט מיר אָן אַ מאַן, וואָס איך בין מיט אים נישט געווען זייער אַנטציקט זיך צו באַקענען. אַ פֿרײַנדינע מײַנע האָט מיר שוין געהאַט דערציילט וועגן אים עטלעכע מאָל. ער איז אַן אַלמן, נישט צו אַלט, אַ פּענסיאָנירטער אַפּטייקער, וואָס האָט געהאַט זײַן אייגן אַפּטייק מיט דרײַ אָנגעשטעלטע. נאָך דעם וואָס ער האָט פֿאַרלוירן דאָס ווײַב האָט ער שוין מער נישט געוואָלט וווינען אין באָלטימאָר און האָט זיך לעצטנס געהאַט איבערגעצויגן קיין שיקאַגע וווּ זײַן זון וווינט. דאָ זענען דאָ עטלעכע ישיבֿות, און אַ גאַנצן טאָג זיצט ער און לערנט.

איך האָב די פֿרײַנדינע מײַנע שוין צען מאָל אָפּגעזאָגט, און זי האָט נישט געהערט קיין איין וואָרט וואָס איך זאָג, נישט אַנדערש ווי איך וואָלט געפֿײַפֿט אין ווינט. זי האָט גערעדט איריקס: „אַזאַ גמרא־קאָפּ! אַ סך מענטשן פֿאַרבעטן אים אויף אַ שבת־סעודה. דאַרפֿסט הערן ווי ער גיט אַ דרשה…פֿון אַרבל אַרויס. ער רעדט פֿאַר פֿײַער און פֿאַר וואַסער. אַלצדינג ווייסט ער. און נאָך און נאָך. וואַסער וואָס קאַפּעט כּסדר אויף אַ שטיין קען מיט דער צײַט אַפֿילו אָפּרײַבן אַ לאָך, און אַזוי איז טאַקע געווען — זי האָט מיר געמאַכט אַ לאָך אין קאָפּ, ביז איך האָב אויפֿגעהערט ענטפֿערן דעם טעלעפֿאָן ווען איך האָב געזען אַז זי קלינגט מיר אָן. ווען איך האָב אײַנגעזען אַז איך וועל פֿון דעם קלעם זיך נישט אַרויסדרייען האָב איך מסכּים געווען אַז זי מעג אים געבן מײַן טעלעפֿאָן.

מיט צוויי וואָכן שפּעטער האָט ער אָנגעקלונגען. מיר האָבן אַ ביסל גערעדט, דאָס הייסט געפּרוּווט רעדן. ווען איך האָב אים געפֿרעגט אַ פֿראַגע האָט ער מאָנאָסילאַביש געענטפֿערט: יאָ, ניין, אַ מאָל, אפֿשר. בײַ מיר איז דאָס געווען מאָדנע ווײַל איך רעד מיט אַ סך מענטשן און עס גייט מערסטן ווי געשמירט. אַבער מיט אים זענען געווען אַזוינע לאַנגע פּויזעס, אַז ס׳איז מיר געוואָרן אומבאַקוועם צו שפּילן די ראָלע פֿון אַן אויספֿרעגער פֿון אַ קעגנערישער עדות אין געריכט. סוף־כּל־סוף, האָב איך אים געזאָגט אַז איך האָב זאַכן צו טאָן און איך מוז גיין.

„שוין? אַזוי גיך?“

איך בין געווען שאָקירט און האָב אים געפֿרעגט: „ווילסט מיט מיר טאַקע רעדן?“

„אַוודאי, דערפֿאַר האָב איך אײַך געקלונגען. עטלעכע מענטשן האָבן מיר געזאָגט ווי קלוג איר זײַט, וויל איך מיט אײַך רעדן.“

„אָבער איך האָב אײַך שוין געפֿרעגט אַ סך פֿראַגעס…“

„האָב איך דען נישט געענטפֿערט?“

„יאָ, אָבער כ׳האָב געמוזט האָרעווען ווי די ייִדן אין מצרים אַרויסצוקוועטשן אַ וואָרט. אפֿשר ווילט איר מיך פֿרעגן עטלעכע פֿראַגעס.“

ער האָט ווייך אָפּגעזיפֿצט און כ׳האָב כּמעט געקענט זען ווי די אַקסלען זײַנע האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט און ער האָט זיך אַ ביסל אָפּגעשפּאַנט. געזאָגט האָט ער, מיט אַ שמייכל אין קול, „אָט דאָס האָב איך געוואָלט הערן.“

„נו גוט, פֿרעגט. וואָס ווילט איר וויסן?“

איך האָב געמיינט אַז ער וועט וועלן וויסן וויפֿל קינדער איך האָב, וואָסער אַרבעט איך טו, בײַ וועמען איך דאַווען, אָבער געפֿרעגט האָט ער גאָר: „צי זאָגט מען תּחנון יום־כּיפּור?“

„צי מע זאָגט תּחנון יום־כּיפּור?“ האָב איך איבערגעחזרט די קשיא פֿאַרחידושט.

„מע האָט מיר געזאָגט אַז די ביסט אַ פֿרומער,“ האָב איך געענטפֿערט. „ווייסטו אַליין אַז קיין תּחנון זאָגט מען נישט יום־כּיפּור ווײַל כאָטש מע פֿאַסט, איז דער טאָג בעיקר אַ פֿריילעכער ווײַל מע האָט נאָך דער לעצטער געלעגנהייט זיך אויסצובעטן בײַם רבונו־של־עלום, אונדזער פֿאָטער אין הימל, אַ גוט יאָר, און ווי אַ פֿאָטער ווייסט מען ער וועט זײַן גוט צו אונדז. נישט אַזוי?“

ער האָט געגעבן אַ קליינעם הוסט און געזאָגט: „יאָ, יאָ, פּונקט אַזוי.“

„האָט איר נאָך אַ פֿראַגע?“ האָב איך אים געפֿרעגט, נישט־פֿאַרשטייענדיק וואָס גייט דאָ אָן.

„די צווייטע קשיא איז: וווּ אין דער גמרא שטייט אַז אַ מאַן מוז טראָגן אַ יאַרמלקע?“

„איר לאַכט זיכער אָפּ פֿון מיר. דאָס געפֿינט זיך נישט אין דער גמרא ווײַל ס׳איז נישט קיין דין, נאָר זייער אַ פֿאַרשפּרייטער אָנגענומענער מינהג. ווילסט נישט וויסן עפּעס וועגן מיר פּערזענלעך?“

„הממם, צי קעמט איר זיך די האָר שבת?“

„דאָס הייסט בײַ אײַך אַ פּערזענלעכע פֿראַגע?“

„יאָ, זיכער.“

„וועל איך אײַך ענטפֿערן, אַז ס׳רובֿ רבנים האַלטן אַז ס׳איז אַסור ווײַל ס׳איז כּמעט זיכער אַז מע וועט אויסרײַסן כאָטש צוויי הערעלעך און מסתּמא מער און דאָס איז פֿאַרווערט, אָבער עס זענען דאָ רבנים וואָס האַלטן אַז מע מעג ניצן אַ בערשטל מיט זייער ווייכע בערשטלהאָר, אַפֿילו חזיר־האָר.“

„אַהה!“ האָט ער געזאָגט ווי אויפֿגעלעבט. „האָט איר נישט קיין ספּעציעלן שבת־בערשטל?“

שוין גענוג, האָב איך געטראַכט צו זיך. וואָס בין איך, אַ ישיבֿה־בחור וואָס מע מוז אים פֿאַרהערן? האָב איך אים אַזוי אַרײַנגעזאָגט: „איך ווייס אַז מע מעג ניצן אַ האַמער אויפֿצוקנאַקן ניס אויף שבת, און אַ האַמער ניצט מען אויך אַרײַנצוקלאַפּן טשוועקעס די גאַנצע וואָך, איז מוז מען האָבן אַ ספּעציעלן שבתדיקן האַמער ווען מע וויל עסן ניס אויף שבת? גענוג! נאָר וועגן דעם ווילסט מיך פֿרעגן?“ מײַן קול האָט אָפּגעשפּיגלט מײַן דענערווירטקייט.

„ניין, ניין! זײַט מיר מוחל, איך בעט אײַך. נאָך איין זאַך וויל איך וויסן — צי איר דערהרגעט לײַז אויף שבת.“

„דאָס איז שוין צו פֿיל! אַזאַ חוצפּה! איך וויל נישט רעדן פֿון לײַז. עס עקלט מיך. כ׳האָב נישט קיין לײַז! איך האָב קיין מאָל נישט געהאַט קיין לײַז. מײַנע קינדער אין שול האָבן אויך נישט געהאַט לײַז ווען די קעפּ פֿון די אַנדערע קינדער און אַפֿילו די לערערס זענען געווען פֿול מיט לעבעדיקער סחורה! איך האָב נישט קיין לײַז שבת און נישט אין די אַנדערע טעג פֿון וואָך. אַזוי רעדט מען צו אַן אָרנטלעכער פֿרוי? וועגן לײַז? קוקט אין נזיר 42. קלינגט אײַער רבֿ אָבער קלינגט מיך נישט מער!“ מײַנע געדערעם האָבן זיך געוואָרפֿן ווי אַ פֿיש אָן וואַסער.

און די קאָמישע זאַך איז וואָס די פֿרײַנדינע מײַנע האָט מיר דערציילט אַז דער מאַן האָט איר גלײַך אָנגעקלונגען און געזאָגט אַז ער איז אין מיר נישט פֿאַראינטערעסירט ווײַל ער זוכט אַ פֿרוי, נישט קיין חבֿרותא. „אויב אַזוי, פֿאַר וואָס האָט ער מיך געשטעלט אַזעלכע גמרא קשיות?“

„איך קען אים שוין גאַנץ גוט און איך וואָלט געזאָגט אַז ער האָט געמיינט דו וועסט נישט וויסן וואָס צו ענטפֿערן, וועט ער דיר קענען דערקלערן און זיך שטאָלצירן מיט וואָס ער לערנט אין כּולל. ווען ער פֿרעגט מיר עפּעס זאָג איך אַלע מאָל אַז איך ווייס נישט. שמייכלט ער און גיט מיר איבער וואָס ער האָט זיך געלערנט אין כּולל. פֿון דעם באַקומט ער גרויס הנאה, אָבער דאָס האָסטו פֿון אים צוגענומען מיט דײַנע קלוגע ענטפֿערס. איז טו מיר אַ טובֿה דאָס צווייטע מאָל, ווײַז נישט….“

„דאָס צווייטע מאָל? עס וועט נישט זײַן קיין צווייט מאָל! ער זוכט נישט קיין חבֿרותא, און איך זוך ניט קיין עגאָ־טעראַפּיע פּאַציענטן.“

A message from Forverts editor Rukhl Schaechter

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.

In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.

Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Support the Yiddish Forverts with a generous gift to the Forverts today!

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.