טשיקאַווער ראָמאַן וועגן פֿרוי וואָס זוכט אַ גײַסטיקע היים אין ירושלים — דורך ייִדישUnique novel about woman who seeks a spiritual home in Jerusalem — through Yiddish
די העלדין פֿון „דאָ איז נאָך אַלץ דאָ“ טראָגט אױף זיך דעם לאַסט פֿון איר באָבעס חורבן־טראַװמע.
איסאַבעל ראָזען, די העלדין פֿון סיװן סלאַפּאַקס ראָמאַן „דאָ איז נאָך אַלץ דאָ“, זוכט אַ פּאַסיקן אָרט, װוּ זי קען זיך אײַנאָרדענען. צוליב דעם פֿאַרלאָזט זי איר הײמשטאָט מאָנטרעאָל און באַזעצט זיך אין ירושלים. דאָרט װערט זי אַרײַנגעטאָן אין דער באָהעמישער סבֿיבֿה אַרום דעם לאָקאַל מיטן ייִדישן נאָמען „פֿאַרנאַכט“ — „אַן אונטערערדישן ייִדישן ביבליאָטעק־נאַכטקלוב, װאָס געפֿינט זיך אין דער סאַמע מיט פֿון דער חרדישער געגנט, װוּ ער פּאַסט זיך לגמרי ניט צו.“ די הױפּט־פֿיגור אינעם „פֿאַרנאַכט“ איז יוסף, אַ שײנער שװאַרצהאָריקער בחור, װאָס אַלע מײדלעך, איסאַבעל בתוכם, זײַנען אין אים פֿאַרליבט. זי פֿאַרברענגט דאָרט אַלע נעכט טאַנצנדיק, זינגנדיק און טרינקענדיק.
ייִדיש פֿאַרנעמט אַ חשובֿן אָרט אין איסאַבעלס לעבן. דאָס איז דער לשון פֿון איר באָבע, װעלכע האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אינעם װילנער געטאָ און דײַטשישע לאַגערן. נאָך דער מלחמה האָט זי זיך באַזעצט אין קאַנאַדע, אָבער קײן מאָל ניט זיך אױסגעלערנט ענגליש װי עס געהערט צו זײַן. איסאַבעל איז אױפֿגעװאַקסן הערנדיק ווי איר באָבע דערציילט װאָס זי האָט איבערגעלעבט. די דאָזיקע זכרונות ליגן װי אַ שװערער פּסיכאָלאָגישער משׂא אױף דער גאַנצער משפּחה. איסאַבעלס פֿאָטער װערט מיט דער צײַט ממש דערשלאָגן דורך דעם דאָזיקן לאַסט. ער טרינקט איבער דער מאָס און בהדרגה װערט ער אַן עובֿר־בטל, כאָטש ער איז גאָר ניט זײער אַלט.
דאָס בוך געהערט צום זשאַנער, װאָס אױף ענגליש הײסט „אױטאָ־פֿיקשן“, אַ שמעלצונג פֿון אױטאָביאָגראַפֿישע און בעלעטריסטישע עלעמענטן. די האַנדלונג נעמט אַרײַן העכער װי צװאַנציק יאָר, צװישן די מיט־1990ער ביז די מיט־2010ער יאָרן. דאָס בוך איז אַן אױפֿריכטיקער און אָפֿט מאָל איראָנישער באַריכט װעגן איסאַבעלס אינטימע דאגות װעגן איר װאָג, אױסזען און עלטער, װעגן דעם זוכעניש נאָך אַ באַשערטן, װאָס לאָזט זיך איבער אין אומגעלומפּערטע ליבע־שפּילן מיט פֿאַרשײדענע מענער.
אַ לײענער מיט אַן אינטערעס צו דער ייִדישיסטישער סבֿיבֿה אין ישׂראל װעט דאָ געפֿינען לעבעדיקע פּרטים. אָט איז דאָס בילד פֿונעם קלוב „פֿאַרנאַכט“: “האַרבע צעמענטענע װענט זײַנען דראַפּירט מיט טונקעלע סאַמעטענע פֿירהאַנגען, און דער גאַנצער לאָקאַל איז פֿולגעפּאַקט מיט ביכער, פּלאַטעס, קאַנדעליאַבערס, פֿאָטאָגראַפֿיעס, קונסטװערק, אַ פּיאַנע, פּאַװע־פֿעדערן, װענעציאַנישע מאַסקעס“. דאָס איז אַ מין מקום־מקלט, װוּ מען קען זיך פֿאַרבאַהאַלטן פֿון דער הײַנטיקער װעלט:
„װוּ בין איך?–האָב איך אַ טראַכט געטאָן. און אױך: װען בין איך? צי האָב איך איבערגעװאַנדערט דורך דער צײַט אין אַן אַלטװעלטלעכן סאַלאָן?“
דאָס איז אַן אָרט פֿאַר פֿאַרבלאָנדזשעטע און אײנזאַמע נשמות, װאָס קומען זיך צונױף יעדן אָוונט צו הערן אַ ייִדישן קאָנצערט אָדער אַ רעפֿעראַט און פֿאַרבלײַבן דערנאָך צו טרינקען, טאַנצן און שפּילן ליבעס.
זוכנדיק אַן אָרט אײַנצושטיין װאַלגערט איסאַבעל איבער דער צעשפּאָלטענער שטאָט, צװישן דעם ייִדישן מערבֿ־טײל און דער אַראַבישער מיזרח־געגנט. אַלע גוטע פֿרײַנד זײַנען גרײט צו געבן איר אַן עצה, בפֿרט װעגן געפֿינען אַ מאַן. זי באַזוכט מקובלים, װאָס טוען אױסטערלישע מאַגישע סגולות, אָבער גאָרניט קען אױסהײלן איר עלנטקײט. סוף־כּל־סוף, נאָך צװאַנציק יאָר אין ירושלים, באַשליסט זי זיך אומצוקערן קײן מאָנטרעאַל. דאָ נעמט זי זיך פֿאַר װאַרטעװען דעם טאַטן, װאָס זײַן גײַסטלעכער צושטאַנד װערט אַלץ ערגער. ער איז ניט בכּוח צו מאַכן שלום מיטן טױט פֿון זײַן אייגענער מאַמען, איסאַבעלס באָבען. ער לאָזט זיך ניט באַפֿרײַען פֿון די טראַגישע געשעענישן פֿון איר לעבן און דערמאָנט זיך כּסדר אָן אירע קרובֿים, װאָס זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן.
װי אַ מין נאָכװאָרט צו דעם בוך ברענגט סלאַפּאַק אַ קאָפּיע פֿון איר באָבעס זכרונות. דער טעקסט איז אָנגעשריבן פֿון דער האַנט אױף ענגליש מיט ייִדישע אותיות. אַזױ איז דאָס געװען באַקװעמער פֿאַר דער באָבען פֿאָרצולײענען און רעקאָרדירן אירע זכרונות פֿאַר דער משפּחה. דער דאָזיקער דאָקומענט ברענגט צונױף די פּערזענלעכע משפּחה־געשיכטע מיטן ליטעראַרישן װערק. אַזױ אַרום לאָזט דאָס דאָזיקע בוך זיך אױסטײַטשן װי אַ שאַרפֿזיניקע באַשרײַבונג פֿון דער אַזױ־גערופֿענער צװישן־דורותדיקער טראַװמע. די שװערע יסורים, װאָס די באָבע האָט געליטן בשעתן חורבן האָבן באַדריקט ניט נאָר איר אייגענע נשמה, נאָר אױך איר זונס און איר אײניקלס. אויך זײ קענען זיך ניט באַפֿרײַען פֿון דער טראַװמאַטישער דערפֿאַרונג, װאָס די באָבע האָט זײ אַריבערגעטראָגן דורך אירע דערצײלונגען און איר גאַנצן אױפֿפֿיר.
בײַ איסאַבעל װערט די דאָזיקע טראַװמע אַסאָציִיִרט מיט דער ייִדישער שפּראַך. כאָטש ייִדיש איז ניט איר מאַמע־לשון, איז דאָס די סאַמע הײמישע שפּראַך פֿאַר איר. זי פֿאַרליבט זיך אין יוסף, דעם גײַסטלעכן ראָש פֿונעם ייִדישן קלוב „פֿאַרנאַכט“, אָבער פֿון דער ליבע לאָזט זיך אויס אַ בױדעם. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס איז יוסף אַ נאַרציסיסטישער פּאַרשױן, און ייִדיש איז פֿאַר אים אַ מיטל צו פֿאַרכּישופֿן קאָכאַנקעס. אין מאָנטרעאָל געפֿינט איסאַבעל אַרבעט װי אַ לערערקע פֿון דראַמע אין אַ חסידישער שול פֿאַר מײדלעך. דער דאָזיקער סוף איז אַ ביסל איראָניש: זי פֿילט זיך גאַנץ פֿרעמד אין יענער סבֿיבֿה, אָבער דװקא דאָ האַלט זי אַז ייִדיש וועט האָבן אַ המשך.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO