Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די ייִדישסטע פּלאַזשע וואָס כ׳האָב אַ מאָל געזען מחוץ ישׂראלThe most Jewish beachfront I’ve ever seen outside Israel

אַ גאַנצע ריי כּשרע רעסטאָראַנען און פֿיר ישׂראלדיקע פֿאָנען גלײַך אין צענטער פֿון שטעטל!

יעדן זומער פֿאָר איך מיט מײַן שוועסטער גיטל אַוועק אויף דרײַ טעג זיך אָפּרוען אויף דער פּלאַזשע אין ניו־דזשערי. יאָרן לאַנג זענען מיר געפֿאָרן אין אָושען־סיטי, אַ שיין שטעטל בײַם ברעג ים וואָס ציט צו אַ סך משפּחות. ס׳איז נאָר געווען איין צרה: צוליב דעם וואָס עס זענען דאָרט נישטאָ קיין כּשרע רעסטאָראַנען, האָבן מיר יעדעס מאָל געמוזט אַליין צוגרייטן די מאָלצײַטן. (מיר האָבן תּמיד באַשטעלט אַ האָטעל־צימער מיט אַ קיך.)

הײַיאָר האָבן מיר באַשלאָסן צו פֿאָרן אויף אַן אָרט וווּ ס׳געפֿינען זיך יאָ כּשרע רעסטאָראַנען. אַ חבֿרטע מײַנע האָט מיר געעצהט אויספּרוּוון די פּלאַזשע אין לאָנג־ברענטש, ניו־דזשערזי; נישט ווײַט פֿונעם שטעטל דיל, וווּ עס וווינען אַ סך סירישע ייִדן — און וווּ עס געפֿינען זיך אַ צאָל כּשרע ערטער צו עסן. האָבן מיר באַשטעלט אַ שטיבל אין לאָנג־ברענטש און אַרויסגעקוקט אויף אַן אמתער וואַקאַציע.

ווי נאָר מיר זענען אָנגעקומען, האָבן מיר זיך אָנגעטאָן די באָדקאָסטוימען און צוגעפֿאָרן אַ פֿינעף מינוט צום אָרט וואָס די בעל־הביתטע פֿון אונדער דירה האָט אונדז געזאָגט איז דער צענטער פֿון דער פּלאַזשע — „פּיִער ווילעדזש“ (האַפֿן־שטעטל). מיר האָבן פּאַרקירט דעם אויטאָ בײַם פּראָמענאַד און איך האָב זיך אַרומגעקוקט. ווי בײַ אַלע פּלאַזשעס איבער דער וועלט, זענען פֿאַרבײַגעגאַנגען מיידלעך מיט ביקיניס, יונגע מענער מיט אַנטבלויזטע ברוסטן, פֿאַרהאַוועטע מאַמעס מיט קינדער.

אָבער דאָ האָב איך אויך געזען אַ זעלטענע זאַך בײַ עפֿנטלעכע פּלאַזשעס: פֿרויען צניעותדיק אָנגעטאָן — אַ טייל מיט האָרטיכלעך, אַנדערע מיט שייטלען. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן גערעדט ענגליש צווישן זיך אָבער כ’האָב אויך געהערט ווי אַ טייל רעדן ייִדיש. יונגע בחורים מיט שוואַרצע יאַרמלקעס האָבן פּאַמעלעך שפּאַצירט מיט מיידלעך אויפֿן פּראָמענאַד — אַ פּנים, אויף אַ שידוך־ראַנדקע.

אפֿשר זענען די פֿרומע ייִדן געקומען אַהער טאַקע צוליב דער זעלבער סיבה וואָס האָט געבראַכט גיטלען מיט מיר אַהער? כ’האָב גלײַך דערזען דעם ראָג וווּ עס הייבן זיך אָן אַלע קראָמען, בין איך צוגעגאַנגען.

דאָס ערשטע געשעפֿט איז געווען אַ גימנאַסטיק־זאַל, און נאָך דעם — אַ (נישט־כּשרער) גריכישער רעסטאָראַן. דאָס דריטע געשעפֿט איז געווען אַן אײַזקרעם־קאַפֿע מיט טישלעך אין דרויסן, וווּ עס זענען געזעסן עטלעכע פֿרומע ייִדן. און דאָרט אויפֿן פֿענצטער איז טאַקע געהאָנגען אַ השגחה־צערטיפֿיקאַט מיטן שטעמפּל JSOR  — די ראשי־תּאבֿות פֿון דער השגחה־אָרגאַניזאַציע פֿאַר די ים־ברעג־שטעטלעך אין ניו־דזשערזי.

שפּאַצידנדיק ווײַטער האָב איך געזען נאָך כּשרע געוועלבן: אַן אָרט וואָס פֿאַרקויפֿט פֿליישיקע פּאָטראַוועס וואָס מע קען נעמען צו דער פּלאַזשע אָדער ערגעץ אַנדערש וווּ; אַ טײַערער „סטייקהאַוס“ (פֿליישיקער רעסטאָראַן) מיטן נאָמען „זאַלץ“ — אַ פּנים, אַ רמז אויפֿן זאַלציקן ים; אַ מילכיקער רעסטאָראַן וואָס פֿאַרקויפֿט פּיצע און אַנדערע איטאַליענישע מאכלים. און אַריבער דער גאַס — אַ כּשרע שאָקאָלאַד־קראָם!

כאָטש אין ניו־יאָרק איז נישט זעלטן צו געפֿינען אַ גאַנצע ריי כּשרע רעסטאָראַנען און שפּײַזגעשעפֿטן אויף איין אָרט, האָב איך דאָס אין ערגעץ נישט געזען בײַ דער פּלאַזשע, אַחוץ אין ישׂראל.

ערשט דעמאָלט האָב איך דערזען עפּעס וואָס האָט מיך ממש דערשטוינט. אינעם צענטער פֿון פּיִער־ווילעדזש פֿלאַטערט הויך אַ גרויסע אַמעריקאַנער פֿאָן, און אַרום איר פֿלאַטערן פֿיר ישׂראלדיקע פֿאָנען. מענטשן גייען פֿאַרבײַ — ייִדן און נישט־ייִדן — אָבער קיינער זעט נישט אויס איבערראַשט פֿון אַזאַ זאַך. איך האָב זיך גלײַך דערפֿילט היימיש דאָ אין פּיער ווילעדזש, בפֿרט ווען מיר לעבן הײַנט דורך אַזוינע אָנגעווייטיקטע צײַטן, ווען ס׳רובֿ פֿון אונדז ייִדן האָבן מורא צו טראָגן אַפֿילו אַ מגן־דודל אָדער יאַרמלקע אויף דער גאַס.

גלײַך לעבן דער פּלאַזשע. פֿלאַטערט אַן אַמעריקאַנער פֿאָן אַרומגערינגלט מיט פֿיר ישׂראלדיקע פֿאָנען Photo by Rukhl Schaechter

לעבן מיר זענען צוויי יונגע פֿרומע פֿרויען געווען פֿאַרטיפֿט אין אַ שמועס. כ’האָב זיי געפֿרעגט, צי זיי ווייסן פֿאַר וואָס און ווי לאַנג עס פֿלאַטערן דאָ די ישׂראלדיקע פֿאָנען.

„מיר האָבן זיך אויך געחידושט,“ האָט איינע מיר געזאָגט. „מיר זענען דאָ צום ערשטן מאָל.“

האָבן מיר פֿאַרפֿירט אַ שמועס. רחלי (אַרויסגערעדט ראַכעלי), אַ 36־יאָריקע מאַמע פֿון זעקס קינדער, האָט דערציילט אַז זי מיט איר חבֿרטע, וועלכע האָט אויך זעקס קינדער, זענען פֿון לייקוווּד, און זענען געקומען אויף אַ מעת־לעת, כּדי זיך אַ ביסל אָפּצורוען פֿון זייער פֿאַרהאַוועטן משפּחה־לעבן. די צוויי חבֿרטעס קענען זיך נאָך פֿון די קינדעריאָרן ווען זיי זענען געווען תּלמידות אין דער זעלבער בית־יעקבֿ שול אין ברוקלין.

„ווער פּאַסט אויף אויף די קינדער?“ האָב איך געפֿרעגט. „דײַן מאַמע?“

„ניין, מײַן מאַן.“

„האָסט אַ גוטן מאַן!“ האָב איך געזאָגט. „ער האָט גענומען פֿרײַ פֿון דער אַרבעט, הייסט עס?“

„ניין, פּונקט איצט אַרבעט ער נישט. ביז לעצטנס איז ער געווען דער דירעקטאָר פֿון די ענגלישע לימודים אין אַ ישיבֿה אָבער איצט זוכט ער אַן אַנדערע שטעלע.“

„ווי גייט עס אים מיט די זעקס קינדער?“

„כ’האָב אים טאַקע נעכטן אויף דער נאַכט אָנגעקלונגען, פֿרעגן ווי עס גייט אים. האָט ער מיט אַ שמייכל געעענטפֿערט: ׳קלינג מיר נישט! דו דאַרפֿסט זיך אָפּרוען. מיר וועלן זיך שוין אַן עצה געבן.׳“

כ’האָב זי באַדאַנקט און געפֿרעגט אַ צאָל אַנדערע מענטשן אין לאָנג ברענטש, פֿאַר וואָס עס פֿלאַטערן דאָרט די ישׂראלדיקע פֿאָנען. צום סוף האָב איך באַקומען אַן ענטפֿער: מע האָט זיי אויפֿגעהאָנגען גלײַך נאָכן 7טן אָקטאָבער. אַ פֿאַרשטענדלעכע זאַך… אָבער ווער האָט זיך אונטערגענומען דאָס צו טאָן?

ערשט דעמאָלט האָב איך זיך דערוווּסט אַז דער אייגנטימער פֿון פּיער ווילעדזש איז נישט קיין אַנדערער ווי דזשאַרעד קושנערס טאַטע — דער גרונט־מסחר־אונטערנעמער טשאַרלס קושנער. קען מען זיך שוין משער זײַן אַז דאָס האָט ער אַליין באַשלאָסן און דורכגעפֿירט.

אין דער אמתן מאַכט עס נישט אויס ווער ס׳האָט געהייסן אַרויסהענגען די ישׂראלדיקע פֿאָנען. דער עיקר בײַ מיר איז, אַז איך האָב געפֿונען אַ וואַקאַציע־אָרט צווישן אַנדערע ייִדן; וווּ איך מוז נישט קאָכן אויב איך וויל נישט, און וווּ איך מוז נישט באַהאַלטן מײַן מגן־דודל.

A message from Forverts editor Rukhl Schaechter

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.

In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.

Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Support the Yiddish Forverts with a generous gift to the Forverts today!

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.