Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי איך, אַ דאָקטער, און איר אַליין קענט העלפֿן אונדזערע אימיגראַנטןHow I, a physician, and you yourself can help our immigrants

אױב אימיגראַציע־פּאָליציאַנטן וועלן זיך באַווײַזן אויפֿן שוועל פֿון מײַן קליניק, װעל איך זיי נישט אַרײַנלאָזן אָן אַ יורידישן באַפֿעל.

האַלב פֿון מײַנע שעהען װי אַ דאָקטער אין אַ געזונט־קליניק גיב איך אָפּ פּאַציענטן אָן פֿאַרזיכערונג און אָן דאָקומענטן. סײַ איך, סײַ מײַנע קאָלעגעס, סײַ מײַנע פּאַציענטן זאָרגן זיך װעגן זײער גורל אונטער דער נײַער אַדמיניסטראַציע פֿון פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ. װי אַזױ רעאַגירן מיר אױף זײַנע פּלענער, און װאָס קען מען טאָן כּדי צו באַשיצן די אימיגראַנטן?

אױך פֿריִערדיקע פּרעזידענטן, אַרײַנגערעכנט באַראַק אָבאַמאַ און דזשאָו בײַדען, האָבן דעפּאָרטירט אימיגראַנטן און געפּרוּװט שטרענגער באַװאַכן די גרענעץ. בײַדען האָט אַפֿילו שטאַרק פֿאַרקלענערט די צאָל דערלױבטע אַפּליקאַציעס פֿאַר אַזיל. זײַנע באַמיִונגען האָבן אױסגעטראָגן פּירות (כאָטש פֿון אַן אַנטי־אימיגראַנטישן קוקװינקל): װײניקער מענטשן האָבן געפּרוּװט אַריבער די גרענעץ אין 2024 װי פֿריִער.

נישט געקוקט אױף דעם אַלעם, איז טראָמפּס אַדמיניסטראַציע אַנדערש פֿון די פֿריִערדיקע אױף באַטײַטיקע אופֿנים.

כאָטש טראָמפּ האָט שױן אַרױסגעלאָזט אַ צאָל עקזעקוטיװע באַפֿעלן, איז נישט קלאָר צי, און װי אַזױ, ער װעט דאָס אַלץ אַדורכפֿירן. צום בײַשפּיל, ער האָט געהײסן די אימיגראַציע־פּאָליצײ ICE צוריקציִען אַ מעמאָראַנדום (אָנװײַזונג) װאָס פֿאַרהאַלט זײ פֿון אַדורכפֿירן אַרעסט־אַקציעס אין סענסיטיװע ערטער װי קלױסטערס, שפּיטעלער, שולן און דאָס גלײַכן. ער האָט אױך אונטערגעשריבן אַזאַ באַפֿעל, װאָס װעט אַװעקנעמען דעם באַשיצטן סטאַטוס בײַ אַ צאָל אימיגראַנטן פֿון לענדער װי אַפֿגאַניסטאַן און אוקראַיִנע. דערצו, האָט ער געזאָגט אַז ער װעט אָפּשאַפֿן דאָס רעכט אױף בירגערשאַפֿט פֿון קינדער װאָס זײַנען געבױרן געװאָרן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן.

פֿון זאָגן װערט מען נישט טראָגן. קאָנסטיטוציאָנעלע רעכט װי געבױרן־בירגערשאַפֿט (עטאַבלירט מיטן 14טן אַמענדמענט פֿון דער קאָנסטיטוציע) קען מען נישט אָפּשאַפֿן מיט סתּם אַ פֿאַראָרדנונג. אַפֿילו דאָס אָפּשאַפֿן די באַשיצטע סטאַטוסן פֿון אימיגראַנטן אין געװיסע ערטער װעט מען זיכער פֿאַרקלאָגן אין געריכט.

די דאָזיקע פּרעזידענטישע אַקציעס זײַנען מיר אינעם קליניק נישט מסוגל אָפּצושאַפֿן, נאָר מיר באַטײליקן זיך אין אַ געזעלשאַפֿט װאָס קען רעאַגירן אױף אַזאַ אופֿן אָפּצולײקענען די לעגיטימקײט פֿון די דאָזיקע באַפֿעלן.

װי אַזױ טאָג אײַן טאָג אױס װעלן מיר, אין אונדזער אימיגראַנטן־קליניק, צוגײן צו אַזעלכע גזירות, לטובת אונדזערע פּאַצינענטן? אין אַ פּאַניק טאָר מען נישט אַרײַנפֿאַלן. איך לײקן נישט אָפּ די ערנסטקײט פֿונעם מאָמענט פֿאַר אונדזערע אימיגראַנטן־פּאַציענטן און אַרבעטער, נאָר ס׳איז אין גאַנצן נישט נוצלעך צו שלאָגן אַ פֿאַלשן אַלאַרעם בײַ יעדער געלעגנהײט.

פֿאַראַן פֿאַרשײדענע מינים פֿעדעראַלע פּאָליצײ, און מע קען זיך ריכטן אַז אַלע װעלן זײַן װײניקער באַגרענעצט פֿון דער דאָזיקער אַדמיניסטראַציע. אַפֿילו אין דעם פֿאַל, איז אײן טיפּ פּאָליצײ נישט די זעלבע װי אַ צװײטע, און נישט יעדער אַקציע קעגן אימיגראַנטן איז די זעלבע. אױך נישט יעדע שמועה װאָס מע הערט װעגן „אײַס“ איז באַרעכטיקט אָדער אמת.

אױב מע װיל טאַקע אַרױסהעלפֿן אימיגראַנטן דאַרף מען אױך געדענקען אַז ס׳רובֿ פֿון זיי װילן האַלטן זייער בירגערשאַפֿט־סטאַטוסן פּריװאַט. אין דער עפֿנטלעכקײט איז נישט נוצלעך צו פֿרעגן סתּם אַ יחיד אין דער װעלט אַרײַן צי מע האָט דאָקומענטן. דאָס דאַרפֿן מיר, געזונט־אַרבעטערס, אױך געדענקען. אין מעדיצינישן רעקאָרד קען זײַן געפֿערלעך צו פֿאַרצײכענען אַז אַ געװיסער פּאַציענט איז אָן דאָקומענטן. מע דאַרף זיך באַגרענעצן צו די ידיעות װאָס זײַנען קליניש װיכטיק, למשל, אַז בײַ עפּעס אַ מענטש פֿעלט פֿאַרזיכערונג.

די װיכטיקײט פֿון דער פּריװאַטער ספֿערע איז אױך ניצלעך צו געדענקען אין אַנדערע שײַכותן. אַ סך אַרבעטערס און אַנשטאַלטן, אַרײַנגערעכנט געזונט־אַנשטאַלטן, האָבן מורא טאָמער װעט זיך באַװײַזן „אײַס“ אין אַן אַרבעטפּלאַץ. אױב די אימיגראַציע־פּאָליצײ באַװײַזט זיך אין אַ העלן טאָג בײַ מײַן קליניק, װעל איך זײ נישט אַרײַנלאָזן אָן אַ יורידישן באַפֿעל. (ס׳איז כּדאַי אַרױסצוהײבן דעם אונטערשײד צװישן אַן „אײַס“־באַפֿעל און אַ יורידישן באַפֿעל אונטערגעשריבן פֿון אַ ריכטער. בלױז דער צװײטער איז אַ גרונט אַרײַנצולאָזן אַן „אײַס“־פּאָליציאַנט.) פֿאַרשטײט זיך, אױב דער פּאָליציאַנט, אַ באַװאָפֿנטער באַאַמטער פֿון דער מלוכה, װיל נישט פֿאָלגן, װעל איך לאַנג נישט קענען זיך אַנטקעגנשטעלן.

אין קליניק אַלײן פּרוּװן מיר פֿאַרזיכערן אונדזערע פּאַצינעטן וואָס זענען אימיגראַנטן, אַז נישט געקוקט אױף דער אָנגעשטרענגטער אַטמאָספֿערע, װעלן מיר זיך באַמיִען זײ צו העלפֿן. מיט דער פּאָליצײ װעלן מיר נישט צוזאַמענאַרבעטן, סײַדן, װי געזאָגט, ווען מיר זעען בײַ זיי אַן אונטערגעשריבענעם יורידישן באַפֿעל. מיר װעלן אױך דאַרפֿן אײַנזען אַז װען אַ פּאַציענט איז אונטער אַ לעגאַלן דרוק, איז נאָך שװערער נאָכצוקומען די עצות פֿון אַ דאָקטער צי אַ קראַנקן־שװעסטער, און מע דאַרף אַזאַ מענטש נאָך מער אַנטקעגנקומען מיט נײטיקע הילפֿסמיטלען.

אָפֿט מאָל, למשל, פֿאָדערן אַפּטײקן אידענטיפֿיקאַציע אַפֿילו פֿאַר מעדיקאַמענטן װאָס זײַנען נישט לעגאַל קאָנטראָלירט, װאָס דאָס קען אַװדאי אָנװאַרפֿן אַ שרעק אױף מענטשן אָן דאָקומענטן. װעלן מיר אַ מאָל דאַרפֿן זיך פֿאַרשטענדיקן מיט די אַפּטייקער כּדי אַראָפּצונעמען די שטרױכלשטײנער פֿון װעג.)

אַז מע אַרבעט נישט אין אַ געזונט־אַנשטאַלט, אָדער מע האָט װײניק צו טאָן מיט אימיגראַנטן, װאָס קען מען טאָן אױף אַ קאָנקרעטן אופֿן טאָג אײַן טאָג אױס כּדי אַרױסצוהעלפֿן אימיגראַנטן פֿון אַזאַ קלעם?

  • מע קען זיך אָנבאָטן צו העלפֿן אַ היגע אָרגאַניזאַציע װאָס העלפֿט אַרױס אימיגראַנטן און איז זיך משתּדל זײ צו העלפֿן אין דער אָרטיקער רעגירונג. אין מערילאַנד הײסט די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע „קאַסאַ“, אין ניו־יאָרק איז פֿאַראַן די „ניו־יאָרקער אימיגראַציע־קאָאַליציע“. אַן אָנגעזעענע נאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע געשאַפֿן פֿון ייִדן, און מיט אַ נאָענטער היסטאָרישער פֿאַרבינדונג צום „פֿאָרװערטס“, איז הײַאַס.
  • מע קען שטיצן אָרטיקע געזעץ־פּראָיעקן צו באַשיצן און שטיצן אימיגראַנטן קעגן אָבלאַװעס פֿון פּאָליצײ און אימיגראַציע־אַגענטן.
  • אַזױ װי אַ סך אימיגראַנטן זײַנען אָרעמע־לײַט, קען מען העלפֿן אַנשטאַלטן אין אײַער געגנט וואָס העלפֿן די נויט־באַדערפֿטיקע קריגן שפּײַז, קלײדער און אַ דאַך איבערן קאָפּ; למשל, גאָרקיכן און צדקה־אָרגאַניזאַציעס.

לסוף, איז כּדאַי צו דערמאָנען אַז שפּראַך און רעטאָריק זײַנען אױך װיכטיק. אַפֿילו אויב מע האַלט מיט טראָמפּס אימיגראַציע־פּאָליטיק, דאַרף מען פֿאַרשטײן אַז אַ סך ערטער װוּ מע פֿאַרברענגט צײַט יעדן טאָג ווי קאַפֿעען, רעסטאָראַנען, שילן, שולן און קראָמען אַלערלײ, װערן אַדורכגעפֿירט, גערײניקט, און גענוצט פֿון מענטשן װאָס ווערן זייער ווייניק באַצאָלט און דאַרפֿן דערווײַל בלײַבן אין שאָטן, טאָמער װעט מען זײ דעפּאָרטירן.

מיטגעפֿיל איז אפֿשר נישט קײן פֿולשטענדיקע לײזונג, נאָר ס׳איז זיכער אַ געוווּנטשענער מיטל קעגן גלײַכגילט און אַכזריות.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
    You must comply with the following:

    • Credit the Forward
    • Retain our pixel
    • Preserve our canonical link in Google search
    • Add a noindex tag in Google search

    See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.