Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איך פֿאָר קיין צורוגאַ, יאַפּאַן, וווּ מײַן טאַטע האָט זיך געראַטעוועט פֿון די נאַציסI travel to Tsuruga, Japan, where my father was saved from the Nazis

אַן אָרטיקער מוזיי גיט איבער רירנדיקע זכרונות פֿון יענע יאָרן מצד די ייִדישע פּליטים און יאַפּאַנישע אײַנוווינער

נישט אָפֿט טרעפֿט מען זיך אָן אויף אַ מוזיי וואָס שפּיגלט אָפּ די אייגענע געשיכטע. אָבער אַזוי איז לעצטנס טאַקע געשען ווען מײַן מאַן, סענדי קעסלער, און איך זײַנען געפֿאָרן ממש אין עק וועלט —  קיין צורוגאַ, יאַפּאַן, אַ קליינע שטאָט פֿון אַ 67,000 מענטשן, צו זען דעם מוזיי „פּאָרט אָוו היומאַניטי“ (פּאָרט פֿון מענטשלעכקייט).

דער מוזיי גיט זיך אָפּ מיט צוויי גרופּעס פּליטים: די ערשטע באַשטייט פֿון 763 פּוילישע יתומים וועמענס עלטערן, ס׳רובֿ פֿון זיי — פּאָליטישע אַרעסטאַנטן, וואָס זײַנען פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סיביר אין דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה און דעם רוסישן ציווילן קריג און דאָרטן אומגעקומען. די יתומים זײַנען געבראַכט געוואָרן קיין יאַפּאַן דורך צורוגאַ, און פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס, ס׳רובֿ קריסטלעכע, האָבן זיי געהאָלפֿן, ביז מע האָט די קינדער געקענט צוריקשיקן קיין פּוילן.

די צווייטע גרופּע איז באַשטאַנען פֿון די ייִדישע פּליטים פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס האָבן געקראָגן טראַנזיט־וויזעס פֿון דעם יאַפּאַנישן קאָנסול טשיונע סוגיהאַראַ אין קאָוונע, ליטע אין 1940. ווי ס׳איז שוין גוט באַקאַנט האָט סוגיהאַראַ אויסגעטיילט 2,139 וויזעס און דערמיט געראַטעוועט מער ווי 4,500 ייִדן (איין וויזע אַ משפּחה). סוגיהאַראַ איז ניט באַלוינט געוואָרן פֿאַר זײַן גוטסקייט. פֿאַרקערט — ער האָט פֿאַרלוירן זײַן דיפּלאָמאַטישן פּאָסטן ווײַל ער האָט זיך געפֿירט קעגן די אינטערעסן און די באַפֿעלן פֿון זײַן רעגירונג. ווי אַ פּועל־יוצא האָט ער אויסגעלעבט זײַנע יאָרן אין רעלאַטיוו אומבאַקאַנטקייט, און אַפֿילו אַ פֿאַרשטויסענער פֿון דער געזעלשאַפֿט.

ערשט אין 1968 האָט איינער פֿון די וועמען ער האָט געראַטעוועט, יהושע נשרי, דער דעמאָלטיקער ישׂראלדיקער עקאָנאָמישער אַטאַשע קיין יאַפּאַן, אים אויסגעזוכט און געזען אַז ער זאָל באַקומען די געהעריקע אָנערקענונג און כּבֿוד. זינט 1985 געפֿינט זיך סוגיהאַראַס נאָמען צווישן די חסידי־אומות־העולם אין יד־ושם אין ירושלים. סע האָט גענומען לענגער ביז זײַן אייגן לאַנד האָט אים אָנערקענט אָבער איצט זײַנען דאָ צוויי מוזייען לכּבֿוד אים: דער עלטערער, וואָס געפֿינט זיך אין יאָו־צו, נישט ווײַט פֿון זײַן געבוירן־אָרט, גיט זיך אָפּ דער עיקר מיט אים און זײַן העלדישקייט. דער צווייטער, אין צורוגאַ, גיט זיך אָפּ סײַ מיט אים סײַ מיט די פּליטים וועמען ער האָט געראַטעוועט.

 די דירעקטאָרן פֿונעם מוזיי ווילן טאַקע וויסן וואָס איז געוואָרן פֿון די וואָס האָבן געשטעלט די ערשטע טריט צו אַ נײַ לעבן אין צורוגאַ. דער טאַטע מײַנער, מאיר צוקער, איז געווען פֿון די בעלי־מזל וואָס האָבן באַקומען אַ טראַנזיט־וויזע פֿון סוגיהאַראַן. נאָך אַ לאַנגער נסיעה פֿון מאָסקווע קיין וולאַדיוואָסטאָק, און דערנאָך 36 שעה אין דער פֿראַכטשיף „יאַמאַ מאַטאַמאָרי“, איז ער דעם 13טן פֿעברואַר 1941 אָנגעקומען אין צורוגאַ מיט אַן ערך נאָך 340 פּליטים. אין זײַנע זכרונות, וואָס איך האָב פֿאַרשריבן בײַ אים האַרט פֿאַר זײַט טויט אין 1987 און שפּעטער איבערגעזעצט אויף ענגליש, האָט ער דערציילט וועגן זײַן אָנקומען קיין צורוגאַ. דאָרטן זעט מען אַז צורוגאַ איז בײַ אים בפֿירוש נישט געווען „עק וועלט“, נאָר דער טויער צום לעבן.

„מיר האָבן געוווּסט אַז מיר דערנעענטערן זיך צו יאַפּאַן, דערנאָך וועלן מיר דורכפֿאָרן קיין צורוגאַ, צווישן די בערג. . . . די שיף האָט געגעבן אַ פֿאָר אַרײַן, עפּעס אַ ליכטיקייט, אַ שיינקייט. כ׳האָב געזען די הײַזער, אַזעלכע קליינטשיקע. צו ערשט האָט עס געמאַכט אַן אײַנדרוק, מע זעט קינדער, קינדערישע הײַזלעך פֿון דער ווײַטנס. ס׳איז נישטאָ קיין קוימענס. הײַזלעך, גרינקייט, אַזאַ שיינקייט, נישטאָ קיין פֿראָסט. שטעל זיך פֿאָר פֿון וואַנען מיר זײַנען געקומען: אַ פֿינצטערקייט, אין וולאַדיוואָסטאָק איז געווען פֿאַרכמורעט, בלאָטע (די בלאָטע איז געווען פֿאַרפֿרוירן). דאָ איז געווען אַזאַ ליכטיקייט, מיר האָבן נישט געקענט גלייבן. צי איז דאָס אַ פֿאַנטאַזיע, צי איז דאָס טאַקע אַ ווירקלעך אָרט?“

מײַן טאַטע פֿיגורירט דערווײַל נישט אין דעם מוזיי אָבער פֿון דעסט וועגן האָט מען אונדז אויפֿגענומען ווי חשובֿע געסט. אַזוי ווי דער פּליטים־דור איז כּמעט ווי נישטאָ באַציט מען זיך צו מענטשן פֿון מײַן דור מיט גרויס כּבֿוד. ס׳איז גראָד געווען אַ גרופּע סטודענטן וואָס לערנען זיך ווי צו ווערן וועגווײַזערס אין מוזיי. דער דירעקטאָר, אַקינאָראי אישיקאַוואַ, האָט זיי צונויפֿגעזאַמלט אין אַ צימער, זיי זאָלן מיך קענען שטעלן פֿראַגעס. זײ האָבן מיך געפֿרעגט וואָס מײַן טאַטנס אײַנדרוקן זײַנען געווען וועגן יאַפּאַן. צום גליק, נישט געקוקט אויף דעם וואָס יאַפּאַן איז געווען אַליִיִרט מיט היטלערן, האָב איך זיי געקענט זאָגן אַז מײַן טאַטע האָט זייער ליב געהאַט יאַפּאַן, צום טייל צוליב דער שיינקייט פֿון לאַנד, צום טייל ווײַל יאַפּאַן האָט אים געגעבן א מקום־מיקלט ווען קיין שום אַנדער לאַנד אויף דער וועלט איז נישט געווען גרייט דאָס צו טאָן.

אינעם מוזיי האָבן מיר געלייענט און דורך אוידיאָ־מכשירים געהערט ענלעכע געפֿילן פֿון די ניצול־געוואָרענע וואָס פֿיגורירן אין דער אויסשטעלונג. צווישן זיי זײַנען געווען עטלעכע וואָס זענען מיר פּערזענלעך באַקאַנט ווי מאַשע לעאָן, די געוועזענע מיטאַרבעטערין בײַם ענגלישן פֿאָרוואַרד, און לייבל מעלאַמעד, אַ באַוווּסטער נאָמען אין דער וועלט פֿון פֿינאַנצן און אַ ליבהאָבער און שטיצער פֿון ייִדיש. זיי האָבן דערציילט זייערע זכרונות ווי קינדער אין קאָבע און האָבן אויסגעדריקט זייער אומבאַגרענעצטן דאַנק צו יאַפּאַן, דאָס לאַנד וואָס האָט זיי געראַטעוועט.

מיר איז צום אינטערעסאַנטסטן אָבער געווען די עקראַנען מיט די זכרונות פֿון די אײַנוווינערס פֿון צורוגאַ ווײַל דאָס לייענט מען נישט אין קיין ייִדישע מקורים. אַזוי ווי צורוגאַ איז געווען אַ פּאָרטשטעטל איז מען געווען צוגעוווינט צו זען אויסלענדער, אָבער פֿון דעסט וועגן איז דאָס אָנקומען פֿון די ייִדישע פּליטים געווען אַנדערש, און האָט געמאַכט אַ טיפֿן רושם אויף די צורוגער. איינע באַשרײַבט ווי איר מאַמע האָט זי בכּיוון מיטגענומען באַגריסן די פּליטים בײַם האַוון. זי שרײַבט: „איך בין דעמאָלט געווען צען יאָר אַלט, מײַן מאַמע האָט געקוקט אין צײַטונג און איז געווען אינטערעסירט צו לייענען אַז הונדערטער ייִדישע פּליטים וועלן אָנקומען אין צורוגאַ־פּאָרט. באַלד נאָך נײַ יאָר 1941 האָט די מאַמע געזאָגט אַז זי וויל גיין באַגריסן די ייִדן און איך בין מיט איר געגאַנגען, שפּאַצירנדיק אין אַ זאַווערוכע פֿון דער היים צום האַוון. אויף די ציגלנע סקלאַדן בײַם האַוון זײַנען געווען שילדן מיט די ווערטער „אַרײַנגאַנג פֿאַרווערט“ און אויך אַ וועכטער בײַם טויער. מײַן מאַמע איז צוגעגאַנגען צום געפּלעפֿטן וועכטער און געזאָגט אַז זי איז געקומען אָפּוואַרטן די ייִדן. איך ווייס ניט צי ער האָט זיך געחידושט אויף איר פֿאַרן אַרויסשלעפּן איר קינד אין אַזא זאַווערוכע צי ווײַל זי האָט געוואָלט באַגעגענען די פּליטים. אַזוי צי אַזוי האָט דער וועכטער אונדז אַרײַנגעלאָזט און צוגעפֿירט צו דער שיף.

„די פּליטים האָבן זייער לעבעדיק גערעדט. אַ צאָל מענטשן אויפֿן דעק האָבן אונדז באַמערקט און געשמייכלט און געפֿאָכעט מיט דער האַנט. ווען איך קוק צוריק אויף דער דערמאָנוג פֿון די קינדער־יאָרן, גלייב איך אַז דאָס איז געווען דער גרעסטער און בעסטער שמייכל וואָס איך האָב אַ מאָל געזען. מיר זײַנען געווען די איינציקע מענטשן בײַם האַוון און מיר וועלן שטענדיק געדענקען דעם טאָג מיט וואַרעמקייט.“

גאַנץ מעגלעך אַז פֿאַר מענטשן אין יאַפּאַן דעמאָלט, ספּעציעל די קינדער, איז דאָס געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס זיי האָבן געזען אַ ייִד פֿאַר די אויגן און דער ערשטער אַרײַנבליק אין דעם לעבן פֿון ייִדן און אין דער מלחמה אין אייראָפּע. איינער האָט באַשריבן זײַנע אײַנדרוקן ווען ער האָט, ווי אַ קינד אין דריטן קלאַס, געזען אַ גרופּע פֿינף אָדער זעקס אויסלענדער: „איך האָב נישט געוווּסט ווער זיי זײַנען און ס׳איז געווען שווער צו וויסן זייער עלטער אָדער סאָציאַלן סטאַטוס לויט זײערע קליידער. אַ דערוואַקסענער האָט מיר דערציילט אַז זיי זײַנען אַ פֿאָלק אָן אַ לאַנד, אַ פֿאָלק וואָס הייסט ׳ייִדן׳.“

ס’איז דאָ אַ שיינע מעשׂה וועגן דעם „עפּל־ייִנגל“, וואָס פֿלעגט קומען צום פּאָרט און צעטיילן עפּל צו די פּליטים. אַ ייִנגל שרײַבט מיט שטאָלץ אַז דאָס איז געווען זײַן עלטערער ברודער און אַז זייער טאַטע האָט געהאַנדלט מיט פֿרוכט און מיט גרינסן. דער טאַטע פֿלעגט אָפֿט פֿאָרן הין־און־צוריק פֿון צורוגאַ קיין וולאַדיוואָסטאָק און האָט דעריבער געוווּסט וועגן דער טרויעריקער מערכה פֿון די ייִדן. ער האָט פֿירגעלייגט אַז מײַן ברודער זאָל נעמען אַ קויש פֿרוכט און דאָס צעטיילן צווישן די אימיגראַנטן.

נישט אַלץ וואָס מע האָט זיך דערמאָנט איז אָבער געווען אַזוי פּאָזיטיוו. איינער געדענקט ווי די ייִדן וואָס זײַנען אַראָפּ פֿון די שיפֿן פֿלעגן קומען צו זײַן טאַטנס זייגער־און צירונג־געשעפֿט און פֿאַרקויפֿן זייערע זאַכן כּדי צו קענען קויפֿן אַ מאָלצײַט. צום סוף גיט ער צו: „איך געדענק ווי דערוואַקסענע ייִדן האָבן געגעסן עפּל בשעת זיי זײַנען געגאַנגען אין גאַס און האָבן זיך געטיילט מיט די עפּל. אין יענע צײַטן האָט מען באַטראַכט דאָס עסן אין גאַס, ספּעציעל בשעת מע האָט שפּאַצירט, ווי זייער אומהעפֿלעך. דער טאַטע און איך האָבן געוווּסט אַז די פֿרעמדע וואָס קומען אַרײַן אין געשעפֿט זײַנען ייִדן.“

איינער, וועמענס עלטערן האָבן געהאַט אַ ווײַנגעשעפֿט און געהאַנדלט מיט בראָנפֿן, דערציילט אַז ווען אַ גרופּע פּליטים איז אָנגעקומען, האָט די מאַמע פֿאַרשלאָסן דאָס געשעפֿט ווײַל זי האָט מורא געהאַט אַז די ייִדן וועלן אַרײַן אין קלייטל. אַ ציוויל באַקליידטער דעטעקטיוו איז שפּעטער געקומען און זי אויסגעפֿרעגט וועגן וואָס זיי האָבן געקויפֿט און וואָס זיי האָבן געזאָגט.

צוויי עדות האָבן דערציילט ווי מע האָט פֿאַרמאַכט די עפֿנטלעכע באָד אויף אַ טאָג און געלאָזט די ייִדן אַרײַנקומען אומזיסט. „נאָך דעם ווי די פֿרעמדע האָבן זיך געבאָדן, איז די באָד געווען זייער שמוציק און אומאײַנגענעם און מיר האָבן געדאַרפֿט גיין אַ היפּשן מהלך צו אַן אַנדער באָד.“

קיין אמתע מגע־ומשׂא צווישן ייִדן און יאַפּאַנער אין צורוגאַ איז מסתּמא נישט געווען. די צײַט איז געווען צו קורץ. צי מײַן טאַטע איז געווען צווישן די וואָס האָבן געגעסן אַן עפּל גייענדיק אין גאַס, פֿאַרקויפֿט זײַן זייגער, געוואָלט קויפֿן אַ ביסל בראָנפֿן, געגאַנגען אין באָד אָדער געשמייכלט צו דער פֿרוי אין דער זאַווערוכע, וועל איך קיין מאָל נישט וויסן.

איך וועל יאָ וויסן אַז אַ דאַנק יאַפּאַן איז ער געבליבן לעבן און אַז אַ דאַנק יאַפּאַן בין איך דאָ אויף דער וועלט.

פֿאַר אונדזער געזעגענונג האָב איך געשאָנקען אַקינאָרין אַן עקזעמפּלאַר פֿון דעם טאַטנס זכרונות אויף ענגליש, און אים געפֿרעגט אויב דאָס ביכל וועט אויך אויסגעשטעלט ווערן אין אַ וויטרינע צוזאַמען מיט די אַנדערע ביכער פֿון די ניצול־געוואָרענע. האָט ער געשמייכלט און געזאָגט: „אַוודאי.“

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
    You must comply with the following:

    • Credit the Forward
    • Retain our pixel
    • Preserve our canonical link in Google search
    • Add a noindex tag in Google search

    See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.