Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַנטי־מלחמהדיקער ישׂראלי דערציילט זײַן פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטע אין אַ נײַ בוךAnti-war Israeli describes his fascinating life in new book

אַ מאַרקסיסט וואָס איז געזעסן 12 יאָר אין אַ ישׂראל־תּפֿיסה, האָט אודי אַדיבֿ וואָס צו זאָגן וועגן דער הײַנטיקער מלחמה און פּאָליטיק  

די צפֿונדיקע שטאָט חיפֿה באַקומט איצט, מיטן נײַעם פֿײַער-אָפּשטעל, אַ שאַנס צו קומען צו זיך נאָך די שווערע לעצטע פּאָר חדשים פֿון כעזבאָלאַ באָבמאַרדירונגען, און אירע תּושבֿים וועלן ביסלעכווײַז קענען זיך צוריקקערן צו זייער נאָרמאַלער טאָגטעגלעכקייט.

אודי אַדיבֿ, אין חיפֿה, וועט זיך אָבער מסתּמא נישט באַרויִקן ביז דער מלחמה וועט זיך נישט לגמרי פֿאַרענדיקן און די פֿאַרכאַפּטע ישׂראלים באַפֿרײַט ווערן. כּמעט אַ בן-שמונים, שטייט אַדיבֿ שוין איבער אַ יאָר לאַנג טאָג-אײַן טאָג-אויס אויפֿן זעלביקן ראָג אויף הנשׂיא-עוועניו, אין חיפֿהס כּרמל-צענטער. ער שטייט און האַלט שילדן קעגן דער מלחמה און לטובֿת אַן אָפּמאַך צו באַפֿרײַען די ערבֿניקעס. ס’רובֿ דורכגייערס ווייסן מסתּמא ווייניק וועגן דער אויסנעמיקער לעבנסגעשיכטע פֿונעם דאָזיקער אַלטער און הויכער פֿיגור.

אַדיבֿס געשיכטע, ווי ער דערציילט אין זײַן נײַער אויטאָביאָגראַפֿיע „המהפּכה שלא הייתה“ (“די רעוואָלוציע וואָס איז נישט געווען“), הייבט זיך אָן אין קיבוץ גן-שמואל אין 1946, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן. ער איז געווען דער ערשטער אייניקל אין דעם קיבוץ, וואָס זײַן זיידע, ישׂראל אַדיבֿ, איז געווען איינער פֿון זײַנע פֿאַרלייגערס.

די הילע פֿון אודי אַדיבֿס נײַ בוך, „די רעוואָלוציע וואָס איז נישט געשען“ (2024) Courtesy of Adi Mahalel

גן-שמואל האָט זיך קונה-שם געווען ווי אַ קיבוץ וואָס איז פֿעסט לינק־געשטימט, און אין יענער סבֿיבֿה האָט ער זיך יונגערהייט אײַנגעזאַפּט די יסודות פֿון מאַרקסיזם, אַ ליבשאַפֿט צו פֿיזישער אַרבעט, און אַן אַרבעטער-ציוניסטישער דערציִונג בכלל. אין 1967, איז ער רעקרוטירט געוואָרן צו דינען אין אַרמיי און אָנטייל נעמען ווי אַ פּאַראַשוטיסט אין דער באַלד אויסגעבראָכענער מלחמה. וועגן זײַנע געפֿילן אין יענער צײַט שרײַבט ער:

 „מיר איז גוט אײַנגעקריצט אין זכּרון דאָס געפֿיל פֿון איינזאַמקייט און אָפּפֿרעמדונג וואָס איך האָב געהאַט, זײַענדיק מיט די פּאַראַשוטיסטן פֿון די אַנדערע קיבוצים. זיי האָבן מיר אַלע אויסגעזען ווי שטאַרק פּאַטריאָטיש מאָטיווירט און מיט קעמפֿערישן התלהבֿות. כ’האָב נאָר געקאָנט רעדן אָפֿענערהייט מיט איינעם פֿון זיי [זײַן חבֿר אַבֿרהמל] וועגן מײַן קעגנשטעל צו דער מלחמה.“ (ז’ 49).

נאָך דער מלחמה, וווּ ער האָט זיך געהאַט באַטייליקט אין די ירושלים-שלאַכטן, הייבן זיך ממש אָן די סאַמע דראַמאַטישע יאָרן אין אַדיבֿס לעבן. אין 1969, האָט ער פֿאַרלאָזן דעם קיבוץ מחמת די צו שאַרפֿע פּאָליטישע מחלוקתן מיט די אַנדערע קיבוצניקעס, וועלכע זענען געטראָגן געוואָרן אין דער זעלבער פּאַטריאָטישער כוואַליע מיט די מערסטע אַנדערע ישׂראלים, ניט געקוקט אויף זייערע לינקע איבערצײַגונגען. ער האָט נישט מסוגל געווען צו פֿאַרטראָגן זייערע באַרעכטיקונגען צו דער מלחמה און אירע רעזולטאַטן וואָס שײַך די באַזעצונג פֿון די שטחים. האָט ער זיך ביסלעכווײַז דערנענטערט צו די אַנטי-ציוניסטישע לינקע קרײַזן, בפֿרט דער „מצפּן“(קאָמפּאַס) גרופּע. אָבער ער האָט זיך דערצו אויך פֿאַרטיפֿט אין די כּתבֿים פֿון אַחד-העם, און איז באַײַנפֿלוסט געוואָרן פֿון זײַן גײַסטיקער ציוניסטישער שיטה. „דאָס ייִדישע פֿאָלק איז אַ קליינס וואָס זײַן כּוח איז נישט פֿיזיש, נאָר גײַסטיש“, פֿלעגט ער ציטירן אַחד-העמען.

אַדיבֿס דערנענטערונג צו „מצפּן“ און אַנדערע סאָרטן קאָמוניסטן האָט זיך אָנגעהויבן בעת ער איז געווען אַ יונגער מדריך אין השומר-הצעיר אין קריית-חיים לעבן חיפֿה. צווישן זייערע טעטיקייטן אין „מצפּן“, האָבן זיי פֿאַרשמירט די ווענט אין די תּל-אָבֿיבֿער גאַסן מיט דער לאָזונג „הלאה הכּיבוש“ („ווײַטער מיט דער אָקופּאַציע“).

אָבער אויך אין „מצפּן“ זענען אויפֿגעקומען מחלוקתן לגבי דער מיטאַרבעט מיט לינקע פּאַלעסטינער פֿראַקציעס, ווי דער „דעמאָקראַטישער פֿראָנט“, ווײַל יענע האָבן נישט אָנערקענט דעם זכות פֿון דעם ישׂראל-פֿאָלק צו זעלבסט-באַשטימונג און ווײַל זיי זענען געווען צו נאַציאָנאַליסטיש-געשטימט. אַדיבֿ, דעמאָלט אַן אידעאַליסט מיט אַלע רמ״ח אבֿרים, האָט פֿאָרט נאָך געחלומט וועגן אַ בונטאַריש שותּפֿות פֿון ייִדן און אַראַבער אויפֿן סמך פֿון קלאַס-סאָלידאַריטעט.

האָט ער דערפֿאַר פֿאַרלאָזט „מצפּן“ און מיטגעגרינדעט אַ מאַאָיִסטישע גרופּע, דער „קאָמוניסטישער רעוואָלוציאָנערער בונד“. אַ ביסל שפּעטער, האָט ער זיך שטאַרק פֿאַרפּלאָנטערט פּראָבירנדיק זיך צו פֿאַרבינדן אין סיריע מיט לינקע פּאַלעסטינער. יענע, כּידוע, האָבן אים באַשווינדלט, איז ער פֿאַרכאַפּט געוואָרן, און לסוף געזעסן צוועלף יאָר אין אַ ישׂראלדיקער תּפֿיסה ביז 1985.

אַדיבֿ (צווייטער פֿון רעכטס) זיצט אין אַ חיפֿהר געריכט אין 1973 מיט די אַנדערע באַשולדיקטע אין שפּיאָנאַזש Photo by Wikipedia Commons

אַדיבֿ האָט חרטה געהאַט אויף זײַנע מעשׂים, און געמאַכט אַ דאָקטאָראַט אין פּאָליטישער וויסנשאַפֿט. „בדיעבֿד,“” פֿאַרטראַכט ער זיך צום סוף פֿון זײַן אויסערגעוויינטלעכער אויטאָביאָגראַפֿיע, „ווי אַ חכמה לאַחר-המעשׂה, קען מען זען ווי גענאַרט בין איך געווען צו טראַכטן אַז איך וועל זיך איין קלאָרן פֿרימאָרגן אויפֿכאַפּן, אַלץ פֿאַרלאָזן הינטער זיך, פֿאָרן קיין ביירוט און קיין דמשׂק און צו ענדערן די וועלט… אַף-על-פּי-כּן, גלייב איך נאָך אין דער מעגלעכקייט און דעם חובֿ פֿונעם מענטשן צו ענדערן די וועלט.“

די פֿאַרכאַפּנדיקע באַשרײַבונגען פֿון זײַן באַזוך אין אַ שיל אין דמשׂק (דאָס ערשטע מאָל אין לעבן וואָס אָט דער וועלטלעכער קיבוצניק איז אַרײַן אין אַ שיל בכלל), פֿון זײַנע יאָרן אין קיבוץ און אין תּפֿיסה, און דאָס גאַנצע בוך אין אַלגעמיין, מאַכן אָט דעם ספֿר-הזכרונות אַ מוז צו לייענען און גאָר אַ וויכטיקן דאָקומענט דערצו.

הײַנט, האַלט זיך אַדיבֿ מער נישט ווי אַן אַנטי-ציוניסט. לעצטנס האָט ער אין אַן אַרטיקל זיך אַנטקעגנגעשטעלט צו דעם וואָס ער רופֿט „די ‘מהותדיקע’ אַנטי-ציונסטישע רייד“ („השׂיח האַנטי-ציוני ‘המהותני’“), וואָס מע הערט הײַנט אָפֿט אין געוויסע לינקע קרײַזן סײַ אין ישׂראל און סײַ אין אויסלאַנד. ער מיינט אַז מע זאָל דווקא „אָפּשאַצן די הומאַניסטישע און סאָציאַליסטישע ציוניסטן וואָס האָבן געקעמפֿט לטובֿת אַן אַנדער סאָרט ציוניזם, פֿון „רודף-שלומניקעס“, און דער עיקר זאָל מען זיך לערנען פֿון זייער דערפֿאַרונג.“

אפֿשר, פֿרעגט ער, אונטער אַ שלום-זוכנדיקער ישׂראלדיקער פֿירערשאַפֿט, „וואָלט די ציוניסטישע געשיכטע געקאָנט זײַן אַנדערש און אַ דעמאָקראַטישע און וועלטלעכע מדינת-ישׂראל, וואָלט געקאָנט לעבן בשלום מיט אַ שכנותדיקער פּאַלעסטינער מדינה?“ ער טענהט, און ס’איז כּדאַי זיך צוצוהערן, אַז די הײַנטיקע פֿאַרשפּרייטע „’מהותדיקע’ אַנטי-ציונסטישע רייד“ פֿאַרשטאַרקט דווקא די רעכטע קרײַזן אין ישׂראל, וואָס זענען לכתּחילה נישט אינטעריסירט אין קיין שום פּשרה מיט די פּאַלעסטינער און ווילן נישט פֿאַרענדיקן די מלחמה.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.