דאָס לעבן אויף דער איסט־סײַד, 1902 — באַשרײַבונגען פֿון אַ יענקיLife on the Lower East Side in 1902, from the eyes of a Yankee
דער ערשטער פֿון אַ סעריע אַרטיקלען אויף אַ גרינגן ייִדיש, וועגן דער מחברטעס אַנטדעקונגען ווי אַ ייִדיש־סטודענטקע און פֿאָרשערין.
אין 2018 האָב איך זיך פֿאַרשריבן סתּם אַזױ אין אַ ייִדיש־קורס פֿאַר אָנהײבערס. די לערערקע האָט אונדז געװיזן די אומאױסשעפּלעכע רײַכקײט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, קונסט, זשורנאַליסטיק און מער — און מײַן לעבן איז טראַנספֿאָרמירט געװאָרן.
דער װעג איז אָבער נישט געװען קײן גרינגער. פֿאַר דעם ייִדיש־קורס האָב איך בכלל נישט געקענט דעם אַלף־בית. פּונקט װי אַ קלײן קינד האָב איך זיך געמוטשעט און אַרויסגערעדט יעדעס װאָרט זייער פּאַמעלעך. איך בין אויך געװען אַ סך עלטער װי די אַנדערע סטודענטן, אָבער ס׳האָט מיך נישט געאַרט. ייִדיש האָט אונדז אַלעמען נאָענט פֿאַרבונדן.
זעקס מיט אַ האַלב יאָר שפּעטער קען איך לײענען, רעדן און שרײַבן אױף ייִדיש — כאָטש איך בין נאָך אַלץ נישט פֿליסיק. איך װעל תּמיד בלײַבן אַ סטודענטקע. ס׳מאַכט אָבער נישט אויס. יעדן טאָג וואָס איך פֿאָרש די װוּנדערס פֿון ייִדישקײט, פֿיל איך זיך װי אַ קינד אין אַ קאָנדיטערײַ.
דערפֿאַר האָב איך באַשלאָסן פֿון צײַט צן צײַט צו שרײַבן אַרטיקלען געצילעוועט אויף אַנדערע ייִדיש־סטודענטן. די עסייען װעלן זײַן קורץ און קלאָר — פּאַסיק פֿאַר תּלמידים פֿון פֿאַרשײדענע מדרגות. האָפֿנטלעך װעלן זײ זײַן סײַ נוציק סײַ הנאהדיק! אונטן איז דער ערשטער אַרטיקל.
* * *
אין 1902 איז פּובליקירט געװאָרן אַן אומגעריכט בוך: דער גײסט פֿון דער געטאָ, אַ באַשרײַבונג פֿונעם ייִדיש־קולטורעלן לעבן אױף דער איסט־סײַד אין ניו־יאָרק, אָנגעשריבן פֿון אַ יענקי מיטן נאָמען האָטשינס האַפּגוד.
אין דער דאָזיקער תּקופֿה האָבן נישט־ייִדישע „רעפֿאָרמירערס“ אַ מאָל געשריבן װעגן דעם דלות און שמוץ פֿון דער איסט־סײַד, װאָס איז געװען אָנגעפּאַקט מיט אָרעמע ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אײראָפּע. די דאָזיקע שרײַבער האָבן געפֿאָדערט װיכטיקע פֿאַרבעסערונגען — אָבער צוליב געמישטע מאָטיװירונגען. צי האָבן זײ טאַקע געװאָלט העלפֿן די ייִדישע אימיגראַנטן, אָדער בלױז זײ מאַכן רײנער און װײניקער מיגלדיק פֿאַר די נישט־ייִדן? דער טאָן בײַ יענע רעפֿאָרמירער איז טאַקע אָפֿט געווען ביטולדיק, און אַ מאָל ריין אַנטיסעמיטיש.
האַפּגודס ציל איז געװען אַנדערש. ער האָט געװאָלט אַז די ייִדן אױף דער איסט־סײַד זאָלן װערן מער באַקאַנט אין די אױגן פֿון נישט־ייִדישע ניו־יאָרקערס — נישט צוליב אָרעמקײט און שמוץ, נאָר צוליב זײער שאַפֿערישקײט און גײַסטיקער ענערגיע.
זײַן קוקװינקל איז צום טייל אױסגעפֿורעמעט געװאָרן פֿון זײַן חבֿרשאַפֿט מיטן פֿאַרלײגער פֿונעם פֿאָרװערטס, אַב קאַהאַן. אויך האַפּגוד איז געװען אַ זשורנאַליסט — ער האָט געאַרבעט אַ שטיקל צײַט צוזאַמען מיט קאַהענען פֿאַר אַן ענגלישער צײַטונג אין ניו־יאָרק.
קאַהאַן האָט אינטים געקענט די איסט־סײַד (װאָס מען האָט אױך גערופֿן די „געטאָ,“ דעמאָלט אַ רעלאַטיװ נײטראַל װאָרט פֿאַר אַ האָמאָגענישער שטאָטישער געגנט). ער איז ערשט אָנגעקומען קײן ניו־יאָרק פֿון ליטע װי אַ יונגער מאַן, און די איסט־סײַד איז געװאָרן זײַן װעלט.
די דאָזיקע לעבעדיקע געגנט האָט קאַהאַן געװיזן זײַן חבֿר,האַפּגוד. קאַהאַן האָט געזאָגט אַז האַפּגוד איז געװען זײַן אײנציקער נישט־ייִדישער באַקאַנטער װאָס האָט ממש אָפּגעשאַצט דעם דינאַמישן גײַסט פֿון דער איסט־סײַד. לויט די הײַנטיקע סטאַנדאַרטן קלינגט עס אפֿשר ווי האַפּגוד האָט געקוקט אויף די ייִדן אַ ביסל אומדרך־ארצדיק — אָבער לױט קאַהאַנען איז ער געװען אַ זעלטענער און טײַערער פֿרײַנד פֿון די ייִדן.
האַפּגוד שילדערט אַ ברײטע גאַמע קולטורעלע אַקטיװיטעטן אױף דער איסט־סײַד. װי אַ שרײַבער האָט ער בדרך־הטבֿע געהאַט אַן אינטערעס צו אַנדערע שרײַבער, ווי למשל דעם „דיכטער פֿון די סװעטשעפּער“ — מאָריס ראָזענפֿעלד. טױזנטער ייִדן האָבן געאַרבעט אין די דאָזיקע באַקלײד־װאַרשטאַטן אין זײער שװערע באַדינגונגען. ראָזענפֿעלדס מעלאַנכאָלישע ייִדישע לידער װעגן די ליידן פֿון די אַרבעטער בלײַבן רירנדיק ביז הײַנט.
ספּעציעל פֿאַרכאַפּנדיק איז האַפּגודס באַריכט פֿון זײַן װיזיט מיטן ייִדישן פֿאָלקספּאָעט און זינגער, אליקום צונזער. אויף דער עלטער האָט צונזער געוווינט אױף דער איסט־סײַד, װוּ ער האָט געאַרבעט װי אַ דרוקער. אָבער אין ליטע, פֿאַר זײַן עמיגראַציע קיין ניו־יאָרק, איז ער געװען באַרימט בײַ ייִדן װי אַ דיכטער און בדחן. מיליאָנען ייִדיש־רעדערס האָבן ליב געהאַט זײַנע געזאַנגען. האַפּגוד באַשרײַבט מיט געפֿיל װי צונזער האָט געזונגען פֿאַר אים.
האַפּגוד באַשרײַבט אויך באַריכות די דינאַמישע ייִדישע טעאַטערס װאָס האָבן דעמאָלט געבליט אױפֿן באַוערי. ער מאָלט אױס די פּערזענלעכקײטן פֿון לעגענדאַרישע אַקטיאָרן און אַקטריסעס װי יעקבֿ אַדלער, דוד קעסלער, באָריס טאָמאַשעװסקי, בערטאַ קאַליש און קעני ליפּצין. די „פּאַטריאָטן“ (אָנהענגערס) פֿון פֿאַרשײדענע אַקטיאָרן זײַנען געװען לײַדנשאַפֿטלעך און געטרײַ — זײ האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין באַזונערע קאַפֿעען כּדי צו לױבן זײערע העלדן. יונגע פֿרױען האָבן זיך פֿאַרליבט אינעם שײנעם טאָמאַשעװסקי.
דער עיקר איז רירנדיק צו לײענען װעגן די פּשוטע ייִדן װאָס זײַנען געגאַנגען זען די פּאָפּולערע מעלאָדראַמעס און אָפּערעטעס. זײ האָבן רעאַגירט אויף זיי מיט געלעכטער און געוויין, און טיף מיטגעפֿילט מיט די דראַמאַטישע מעשׂיות. בײַ דער הפֿסקה האָבן זײ געקױפֿט זיסװאַרג און זעלצער־װאַסער. ייִדן װאָס האָבן פֿאַרדינט צען דאָלאַר אַ װאָך האָבן אָפֿט באַצאָלט פֿינעף דאָלאַר פֿאַר טעאַטער־בילעטן און נאַשערײַ. פֿרײַטיק אין אָװנט איז אַלע מאָל געװען אױספֿאַרקױפֿט — אַפֿילו פֿרומע ייִדן זײַנען געקומען אין טעאַטער, כאָטש זײ האָבן זיך אַ ביסל געשעמט דערפֿון.
האַפּגודס בוך איז אָנגעפּיקעוועט מיט בילדער פֿון אַ יונגן קינסטלער, יעקבֿ עפּשטײן, וואָס האָט שפּעטער זיך אַריבערגעקליבן קײן ענגלאַנד און איז געװאָרן אַ באַרימטער סקולפּטאָר. אָבער צו 20 יאָר האָט ער געװױנט אױף דער איסט־סײַד. זײַן סטודיאָ איז געװען אױף העסטער־סטריט, און ער האָט יעדן טאָג געצײכנט די ייִדן אין די גאַסן. די דאָזיקע בילדער זאָגן עדות אױף אמתע מענטשן און די באַדינגונגען אין דער איסט סײַד, דורך די אױגן פֿון אַ ייִד װאָס איז דאָרט דערצויגן געוואָרן. אַזעלכע צײכענונגען זײַנען ממש אַן אוצר װאָס מען דאַרף אָנערקענען און אָפּשאַצן.
װי אַ צוקוקער איז האַפּגוד געװען אַ מענטש פֿון זײַן תּקופֿה. אַ מאָדערנער ייִדישער לײענער קען דערזען אין זײַן בוך סימנים פֿון „עקזאָטישקײט“ און פֿונאױבנאַראָפּ. נאָר אַ דאַנק זײַן חבֿרשאַפֿט מיט אַב קאַהאַנען, האָט ער אַנטדעקט אַ רײַכע און אייגנאַרטיקע װעלט אױף דער איסט־סײַד — און איז געװען גענוג אָפֿן זי צו דערשאַצן. ער האָט איבערגעלאָזט אַ מיטפֿיליקן פּאָרטרעט פֿון אַן אָפֿט פֿאַרהאַסט פֿאָלק, און אַרויסגעוויזן אַן אמתן חשק צו פֿאַרשטיין די ייִדן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO