ווידעאָ פֿון ייִדיש לידל שטיצנדיק טראָמפּ פֿאַר פּרעזידענט ציט צו אַ ריזיקן עולםVideo of a Yiddish song supporting Trump for president has gone viral
לויט אַן אַנקעטע אין סעפּטעמבער, שטיצן 93% חרדישע ייִדן טראָמפּ איבער דער וויצע־פּרעזידענטקע קאַמאַלאַ האַריס.

אַ שילד אויף העברעיִש, וואָס איז טײַטש „גוט פֿאַר ייִדן“, פֿאַר אַ פּריוואַט הויז Courtesy of Yoely Lebovits
אַ ווידעאָ פֿון אַ קאַראַוואַן אין ראָקלאַנד־קאַונטי וואָס צעפּויקט אַ ייִדיש ליד שטיצנדיק מענטשן צו שטימען פֿאַר דאָנאַלד טראָמפּ האָט צוגעצויגן אַ ריזיקן עולם אויף „עקס“, (די סאָציאַלע מעדיאַ־פּלאַטפֿאָרמע וואָס האָט פֿריִער געהייסן „טוויטער“.)
זינט מע האָט אַרויפֿגעשטעלט דעם ווידעאָ דעם 3טן נאָוועמבער האָבן מענטשן עס ווײַטער איבערגעשיקט מער ווי 9.5 טויזנט מאָל, און צוגעצויגן 854 קאָמענטאַרן.
אין ראָקלאַנד קאַונטי וווינען בערך 50,000 חרדישע ייִדן. לויט אַן אַנקעטע אין סעפּטעמבער, שטיצן 93% חרדישע ייִדן טראָמפּ איבער דער וויצע־פּרעזידענטין קאַמאַלאַ האַריס. בכלל האָבן די חרדישע קרײַזן במשך פֿון די לעצטע 15 יאָר זיך דערנענטערט צו דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי. לויט דער שטודיע פֿונעם „פּיו פֿאָרשצענטער“ אין 2020 האָבן 75% אַמעריקאַנער אָרטאָדאָקסישע ייִדן זיך באַצייכנט פֿאַר רעפּובליקאַנער, אין פֿאַרגלײַך מיט 2013 ווען ס’האָט געהאַלטן בײַ 57%.
I've never in my 40+ yrs of life seen the Orthodox Jewish community push a presidential candidate as if it was a local one.
This is a Yiddish song being played on trucks going around Rockland County in NY.
Even if you don't speak yiddish, you'll still understand who it's for. pic.twitter.com/wSNZ0hICh0
— Nachman Mostofsky ✡︎🇺🇸 (@Mostofsky) November 3, 2024