װין — אַן אַמאָליקער צענטער פֿון ייִדישן פֿאַרלעגערײַWhen Vienna was a center of Yiddish publishing
פּליטים פֿון גאַליציע האָבן נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה געשאַפֿן ייִדישע פֿאַרלאַגן און צײַטשריפֿטן אין דער עסטרײַכישער הויפּטשטאָט

Courtesy of Austrian National Library
דער אומגליק פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט אַרױסגעטריבן אַ היפּשע צאָל גאַליציאַנער ייִדן קײן װין, די הױפּטשטאָט פֿון דער עסטרײַך־אונגאַרישער האַבסבורג־מלוכה.
נאָך דער מפּלה אין דער מלחמה האָט זיך די אימפּעריע צעפֿאַלן אױף עטלעכע נײַע נאַציאָנאַלע מדינות, צװישן זײ — פּױלן, אונגאַרן און טשעכאָסלאָװאַקײַ. װין איז פֿאַרבליבן די הױפּטשטאָט פֿון דער נײַער קלײנטשיקער עסטרײַכישער רעפּובליק. די ערשטע יאָרן נאָך דער מלחמה זײַנען געװען „די צײַט פֿון אילוזיעס, פֿאַנטאַזיעס, חלומות,“ האָט דער דיכטער מלך ראַװיטש געשריבן אין זײַן אױטאָביאָגראַפֿישן חיבור „דאָס מעשׂה בוך פֿון מײַן לעבן“. אײנע פֿון יענע פֿאַנטאַזיעס, װאָס איז טאַקע מקוים געװאָרן, איז געװען דער פּלאַן צו שאַפֿן אַ ייִדישן פֿאַרלאַג.
ראַװיטש דערמאָנט װי בשעת אַ שפּאַציר מיט זײַנע חבֿרים פּאַזע דונײַ־קאַנאַל אין װין האָט דער שרײַבער משה זילבורג פּלוצעם אַ זאָג געטאָן: „חבֿרים, לאָמיר גרינדן אַ ייִדישן פֿאַרלאַג!“ מיטן דאָזיקן עפּיזאָד עפֿנט טאָמאַס סאָקסבערגער זײַן קאָמענטירטע ביבליאָגראַפֿיע „לאָמיר גרינדן אַ ייִדישן פֿאַרלאַג: ייִדישע ביכער, צײַטשריפֿטן און בראָשורן פֿון װין“. אַזױ װי אין בערלין, האָט דער דער אױפֿבלי פֿון ייִדיש אין װין געדױערט ניט לאַנג, בלױז די ערשטע העלפֿט פֿון די 1920ער יאָרן. אָבער אין משך פֿונעם דאָזיקן קורצן פּעריאָד זײַנען אין װין דערשינען גאָר אינטערעסאַנטע און װיכטיקע ייִדישע ביכער און צײַטשריפֿטן.
סך־הכּל זײַנען אין װין צװישן די יאָרן 1900 און 1930 אַרױס 28 ייִדישע צײַטשריפֿטן, דאָס רובֿ פֿון זײ אָנהײב־1920ער יאָרן. די ביבליאָגראַפֿישע אײנסן אין סאָקסבערגערס בוך װערן אָרגאַניזירט לױט די פֿאַרלאַגן. און יעדער פֿאַרלאַג האָט אַ קורצע כאַראַקטעריסטיק פֿון זײַן געשיכטע און אידעיִשער אָריענטאַציע. דער דאָזיקער סדר לאָזט בעסער פֿאַרשטײן די קולטורעלע און פּאָליטישע לאַנדשאַפֿט פֿון ייִדישן װין אין יענער תּקופֿה.
דאָס רובֿ ייִדישע פֿאַרלאַגן זײַנען געװען אַזױ אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן מיט לינקע פּאָליטישע פּאַרטײען און באַװעגונגען: פּועלי־ציון, דעם בונד, די קאָמוניסטישע פּאַרטײ. אין יענער צײַט האָט װין פֿאַרמאָגט אַ היפּשע ייִדיש־רעדנדיקע באַפֿעלקערונג, און יעדע פּאַרטײ האָט צוגעזאָגט אַן אײגענעם מין צוקונפֿט פֿאַר ייִדן כּדי צוצוציִען מער אָנהענגער.
די סאַמע אַקטיװסטע זײַנען געװען די לינקע ציוניסטן. אָבער זײ זײַנען װײַט ניט געװען אײַנשטימיק אין זײערע פּאָליטישע צילן. אינעם 1920סטן יאָר איז אין װין פֿאָרגעקומען די פֿינפֿטע װעלט־קאָנפֿערענץ פֿון פּועלי־ציון. די אידעאָלאָגישע חילוקי־דועת האָבן גורם געװען אַ צעשפּאַלטונג פֿון דער פּאַרטײ. דער לינקער פֿליגל האָט געגלױבט אינעם רוסישן קאָמוניסטישן חלום בעת דער רעכטער האָט געפּריידיקט דאָס אױפֿבױען אַ נײַעם סאָציאַליסטישן ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל. בײדע גרופּעס האָבן געהאַט אײגענע פֿאַרלאַגן און פּרעסע פֿאַרן פּראָפּאַגאַנדירן זײערע אידעאַלן.
דער קולטורעלער אױפֿבלי װאָלט ניט געװען מעגלעך אָן שעפֿערישע פֿיגורן, װאָס האָבן געפֿונען אַ מקום־מקלט אין װין: דער כּלל־טוער און ייִדישיסט נתן בירנבױם און די דיכטערס מלך ראַװיטש, מענדל נײַגרעשל און שמואל־יעקבֿ אימבער. דער פֿאַרלאַג „דער קװאַל“ איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿונעם שמועס צװישן ראַװיטש און זילבורג װאָס ראַװיטש דערמאָנט אין זײַנע זכרונות.
„דער קװאַל“ איז געװען נאָענט צום רעכטן פּועלי־ציון, אָבער זײַן פּראָדוקציע איז געװען דער עיקר אַ ליטעראַרישע. דער פֿאַרלאַג האָט געדרוקט סײַ די װערק פֿון די ייִדישע קלאַסיקער מענדעלע מוכר־ספֿרים, י. ל. פּרץ און שלום־עליכם, װאָס זײַנען געװען פּאָפּולער בײַ די ייִדישע לײענער,סײַ ווערק פֿון דער מאָדערנער ליטעראַטור, דער עיקר דיכטונג פֿון מלך ראַװיטש, מלך כמעלניצקי און דוד קעניגסבערג. זילבורג האָט רעדאַגירט דעם זשורנאַל „קריטיק“, װאָס זײַן ציל איז געװען צו באַטראַכטן קריטיש דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
װי עס פֿירט זיך אין דער ייִדישער װעלט, האָבן ניט אַלע ייִדישע ליטעראַטן געװאָלט דרוקן זײערע װערק בײַם „קװאַל“. דער פּאָעט שמואל יעקבֿ אימבער האָט געשאַפֿן אַן אײגענעם פֿאַרלאַג „נײַלאַנד“, װוּ ער האָט אַרױסגעגעבן צװעלף ביכער פֿון זײַנע לידער און איבערזעצונגען פֿון דײַטשיש און ענגליש. פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה איז אימבער געװען דער אָנפֿירער פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג גאַליציע“ אין לעמבערג. אין װין האָט ער זיך באַמיט אױפֿצולעבן די דאָזיקע גרופּע, אָבער פֿון דעם איז גאָרניט ניט געוואָרן. די אַמאָליקע נעאָ־ראָמאַנטישע שטימונג פֿון די יונגע גאַליציאַנער דיכטער האָט מער ניט געפּאַסט צו דעם נײַעם צײַטגײַסט.
אַ סך נעמען פֿון ייִדישע ליטעראַטן, כּלל־טוער און פּאָליטיקער, װאָס זײַנען געװען טעטיק אין װין צװישן בײדע װעלט־מלחמות, זײַנען שױן מער ניט באַקאַנט מחוץ דעם שמאָלן קרײַז פֿאָרשער. אַ גרױסע מעלה פֿון סאָקסבערגערס בוך איז דער פּרטימדיקער ביאָגראַפֿישער לעקסיקאָן, װאָס נעמט אַרײַן העכער װי הונדערט נעמען. אײניקע פֿון זײַ, װי משה זילבורג, זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן. אַנדערע, װי מלך ראַװיטש, האָבן אימיגרירט אין דער „נײַער“ װעלט. הײַנט זײַנען אין װין קױם פֿאַרבליבן שפּורן פֿון דער קורצער אָבער פּראָדוקטיווער בלי־תּקופֿה פֿון ייִדיש.
אַזױ װי אין בערלין, האָבן ייִדישע כּלל־טוער אין װין געחלומט װעגן בױען אַ מאָדערנע װעלטלעכע ייִדיש־קולטור אין צענטראַל־אײראָפּע, אָבער די פּאָליטישע און עקאָנאָמישע אומשטאַנדן האָבן זײ ניט דערלאָזט מקיים צו זײַן זײערע חלומות. צום סוף 1920ער יאָרן איז עס געװאָרן קלאָר, אַז ייִדיש האָט געהאַט דרײַ צענטערס: דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, פּױלן און אַמעריקע. אַ װיכטיקע אױפֿגאַבע פֿאַר די קומעדיקע דורות ייִדיש־פֿאָרשער איז צו שאַפֿן נײַע ביבליאָגראַפֿישע שטודיעס פֿאַר אָט די דרײַ גרעסערע צענטערס פֿון ייִדיש.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO