Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ ווינער פֿעסטיוואַל פֿון קאַמער־מוזיק באַערט די „פֿאַרטריבענע קאָמפּאָזיטאָרן“Viennese chamber music festival honors composers who were forced to flee

די קאָנצערטן זענען פֿאָרגעקומען אויפֿן אָרט פֿון אַן אַמאָליקער סאַניטאָריע פֿאַר פּסיכיש קראַנקע, וואָס די נאַציס האָבן דערהרגעט.

אין װין, עסטרײַך, פֿעלן ניט אױס קײן קאָנצערטן און פֿעסטיװאַלן. נאָר יעדעס יאָר זעט מען דאָ אַ יוצא־מן־הכּלל: בעתן װינער קאַמער־מוזיק־פֿעסטיװאַל שפּילט מען ניט נאָר מאָצאַרט און בעטהאָװען, בראַמס און שובערט. די פּראָגראַם באַערט אויבן אָן די װערק פֿון קאָמפּאָזיטאָרן װאָס האָבן דווקא פֿאַרלאָזט ווין — אָפֿט מאָל צוליב רדיפֿות.

דער הײַיאָריקער פֿעסטיוואַל, וואָס איז פֿאָרגעקומען סוף אױגוסט און אָנהײב סעפּטעמבער, איז באַשטאַנען פֿון זיבן קאָנצערטן.

זינט מען האָט געגרינדעט דעם פֿעסטיװאַל אין 2008, האָט מען אױפֿגעפֿירט די װערק פֿון העכער 40 „פֿאַרטריבענע קאָמפּאָזיטאָרן“, בתוכם ניט װײניק ייִדן — למשל, אַרנאָלד שענבערג, דאַריוס מיִיאָ און מיעטשיסלאַװ װײַנבערג, נאָר אױך װײניקער באַקאַנטע װי, אַ שטײגער, גדעון קלײן, שמעון לאַקס און פֿיליפּ הערשקאָװיטש. ס׳רובֿ פֿון זײ האָט אַ מאָל געװױנט אין װין.

הײַיאָר איז דער פֿעסטיװאַל צום ערשטן מאָל פֿאָרגעקומען אינעם „יוגנטסטיל־טעאַטער“, אין מערבֿ־װין, אױפֿן גרענעץ מיטן װינער װאַלד. דער דאָזיקער טעאַטער געפֿינט זיך אין סאַמע האַרץ פֿון אַן אַמאָליקן סאַנאַטאָריע־קאָמפּלעקס. אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט האָט מען דאָ אױסגעבױט אַ ריזיקע „הײלאַנשטאַלט פֿאַר גײַסטיק און נערװן־קראַנקע“.

אין די היטלער־יאָרן האָט מען פֿון דער קליניק דעפּאָרטירט און דערנאָך געטײט עטלעכע טױזנטער פּאַציענטן. אױך אױפֿן אָרט האָבן די נאַציס אומגעבראַכט אַנדערע אײַנוווינער. „אײטאַנאַזיע“ האָבן זײ דאָס גערופֿן, בלשון־נקיה. גלײַך פֿאַר דער ברײטער טרעפּ אַרױף צום טעאַטער איז דאָ אַ סימבאָלישע מצבֿה: 722 לײַכטנדיקע זײַלעכלעך, דעם אָנדענק פֿון 722 דערהרגעטע קינדער און יונגע־לײַט.

די אומגעקומענע האָט מען אָפּגעגעבן כּבֿוד מיט אַ מין טרױער־קאָנצערט, נאָך פֿאַרן עצם פֿעסטיװאַל. דער אַראָן־קװאַרטעט — אַ װינער סטרונע־קװאַרטעט — האָט לכּבֿוד די נאַצי־קרבנות געשפּילט דעם פֿינאַל פֿון ערװין שולהאָפֿס צװײטן קװאַרטעט. שולהאָף איז בשעתּו געװען אַ װיכטיקער אַװאַנגאַרדיסט — אַ דײַטש־בעמישער ייִד, אומגעקומען אין 1942 אין אַ דײַטשישן לאַגער. װײַטער האָט מען געשפּילט אַ קאָמפּאָזיציע פֿאַר פֿידל פֿון דיערדי קורטאַג — אַן אונגאַריש‏־ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר, פֿון הײַנטצײַטיקן אַװאַנגאַרד. געענדיקט האָט מען מיט אַ מוזיקאַליש בינטל בלומען: דזשאַקאָמאָ פּוטשיניס טרױער־מוזיק פֿאַר סטרונע־קװאַרטעט „כריזאַנטעמעס“.

דער אַראָן־קװאַרטעט האָט געשפּילט אַזש פֿינף פֿון די זיבן קאָנצערטן. יעדער אָװנט האָט זיך געהאַט זײַן טעמע. אַזױ אַרום האָט זיך פֿונאַנדערגעװיקלט אַן אינטערעסאַנטער „שמועס“ צװישן שאַפֿונגען פֿון קלאַסישן פּעריאָד, פֿון לעצטן יאָרהונדערט און פֿון די הײַנטיקע צײַטן ממש.

דעם 29סטן אױגוסט האָט מען, למשל, געשפּילט אַרנאָלד שענבערגס „אָדע צו נאַפּאָלעאָן“ פֿאַר סטרונע־קװאַרטעט, פּיאַנע און קול. דער טעקסט איז לאָרד בײַראָנס אַן „אָדע“, אין װעלכער דער ענגלישער דיכטער מאַכט חוזק פֿונעם געפֿאַלענעם טיראַן, דעם פֿראַנצײזישן קײסער נאַפּאָלעאָן. שענבערג האָט דערפֿון געשאַפֿן אַ מין מוזיקאַלישע „המנס מפּלה“. אין יאָר 1942 האָט ער ממילא אין זינען געהאַט אַ צװײטן טיראַן. שענבערג האָט אױסקאָמפּאָנירט די װיציקע „אָדע“ לױט דער שיטה פֿון 12 טענער (דאָדעקאַפֿאָניע) — נאָר מיט שפּורן פֿון טאָנאַלע האַרמאָניעס דאָ און דאָרטן. מע האָט געקענט הערן אַז דער אַראָן־קװאַרטעט איז געניט אין שפּילן שענבערגס װערק. דער חזן אַסף לעװיטין האָט זיך אַרױסגעװיזן פֿאַר אַ גאונישן דעקלאַמאַטאָר פֿון דער „אָדע“.

דעם זעלביקן אָװנט האָט מען אױפֿגעפֿירט סטרונע־קװאַרטעטן פֿון נאַפּאָלעאָנס מיטצײַטלערס — פֿונעם עסטרײַכיש־פֿראַנצײזישן קאָמפּאָזיטאָר איגנאַץ פּלײעל און פֿון לודװיג װאַן בעטהאָװען, װאָס האָט איבערגעלעבט נאַפּאָלעאָנס אָקופּאַציע פֿון װין אין 1809.

אַחוץ דעם האָט מען אױך געשפּילט אַ פּאַסאַקאַליאַ פֿאַר סטרונע־קװאַרטעט (2023) פֿון װאָלפֿגאַנג פֿלאָרײַ מיטן פּאַציפֿיסטישן מאָטאָ: „לאָזט אונדזער װעלט צו רו!“ אַ טײל פֿון דער פּאַסאַקאַליאַ האָט דער אַראָן־קװאַרטעט ניט אױסגעשפּילט אַלײן, נאָר מע האָט אין הינטערגרונט געהערט עפּעס מלחמה־קלאַנגען — מאָטאָרן און שיסערײַ.

אױף אַ צװײטן קאָנצערט האָט מען אױפֿגעפֿירט דרײַ סאָנאַטעס פֿאַר פֿידל און פּיאַנע, געשפּילט פֿון באַרנאַ קאָבאָרי מיט יאַנאַ פּאָליזאָיִדיס. די בשותּפֿותדיקע טעמע: די קאָמפּאָזיטאָרן — דזשאָרדזשע ענעסקו, בעלאַ באַרטאָק און פֿראַנץ שובערט — האָבן איבערגעאַרבעט פֿאָלקלאָרישן מאַטעריאַל אין זײערע שאַפֿונגען.

לױט מײַן באַנעם איז באַרטאָקס צװײטע סאָנאַטע פֿאַר פֿידל און פּיאַנע געװען דער הױכפּונקט. װי ס׳האָט אין 1925 באַמערקט דער קריטיקער און פֿילאָסאָף טעאָדאָר װ. אַדאָרנאָ, אין דער װינער „צײַטשריפֿט פֿאַר מוזיק“, איז באַרטאָקס סאָנאַטע כּמעט אַנאַרכיש, אָן סדר: אַ רײ פֿון צעשפּליטערטע פֿאָלקסטענץ און פֿאָלקסלידער. איך בין — װי אַדאָרנאָ — נתפּעל געװאָרן פֿון באַרטאָקס אומרעגולערע פֿינפֿער־ריטמען און די „סעקונדע־רײַבונגען“ װאָס „שפּיצן אױס דעם קלאַנג ביז װוּנדערלעכער שאָרסטיקײט“.

אױף ביס האָבן קאָבאָרי און פּאָליזאָיִדיס אָפּגעשפּילט ענעסקוס אַ רומענישע האָראַ און זיך אַזױ אַרום געזעגנט מיט מער האַרמאָנישע קלאַנגען.

צום בעסטן איז מיר אָבער געפֿעלן געװאָרן אַ קאָנצערט מיט דעם טשעליסט פֿון אַראָן־קװאַרטעט, קריסטאָף פּאַנטייִאָן, און זײַנע געשװיסטער, דער פֿידלערין קלאַראַ פֿלידער און דעם פּיאַניסט מאַרק פּאַנטיִיאָן. אָנגעהױבן האָבן זײ דעם קאָנצערט מיט פֿאַנטאַזיעס פֿונעם ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר ריכאַרד שטער (שטערן). אין 1939, אין דער לעצטער רגע, האָט שטער, אַ מוזיק־פּראָפֿעסאָר אין װין, עמיגרירט קײן אַמעריקע.

שענבערגס אַ בן־דור, האָט שטער װײַטער געצױגן די ראָמאַנטישע טראַדיציע פֿון פֿעליקס מענדעלסאָן־באַרטהאָלדי. זײַנע פֿאַנטאַזיעס פֿאַר װיאָלאָנטשעל און פּיאַנע דערמאָנען אױך אָן ראָבערט שומאַן. דער װיאָלאָנטשעל פֿאַרציט כּישופֿדיקע מעלאָדיעס, נאָר מיט אַ מאָל רײַסט זיך איבער דער פֿליסיקער געזאַנג, און דער טשעליסט נעמט צופּן די סטרונעס. די טענער פֿאַלן װי אײנציקע רעגן־טראָפּנס אױפֿן שפּיגל פֿון אַ בײַנאַכטיק־רויִקער אָזערע. מע זאָל מיר מוחל זײַן דעם קיטש — אַזעלכע בילדער ברענגען אױפֿן זינען שטערס װוּנדער־שײנע „פֿאַנטאַזי־שטיק“.

אינטערעסאַנט איז, אַגבֿ, װאָס שטער האָט אױסקאָמפּאָנירט די דאָזיקע שאַפֿונגען האַרבסט 1907 — פּונקט װען מע האָט געעפֿנט דעם יוגנטסטיל־טעאַטער, װוּ ס׳איז פֿאָרגעקומען דער פֿעסטיװאַל. אַ בנין געבױט אינעם סטיל פֿון דער װינער סעצעסיע („יוגנטסטיל“ אָדער „אַרט נוּװאָ“) איז טאַקע געװען פּאַסיק פֿאַר אַזאַ קאָנצערט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version