Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַן אייגנאַרטיקע פּאָעזיע־פֿאַרזאַמלונג פֿון מער ווי 100 קאַובויסA unique poetry gathering of over 100 cowboys

דאָס געשעעניש האָט געשפּרודלט מיטן פֿילפֿאַרביקן לשון פֿון די װאָס באַשעפֿטיקן זיך מיטן אַלטן לעבן־שטײגער פֿון פּאַשען בהמות

ווען מע טראַכט וועגן אַן אַמעריקאַנער קאַובוי שטעלט מען זיך געוויינטלעך פֿאָר ווי ער רײַט אויף אַ פֿערד אין די פֿרײַע פֿעלדער, אָדער ווי ער שטייט מיט אַ פּיסטויל גרייט צו פֿאַרטיידיקן אומבאַשיצטע אײַנוווינער פֿון אַ באַנדע רוצחים.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן אָבער מער ווי 100 קאַובויס זיך פֿאַרזאַמלט כּדי צו טאָן עפּעס גאָר אַנדערשס: פֿאָרלייענען לידער וואָס זיי האָבן אַליין אָנגעשריבן.

יעדעס יאָר זינט 1985 טרעפֿן זיך הונדערטער קאַובויס אויף אַ פֿעסטיוואַל אינעם שטעטל עלקאָ, נעוואַדע, כּדי פֿאָרצולייענען זייערע לידער איינער צום צווייטן און אױף דער בינע אין אינטימע אױסשטעלונגען. די נײַע לידער װאָס זײ האָבן פֿאַרפֿאַסט באַנײַען אַן אַלטן סטיל װאָס איז אַריבערגעגאַנגען פֿון דור צו דור אינעם װײַטן מערבֿ פֿון אַמעריקע. דעם קאַובױס פּאָעטישער נוסח איז אַ פֿאַרשידנאַרטיקער, כאָטש בדרך־כּלל בעל־פּה און ליריש. ער שפּרודלט מיט די פֿילפֿאַרביקע אױסדרוקן און אידיאָמען פֿונעם רײַכן ענגליש־דיאַלעקט פֿון די װאָס באַשעפֿטיקן זיך טאָגטעגלעך מיטן אוראַלטן לעבנשטײגער פֿון פּאַשען בהמות.

װי באַלד אַז דער מין מענטש האָט געפּאַשעט און נאָענט געלעבט מיט בעלי-חיים נאָך פֿאַרן אױפֿקום פֿון דער אַגריקולטור, איז ניט קײן חידוש אַז די געשטאַלט פֿונעם פּאַסטעך זאָל זײַן אַזוי אוניװערסאַל פֿאַרשפּרײט אין דער סימבאָלישער לעקסיק פֿון דער גאָרער װעלט. דער אַמעריקאַנער קאַובױ איז דער סאַמע בעסטער באַקאַנט צװישן זײ, אפֿשר צוליב זײַן שײַכות מיט די דראַמאַטישע, העלדישע לאַנדשאַפֿטן פֿון די מערבֿדיקע פּרעריס אין אַמעריקע, און טײלװײַז װי אַ פּועל־⁠יוצא פֿון דער ריזיקער קאַובױ־פֿילם־אינדוסטריע במשך פֿון די 1950ער יאָרן.

ווי אַ סימבאָל פֿון פֿרײַהײַט, אומאָפּהענגיקײט, חוצפּה, און האַרטנעקיקײט, האָט דער אימאַזש פֿונעם אַמעריקאַנער קאַובױ זיך אײַנגעװאָרצלט און זיך געמאַכט הײמיש אין אַלערלײ קולטורעלע סבֿיבֿות. דערפֿאַר איז עס געװאָרן אַ רעלאַטיװ זעלטענע זאַך אַז די װאָס שטעלן זיך פֿאָר װי קאַובױס און באַזינגען דעם פּראַכט פֿונעם פּרערי זאָלן זײַן אױף אַן אמת מיטגלידער פֿון אָט דער סאָציאַלער גרופּע.

אין עלקאָ, נעװאַדע איז אָבער ניט אַזױ. דאָ האָט דער „צענטער פֿונעם מערבֿדיקן פֿאָלקלאָר“ זיך שטאַרק באַמיט במשך פֿון צענדליקער יאָרן, דער פֿעסטיװאַל זאָל זײַן ניט נאָר אַ פֿײַערונג פֿונעם קאַובױ, נאָר אַ װיכטיקער קולטורעלער רעסורס פֿאַר די קאַובױס און די ראַנטש־משפּחות אַלײן. דערפֿאַר קומט עס פֿאָר אין סוף־יאַנואַר, אַ צײַט װען עס קער זײַן ביטער קאַלט און שניייִק אין נעװאַדע. כאָטש געוויינטלעך וואָלט מען געוואָלט אויסמײַדן אַזאַ װעטער ווען מע פּלאַנירט אַ פֿעסטיװאַל, איז דאָס פֿאָרט אַ צײַט װען די ראַנטש־משפּחות האָבן אַ קלײנע הפֿסקה אינעם יאָרלעכן ציקל פֿון האָראָװאַניע.

ס׳איז אויך אַ געלעגענהײט צו פֿאָרן הונדערטער מײַל פֿון די דערפֿישע שטחים אין אָרעגאָן, קאַליפֿאָרניע, ניו־מעקסיקע, װײַאָמינג און אַנדערע מערבֿ־שטאַטן צו פֿאַרברענגען מיט אַנדערע מענטשן פֿון דער זעלבער בראַנזשע. און עס פֿאַרזאַמלט זיך טאַקע יעדעס יאָר אַ לײַטישער עולם — טױזנטער קאַובױס, ראַנטשערס, ערדאַרבעטער און סתּם בעלי־מלאָכות. אַלע לאָזן אָפּ זייערע פֿערד און שעפּסן אױף זעקס טעג כּדי זיך צו פֿאַרטיפֿן אין פּאָעזיע, מוזיק, האַנטװערק, קאָכן און קולטור.

ס’איז ניט קײן קלײניקײט װאָס אַזױ פֿיל איבערגעגעבענע, האָרעפּאַשנע ראַנטשערס זאָלן פֿאַרלאָזן זייערע סטאַדעס, אַפֿילו אױף אַ װאָך צײַט. זינט קדמנים אָן איז די פּרנסה פֿון אַ קאַובוי ניט געװען קײן גרינגע, און הײַנט, נעמענדיק אין באַטראַכט דעם עקאָנאָמישן דרוק פֿון די גרױסע קאָרפּאָראַציעס און דער טריקעניש װאָס שטאַמט פֿון גרעסערע קלימאַט־בײַטן — איז דאָס לעבן פֿון אַ קאַובוי נאָך שװערער.

אָבער דאָס װאָס זײ פֿאַרלאָזן נישט דאָס קאַובוי־לעבן זאָגט עדות צו דער דרינגענדיקער װיכטיקײט פֿון אַ יערלעכן צוזאַמענפֿאָר. אין עלקאָ  באַנײַט זיך יעדעס יאָר די קאַובױ־קולטור, צוזאַמען מיט די װערטן װאָס זײַנען דער יסוד פֿאַרן קאַובױס קיום אַנטקעגן די גרױסע פֿאָדערונגען פֿונעם הײַנטיקן טאָג. דער צוזאַמענטרעף דינט ווי אַ מיטל פֿאַרן איבערגעבן די קאַובוי־קולטור און אידענטיטעט צום ייִנגערן דור, ווי אויך צו סתּם מענטשן וואָס פֿאַראינטערעסירן זיך אין דעם.

און כאָטש אַ סך עלעמענטן פֿונעם ראַנטשערס לעבן בײַטן זיך זײער פּאַמעלעך — ווי למשל דאָס צוזאַמענלעבן מיט דער נאַטור און מיטן ציקל פֿון די חיות — קען מען קלאָר זען אין עלקאָ אַז די קולטור בײַט זיך יאָ פֿון דור צו דור. יעדעס יאָר באַמיט זיך דער „צענטער פֿונעם מערבֿדיקן פֿאָלקלאָר“ צו שאַפֿן אַלץ מער פּלאַץ פֿאַר די קאַובױיִשע קולות װאָס מען האָט היסטאָריש צו װײניק אָנאַרקענט —  פֿרױען, שפּאַניש־רעדנדיקע קאַובױס, אַפֿראָ־אַמעריקאַנער קאַובױס, און פֿון די עלטסט־געזעסענע שבֿטים װאָס האָבן אַלעמאָל געשפּילט אַזאַ װיכטיקע ראָלע אין דער קולטור פֿונעם פּרערי.

בײַ לערע מאַנסאַנאַרעס, אַ זינגערין פֿון שפּאַנישע, ענגלישע און צװײשפּראַכיקע קאַובױ-לידער, איז דאָס געווען דאָס דריטע מאָל וואָס זי קומט אויפֿן צוזאַמענפֿאָר פֿאָרשטעלן אירע לידער. לערע, וואָס וווינט אין אַלבערקערקי, ניו־מעקסיקאָ, איז אַ בײַשפּיל פֿון עמעצן פֿונעם יונגן דור וואָס גיט איבער די טראַדיציעס און איבערלעבונגען פֿונעם ראַנטש־לעבן אויף אַ באַטײַטיקן אופֿן. אַ טאָכטער פֿון אַ משפּחה װאָס פּאַשעט שעפּסן צופֿוסנס פֿון די סאַן הואַן בערג אין צפֿון ניו־מעקסיקאָ, האָט לערע יעדן פֿרילינג, זינט די קינדעריאָרן, געהאָלפֿן די עלטערן אַריבערצופֿירן אַ סטאַדע פֿון בערך טויזנט שעפּסן פֿון דער װילדערניש אין די בערג װוּ זײ פֿיטערן זיך זומערצײַט, אַראָפּ אין די פֿעלדער און טעלער װוּ זײ פֿיטערן בשעת דעם זומער.

אַ מאָל, נאָך דעם ווי די שעפּסן זײַנען שױן אַראָפּגעקומען, שערט מען זײ אָפּ און פֿונעם װאָל שפּינט די משפּחה גאַרן. דערנאָך פֿונעם גאַרן װעבט לערע צונויף פּרעכטיקע טראַדיציאָנעלע טעפּעכער.

װען לערע שאַפֿט לידער און פּאָעזיע, װעבט זי זײ אױס מיט װערטער װאָס ברענגען מיט אַ טעם פֿון די שנײיִקע בערג, פֿון די פֿרילינג־גראָזן װאָס זי האָט דערשמעקט רײַטנדיק אױף אַ פֿערד מיט דער סטאַדע, און פֿון איר טיפֿער פֿאַרבינדונג מיט דער קולטור פֿון צפֿון ניו־מעקסיקאָ.

אין אײנעם פֿון די הױפּט־קאָנצערטן הײַיאָר אין עלקאָ, האָט לערע זיך פֿאָרגעשטעלט צוזאַמען מיט נאָך דרײַ קאַובױ־פּאָעטעסעס. ספּעציעל רירנדיק איז געװען אַ מאָמענט װען זי האָט אַװעקגעלײגט די גיטאַרע כּדי צו זינגען פֿרײַ, אָן באַגלײטונג, אַזוי װי שפּאַנישע פֿרױען האָבן געזונגען אין דער הײם אין אַמאָליקע צײַטן.

דאָס ליד איז געווען „די אינדיטאַ פֿון פּלאַסידאַ ראָמעראָ“.  אַן „אינדיטאַ“ אין דער טראַדיציע פֿון דער שפּאַניש־רעדנדיקער באַפֿעלקערונג פֿון צפֿון ניו־מעקסיקאָ איז אַ מין אַלטער באַלאַדע װאָס גיט איבער אַ געשיכטע — אָפֿט מאָל דורך די װערטער פֿון פֿרױען װאָס האָבן איבערגעלעבט די געשעענישן. אין לערעס קול, זײַנען אויפֿגעלעבט געוואָרן די שפּאַנישע װערטער פֿון פּלאַסידאַ ראָמעראָ, אַ פֿרױ װאָס האָט געלעבט מיט 200 יאָר צוריק צופֿוסנס פֿון די זעלבע סאַן הואַן בערג, און איז פֿאַרכאַפּט און פֿאַרקױפֿט געװאָרן װי אַ שלאַפֿין אין אַ שפּאַנישן ייִשובֿ.

דער טאָג פֿון סאַן לאָרענזאָ
איז געװען אַ פֿינצטערער טאָג
מע האָט מיך פֿאַרכאַפּט און פֿאַרשקלאַפֿט
און מײַן מאַן דערהרגעט.

זײַ מיר געזונט, מײַן הײם, מײַן ראַנטש ׳לאַ סעבאָיאַ׳
פֿאַרװאָס דרײסטו זיך אַװעק פֿון מיר?
די בײמער, די שטײנער, פֿאַרגײען זיך אין געװײן
זעענדיק אַז איך בין פֿאַרשקלאַפֿט.

זײַט מיר אַלע געזונט, מע פֿירט מיך שױן אָפּ
אין װעג פֿון יסורים אַרײַן
זײַט מיר געזונט, טײַערע טעכטער מײַנע
װען װעלן מיר זיך װידער זען?

בײַם ענדיקן הערן דאָס ליד, איז דער עולם פֿאַרשטומט געװאָרן אױף אַ רגע, אײַנגעזאַפּט אין זיך די װערטער און טענער װאָס לערע האָט נאָר װאָס מחיה־⁠מתים געװען נאָך הונדערטער יאָרן, עלעהײ פּלאַסידאַ ראָמעראָס קול װאָלט צום ערשטן מאָל אין משך פֿון 200 יאָר באַפֿרײַט געוואָרן פֿון געפֿאַנגענשאַפֿט, באַפֿרײַט פֿון פֿאַרגעסן ווערן. מע האָט ממש געקענט „הערן“ װי דער עולם איז געבליבן אָן לשון און דערנאָך רעאַגירט מיט שטורעמדיקע אַפּלאַודיסמענטן.

אַז מע האָט אַ געלעגנהײט צו פֿאַרזוכן די קאַובױ־קולטור דירעקט פֿון די קאַובױס און די יורשים פֿון ראַנטש־קולטור אַלײן, קען מען זען װאָס פֿאַר אַ רײַכע, טיפֿע, און פֿילפֿאַרביקע קולטור זי איז — אַ סך טיפֿער װי די סטערעאָטיפּישע שילדערונגען וואָס מע זעט בײַ די פֿילמען און קאָמערציעלע רעקאָרדירונגען װאָס זײַנען אַזױ פֿאַרשפּרײט. דער נאַציאָנאַלער צוזאַמענטרעף פֿון קאַובױ־דיכטער װאָלט געמעגט דינען װי אַ משל פֿאַר אַנדערע קולטורעלע גרופּעס װאָס ראַנגלען זיך מיט די זעלבע שוועריקייטן. זאָלן מיר אַלע זוכה זײַן צו שטיצן דעם קולטורעלן קיום פֿונעם קאַובױ — זײַן  האַרטנעקיקײט, פֿרײַהײט און חוצפּה, און צו שרײַען הויך אױפֿן קול (אין װערטער פֿונעם יִידישן איבערזעצער ה. גאָלדאָװסקי):  “קום קאַיאַ איפּי איפּי אײ, איפּי אײ!”

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
    You must comply with the following:

    • Credit the Forward
    • Retain our pixel
    • Preserve our canonical link in Google search
    • Add a noindex tag in Google search

    See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.