Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ זעלטענע זאַך אין פּאַריז — אַ קאָנפֿערענץ בלויז וועגן די ליטוואַקעסA rare event in Paris — a conference just about the Litvaks

צוליב דעם וואָס ס׳רובֿ פּאַריזער אַשכּנזים שטאַמען פֿון פּוילן, קומט די ליטוויש־ייִדישע קולטור נישט אָפֿט צו רייד

דעם 7טן ביזן 11טן נאָוועמבער האָט דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער דורכגעפֿירט אַ רײַכע פּראָגראַם, „ייִדיש און ליטע“,  אַ ריי לעקציעס, וואַרשטאַטן, פֿילמען, ווי אויך עסן און טרינקען — אויף ייִדיש, פֿראַנצייזיש, ענגליש, און אַפֿילו אַ ביסל ליטוויש.

אין פֿראַנקרײַך לייגט מען בדרך־כּלל, נישט קיין סך אַכט אויף די ליטוואַקעס. ס’רובֿ ייִדן דאָרט שטאַמען פֿון פּוילן אָדער צפֿון־אַפֿריקע. אויב אַ פֿראַצייזישער ייִד האָט געהערט ייִדיש אין דער היים, איז עס געוויינטלעך אַ פּויליש ייִדיש.

מאַשאַ פֿאָגעל, למשל, וואָס פֿאַרנעמט צײַטווײַליק טל חבֿר־כיבאָווסקיס אָרט ווי דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער, רעדט ווי זי וואָלט נאָר וואָס געקומען פֿון וואַרשע. רעזשין נעבעל, וואָס פֿירט דאָרט אָן מיט די פּראָגראַמען, רעדט אויך אַזוי, ווען זי פֿילט זיך פֿרײַ. די פּוילישע השפּעה איז געוואָרן נאָך שטאַרקער אַ דאַנק דער נײַער ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע בײַם  „סאָרבאָן“, קאַראָלינאַ שימאַניאַק, וואָס קומט טאַקע פֿון וואַרשע, ווי אויך נאַטאַליע קריניצקאַ, וואָס פֿירט אָן מיט דער גרויסער ביבליאָטעק בײַם צענטער (צווישן אירע אַנדערע ראָלעס).

אויף דער פּראָגראַם „ייִדיש און ליטע“ איז געקומען נאָך אַ גאַסט פֿון פּוילן: מאַגדאַלענאַ מאַשליאַק, וואָס פֿירט די געזעלשאַפֿטלעכע און קולטורעלע פּראָגראַמען בײַם „פּולין“־מוזיי אין וואַרשע. זי האָט דערציילט וועגן ליטוויש־ייִדישע מאכלים און דערבײַ געגעבן די באַטייליקטע אַ געלעגנהייט צו פֿאַרזוכן די דאָזיקע דעליקאַטעסן, ווי למשל דער קאַלטער ליטווישער באָרשט (אַנטקעגן דעם הייסן אוקראַיִנישן, וואָס איז בעסער באַקאַנט). מאַשליאַקס משפּחה איז געקומען פֿון אַ טייל פֿון ליטע, וואָס האָט פֿריִער געהערט צו פּוילן.

נישט געקוקט אויף דער פּוילישער העגעמאָניע אין פּאַריז, האָבן זיך דאָרט אויך שטילערהייט אַרײַנגעכאַפּט אַ פּאָר ליטוואַקעס, וואָס האָבן אָפֿט מורא אַרויסצורעדן אַ וואָרט. די ליטוואַקעס האָבן זיך איצט מסתּמא געפֿרייט, וואָס די וועלט האָט זיך דערמאָנט אין זיי און דער צענטער מאַכט אַ פּראָגראַם וועגן זיי, אַזוי צו זאָגן: מיר זענען דאָ!

פֿון ליטע שטאַמט אַקווילע גריגאָראַוויטשיוטע, וואָס איז אַקטיוו בײַם צענטער זינט אַ סך יאָרן. זי האָט אָפּגעהאַלטן אַ רעפֿאַראַט, און זיך באַטייליקט אין אַ דיסקוסיע וועגן אַ פֿילם וואָס זי האָט מיטרעזשיסירט. דער פֿילם איז וועגן דער ליטווינערין, אָנאַ שימײַטע, אַ חסידת אומות העולם, וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן בעתן חורבן.

לעצטנס איז אויך צוגעקומען צום פּאַריזער ייִדיש־צענטער מיגלע אַנושאַוּסקײַטע, אַ ווילנער קינסטלערין, וואָס האָט זיך פֿאַרליבט אינעם פּאַריזער איבערזעצער און שרײַבער, שחר פֿײַנבערג. שוין עטלעכע יאָר פֿירן זיי אַ באַציִונג פֿון דער ווײַטנס: איין מאָל אַ חודש פֿליט זי קיין פּאַריז, אָדער ער פֿליט קיין ווילנע. צום גליק פֿליט די ביליקע לופֿטליניע Ryanair איצט רעגולער צווישן די צוויי שטעט. אין אויגוסט האָב איך זיי צופֿעליק געזען צוזאַמען אין ווילנע, ווען איך בין געקומען אויף דער באַנײַטער ווילנער זומער־פּראָגראַם.

די לעקציעס בײַ „ייִדיש און ליטע“, וואָס זענען געווען אויף פֿראַנצייזיש, האָב איך קוים מיט צרות פֿאַרשטאַנען, צום באַדויערן. אין אַ סקיצע וועגן דעם ווילנער גאון, וואָס מיגלע און שחר האָבן אויסגעשפּילט, זענען פֿאָרגעקומען עטלעכע הומאָריסטישע סצענעס בײַ וועלכע איך האָב פּשוט נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס דער עולם לאַכט אַזוי שטאַרק.

אַ פּאָר לעקציעס זענען געווען אויף ענגליש. לאַראַ לעמפּערט, וואָס פֿירט אָן מיטן ייִדישן אָפּטייל פֿון דער ליטווישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, האָט רעפֿערירט וועגן דער ייִדישער פֿילשפּראַכיקייט. זי האָט אָנגעוויזן, ווי ייִדן האָבן אין משך פֿון טויזנטער יאָרן אָפֿט געביטן זייער לשון. דערבײַ איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז מיר זענען איצט געוואָרן ווייניקער פֿילשפּראַכיק. אַנדערש וואָלטן מיר נישט געדאַרפֿט רעדן אויף ענגליש!

בכלל האָט מיך פֿאַרחידוש, וויפֿל ענגליש מע הערט אין פּאַריז, און ווי די שטאָט האָט זיך געביטן אין משך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר. אַלץ איז געוואָרן טײַערער, פֿאַרשטייט זיך. אין יעדן קאַפֿע האָב איך באַצאָלט פֿינף אייראָ פֿאַר אַ פּשוטער קאַווע און געהערט שמועסן אויף ענגליש בײַ די אַנדערע טישן. די געגנט אַרום דעם ייִדיש־צענטער איז פֿריִער געווען אַן אימיגראַנטן־קוואַרטאַל, גאָר נישט קיין רײַכער. הײַנט איז ער פֿול מיט טײַערע געשעפֿטן און רעסטאָראַנען, וווּ עס דרייען זיך עלעגאַנטע יונגע חבֿרה־לײַט, ווי די העלדן פֿון אַ פֿילם וועגן פּאַריז געשאַפֿן פֿון וווּדי אַלען.

מײַן אייגענע ראָלע אין דער פּראָגראַם איז געווען צו געבן אַן אַרײַנפֿיר וועגן דעם ליטוויש־ייִדישן דיאַלעקט. איך האָב צו באַדאַנקען הירשע־דוד קאַצן, ווײַל אַ סך פֿון די מאַפּעס, וואָס איך האָב געוויזן, און די אויסצוגן פֿון דיאַלעקט־אינטערוויוען, וואָס איך האָב געשפּילט, זענען געקומען פֿון זײַנע מאַטעריאַלן. איך האָב ספּעציעל הנאה געהאַט פֿון פֿאַרטיפֿן זיך אין די אינטערוויוען מיט אַלטע ליטוואַקעס, וואָס קאַץ האָט רעקאָרדירט אין משך פֿון די לעצטע 30 יאָר.

זונטיק איז געווען אַ סעמינאַר געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון דער ליטע. מיט מיר האָט מען געלייענט אַן אַרטיקל פֿונעם ליטווישן שפּראַכפֿאָרשער, יודל מאַרק. שרון בר־כּוכבֿא האָט מיט אונדז געלייענט אַ טשיקאַווען מעדיצינישן טעקסט וועגן היפּאָכאַנדריקער, ד״ה מענטשן וואָס מיינען אַלע מאָל, אַז זיי זענען קראַנק, אַפֿילו ווען זיי זענען אין בעסטן געזונט. דאַכט זיך, אַז דאָס איז אַ ייִדישע קרענק. נאַטאַליאַ קריניצקאַ האָט מיט אונדז פֿאָרגעלייענט לידער פֿונעם פּאָעט דוד פֿראַם, אַ ליטוואַק וואָס האָט זיך באַזעצט אין דרום־אַפֿריקע. צופֿעליק איז מיט אונדז געווען אַ ייִד פֿון דרום־אַפֿריקע, וואָס האָט געקענט באַשעטיקן וואָס פֿראַם שרײַבט.

איין טענה האָב איך וועגן דעם פֿאָרמאַט פֿון די זונטיק־סעמינאַרן, וואָס זענען אַ שיינע טראַדיציע בײַם פּאַריזער ייִדיש־צענטער. איצט האָט מען די ברירה: מע קען פֿיזיש בײַזײַן אויף דער אונטערנעמונג אָדער מע קען עס זען דורך „זום“ פֿון דער היים. ס’איז נאַטירלעך, אַז אַ סך מענטשן פֿוילן זיך אַרויסצוגיין זונטיק אין דער פֿרי — ס’איז דאָך קאַלט אין דרויסן, די באַנען שלעפּן זיך. בעסער צו בלײַבן אין דער היים און ליגן אונטער אַ וואַרעמער קאָלדרע. דערפֿאַר איז דער עולם, וואָס איז געקומען אין צענטער אויף די סעמינאַרן געווען קלענער ווי ער איז געווען פֿאַר דער קאָוויד־תּקופֿה. טאַקע אַ שאָד, ווײַל ס׳איז אַזוי שיין זיך צו זען מיט אַלטע פֿרײַנד פּנים־אל־פּנים!

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.