ייִדיש, אַראַביש און העברעיִש קומען זיך צונויף אויף אַן אָוונט קעגן מלחמה אין עזהYiddish, Arabic and Hebrew intersect at event against the war in Gaza
אויף דער אונטערנעמונג אין ירושלים האָט מען פֿאָרגעלייענט ייִדישע טעקסטן אויף אַראַביש, און אַראַבישע אויף ייִדיש.

די באַטייליקטע אינעם פּאָעזיע־אָוונט (פֿון רעכטס): דניאלה רן, עטל ניבאָרסקי, איִאַד באַרגוטי און ד”ר יעל לוי Photo by Isabella Naida
„וואָס טוט מען, דער נעכטן זאָל ווערן נתגלה דעם מאָרגן?“ פֿרעגט אַבֿרהם סוצקעווער אין דער אָפּשייד־פּאָעמע „צו פּוילן“, בײַם פֿאַרלאָזן זײַן היימלאַנד אין 1946, בשעת דער גרויל פֿון חורבן איז נאָך געווען פֿריש און בלוטיק. „ווי שטעלט מען דער פּוסטקייט אַ דענקמאָל, אַ צייכן, עס זאָל צו מײַן אייניקלס אייניקל גרייכן? ווי פֿאַנגט מען דעם עכאָ פֿון אַלע פֿאַרשניטענע תּפֿילות?“
שוין אַ שטיקל צײַט וואָס מיר שטעלן אַליין אַזוינע פֿראַגעס אין שייכות מיטן פּאָליטישן מצבֿ אַרום אונדז. ווי יונגע סטודענטקעס וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש, האָבן מיר שוין לאַנג געפֿילט אַז אין דער ייִדישער ליטעראַטור געפֿינט זיך עפּעס אַ שליסל צו ענטפֿערן אויף דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ווירקלעכקייט אין ישׂראל, וואָס ווערט טאָגטעגלעך פֿאַרפֿלייצט מיט רציחה, גירושים, און חילול־המענטש. אָבער ווי פֿאַרבינדט מען דעם עבֿר מיטן איצט, און ווי ציט מען אַרויס פֿון אים אַ ברייטערן געדאַנק צום טיילן מיט אונדזער אָרטיקן דור, וואָס איז נישט ממש באַקאַנט מיט דער קולטור וואָס מיר באַטראַכטן זי פֿאַר אַ מין גײַסטיקן קאָמפּאַס?
כּדי צו באַטראַכטן באמת אונדזער איצטיקן אומגליק, נייטיקן מיר זיך אויך אין העברעיִש און אין אַראַביש – די שפּראַכן אין וועלכע ס׳אָטעמט דאָס אָרט וווּ מיר לעבן. האָבן מיר זיך אונטערגענומען צו אָרגאַניזירן אין אונדזער פֿאַרסיכסוכטער, פֿיל־לשונדיקער שטאָט אַ דרײַשפּראַכיקן פּאָליטיש־ליטעראַרישן אָוונט אונטערן טיטל „צווישן נעכטן און מאָרגן“. בײַם באַהענגען אונדזערע באַליבטסטע שטאָט־ווינקלען מיט אַפֿישן אין מיטן פֿאַררעגנטן ירושלימער ווינטער, האָבן מיר אין אונדזערע אָפּטימיסטישסטע וויזיעס זיך נישט פֿאָרגעשטעלט אַן עולם ווי דער וואָס האָט זיך לסוף געיאַוועט לעצטן דינסטיק אין אָוונט אין „המפֿעל“, אַ קאַפֿע און אָרט פֿאַר אַלטערנאַטיווע קולטורעלע אונטערנעמונגען.
אַרום הונדערט מענטשן – כּמעט אַלע יונגע־לײַט – האָבן זיך אַרײַנגעקוועטשט אינעם קאַפֿע כּדי אויסצוהערן די פּראָגראַם: צו ערשט, אַ שמועס צווישן דער ייִדיש־פֿאָרשערין און איבערזעצערין ד״ר יעל לוי און דעם ישׂראלדיק־פּאַלעסטינער שרײַבער און איבערזעצער איִאַד באַרגוטי, וווּ מע האָט פֿאָרגעלייענט טעקסטן — מקור און איבערזעצונג — וואָס איִאַד, יעל און עטל האָבן ספּעציעל פֿאַר דעם אָוונט איבערגעטראָגן פֿון ייִדיש אויף אַראַביש, און פֿאַרקערט. דער עולם האָט מיטגעהאַלטן, אַ דאַנק אַ העפֿטל העברעיִשע איבערזעצונגען וואָס מע האָט צעטיילט בײַם אַרײַנגאַנג, אַזוי אַז העברעיִש האָט געדינט ווי דאָס פֿאַרבינד־מיטל. (ס’רובֿ פּובליקום האָט נישט געקענט די אַנדערע שפּראַכן.)
שפּעטער האָט גערעדט ד״ר רועי גרינוואַלד, פֿון בן־גוריון אוניווערסיטעט, וועגן דעם שרײַבער אַבֿות ישורון און זײַן פּאָעטישן סינטעז צווישן דעם דאָרטן און דעם דאָ, דאָס הייסט, זײַן באַשלוס צו לעבן גלײַכצײַטיק ווי אַן אָרטיקער און ווי אַ גלותדיקער ייִד, און וועגן די מאָראַלישע פֿראַגעס וואָס אַזאַ מין קיום האָט בײַ אים אויפֿגעוועקט. נועם ענבר, אַ באַקאַנטער ישׂראלדיקער מוזיקער וואָס האָט צווישן אַנדערע געגרינדעט די קלעזמער־גרופּע „אוי דיוויזשען“ און זינגט אָפֿט פֿון אַ קריטיש־פּאָליטישן קוקווינקל, האָט באַגלייט דאָס אַלץ מיט לידער פֿון קאַמף און האָפֿענונג אויף די דרײַ שפּראַכן.
די טעקסטן האָט מען פֿאָרגעלייענט פּאָרלעכווײַז : גלאַטשטיינס באַרימט ליד „קיביאַ“ – אַן אָפּרוף אויף דער „קיביאַ־בלוטבאָד“ וווּ עס זענען אין 1953 דערהרגעט געוואָרן דורך דער ישׂראלדיקער אַרמיי צענדליקער פּאַלעסטינער – האָט מען פֿאָרגעלייענט צוזאַמען מיט אַ ליד פֿון דעם הײַנטצײַטיקן סיריש־פּאַלעסטינער פּאָעט רײַאַס אַלמאַדהון, וואָס לעבט איצט אין שוועדן. איִאַד באַרגוטי האָט גערעדט וועגן דעם פּראָצעס פֿון איבערזעצן גלאַטשטיינס ליד אויף אַראַביש, און זײַן באַשלוס צו לאָזן ווערטער ווי „חדר“ און „בית־מדרש“ אויף לשון־קודש – עפּעס וואָס די לינגוויסטישע ענלעכקייט צווישן העברעיִש און אַראַביש דערמעגלעכט. „לייענענדיק דעם ייִדישן טעקסט ווי אַ פּאַלעסטינער, האָב איך דערפֿילט ווי עס רעדט צו מיר אַ גאָר אַנדער מין ייִד,“ האָט באַרגוטי געזאָגט. במילא האָט עס, זאָגט ער, אויך אַרײַנגעברענגט אין זײַן אַראַבישער איבערזעצונג אַ ייִדישע שטים וואָס וואָלט אַנדערש נישט דערהערט געוואָרן.
שפּעטער האָט מען פֿאָרגעלייענט אַבֿרהם סוצקעווערס „הירשן בײַם ים־סוף“ און אַ שטיקל פֿונעם ראָמאַן „די געטאָ קינדער“ פֿונעם לבֿנונער שרײַבער עליאַס כורי. די טעקסטן באַציִען זיך צו דער זעלבער צײַט און אָרט, פֿון צוויי פֿאַרשיידענע פּערספּעקטיוון. אין ביידע פֿיגורירן ענלעכע מאָטיוון אין שײַכות מיט וואַסער און שווײַגעניש. ס׳איז געווען אינטערעסאַנט צו הערן פֿון באַרגוטין ווי אַזוי ער האָט אָפּגעפֿילט אַ ייִדישן עלעמענט אין כוריס כּתבֿים וועגן דער תּקופֿה פֿון נאַקבאַ, וועגן וועלכער ער האָט געשריבן נישט פֿון דער אייגענער איבערלעבונג, נאָר דורך טיפֿער פֿאָרשונג פֿון דער ישׂראלדיקער ליטעראַטור און אָן אַ שיעור שמועסן מיט פּאַלעסטינער פּליטים. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט באַרגוטי באַמערקט אין סוצקעווערס ליד אַ צונויפֿפֿאַל מיט מאָטיוון וואָס זענען אויך כאַראַקטעריסטיש פּאַלעסטינישע, ווי דער הירש בתּורת סימבאָל פֿון שיינקייט און דאָס עקשנותדיקע קלאַמערן זיך אין אַ לאַנדשאַפֿט.
„זעלנערס מאַרשירן“, אַ פּראָזע פֿראַגמענט פֿון דבֿורה פֿאָגעל וועגן קריגווינטן אין די דרײַסיקער יאָרן, איז פֿאָרגעלייענט געוואָרן צוזאַמען מיט „אַן אַרויסגייענדיקע אין שלאַכט“ – אַ קורץ ליד פֿון דער הײַנטצײַטיקער פּאַלעסטינער פּאָעטעסע ראַדזשאַ ראַנעם דאַנאַף. ביידע פֿרויען האָבן אין טעקסטן פֿון פֿאַרשיידענע סטילן אויסגעדריקט, ווי ד״ר יעל לוי האָט עס איידל פֿאָרמולירט: „אַן אַנדער סאָרט ווידערשטאַנד קעגן דער מלחמה – דורכן העראָיִשן אײַנעקשנען זיך צו זען פֿרילינגבלומען אויך אין אַ רוים וואָס די זעלנערשע מאַרשטריט פֿאַרטויבן. אַ ווידערשטאַנד וואָס זעט נישט אין דער שיינקייט אַן איבעריקייט אָדער אַ לוקסוס, נאָר עפּעס וואָס שטעקט אין האַרץ פֿונעם ענין און איז אַליין דער אַנטקעגנשטעל צו בלוט־פֿאַרגיסונג“.
עומר, איינע פֿון די באַטייליקטע מיט וועלכע מיר האָבן געכאַפּט אַ שמועס בײַם אַרויסגאַנג, האָט דערציילט אַז ווי אַן ישׂראלדיקע וואָס האָט נאָכגעפֿאָלגט דעם אָוונט דורך העברעיִשע איבערזעצונגען, איז געווען ספּעציעל שטאַרק „דאָס מוזן זיך אָנשפּאַרן אויף די בשותּפֿותדיקע ווערטער צווישן ייִדיש און העברעיִש און העברעיִש און אַראַביש כּדי זיך צו אָריִענטירן. דורכן באַמערקן די ענלעכקייטן אין פֿאָרעם, האָב איך דערפֿילט טיפֿערע באַטײַטן אין די טעקסטן“.
מײַ, אַן אַנדער צוהערערין, האָט אויסגעדריקט איר דערלײַכטערונג בײַם אַנטדעקן אַז „כאָטש אין דער מלחמה־ווירקלעכקייט האָט זיך געשאַפֿן אַן אַבסורדער מצבֿ, אַז דווקא דער „עם־הספֿר“ באַטראַכט דאָס וואָרט ווי אַן איבעריקן לוקסוס אָדער ממש אַ סכּנה, גלייבן נאָך אַזוי פֿיל יונגע אײַנוווינער פֿון שטאָט אָפֿענערהייט אינעם כּוח און אין דער נייטיקייט פֿונעם וואָרט“.
דעם אָוונט האָבן מיר דערעפֿנט אויף העברעיִש, אָבער טאַקע צוליב די פֿריִער דערמאָנטע סיבות, איז אונדז וויכטיק צו ברענגען אונדזערע עפֿענונגס־רייד אויך דאָ, פֿאַר אַ ייִדיש־רעדנדיקן עולם. אָט איז וואָס מיר האָבן געזאָגט:
***
שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור עקזיסטירן און לעבן כּל־זמן מען גיט זיי לעבן. מיטן הײַנטיקן אָוונט צילן מיר דער עיקר צו געבן אַ געלעגנהייט אַז די שפּראַכן זאָלן רעדן איינע מיט דער אַנדערער, דווקא דורך טעקסטן וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט אַ ווירקלעכקייט פֿון מלחמה אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות. מיר ווילן זיך נישט באַנוגענען מיט אַ נאָסטאַלגישן דיאַלאָג צווישן צוויי שפּראַכן וואָס זענען אַוועקגעשטופּט געוואָרן צו די ראַנדן פֿון ישׂראלדיקן קאָנצענזוס. דורכן אויפֿרופֿן זיי ביידע צום צענטער בינע דווקא דאָ אין האַרץ פֿון ירושלים, לייגן מיר פֿאָר אַן אַלטערנאַטיוון אַנאַליז פֿון דער אָרטיקער שפּראַכלעכער געשיכטע, וואָס קען דערמעגלעכן אַן אַנדערן — אַ בשותּפֿותדיקן — פּאָליטיש־קולטורעלן מאָרגן.
דניאלה: איך און עטל האָבן זיך געטראָפֿן מיט צוויי יאָר צוריק, ווען כ׳האָב זיך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש אויף אַ זומערקורס. ס׳אַ חידוש צו טרעפֿן עמעצען וואָס ייִדיש איז זײַן מאַמע־לשון און איז נאָך נישט אַרויס אויף פּענסיע. כ׳בין אָנגעקומען צו ייִדיש כּמעט צופֿעליק – אַ קאָמבינאַציע פֿון אינטעלעקטועלן נײַגער, פֿרײַער צײַט און אַ סטיפּענדיע פֿון אוניווערסיטעט. ווי בײַ אַ סך ישׂראלים וועמענס זיידע־באָבע האָבן עולה געווען קיין ישׂראל אָנהייב פֿון יאָרהונדערט, איז אויך בײַ אונדז ייִדיש געלייקנט און אַוועקגעשטופּט געוואָרן צו די ראַנדן פֿון אונדזער משפּחה־געשיכטע. בשעתן קורס האָב איך דערפֿילט, צו מײַן סורפּריז, ווי דאָס דאָזיקע אײַנטינקען זיך אין אַ שפּראַך און קולטור איז ווי אַראָפּטרייסלען שטויב פֿון מײַן „די־ען־איי“, כ׳האָב אַליין דערשפּירט ווי די שפּראַך איז מסוגל — דורכן רעדן און לייענען און דורך די מענטשעלעכע באַגעגענישן וואָס שאַפֿן זיך אַרום די אַקטיוויטעטן — אָפּצוהילכן צווישן דער פֿאַרגאַנגענהייט און דער איצטיקער צײַט. ווי איאַד באַרגוטי האָט אונדז געזאָגט בשעת אַ צוגרייטונגס־שמועס אויפֿן אָוונט: ליטעראַטור איז ווי אַ שמועס צווישן די לעבעדיקע און די טויטע.
עטל: ווי דניאלה האָט מיר אַזוי חנעוודיק דערמאָנט, בין איך טאַקע געבוירן געוואָרן מיט אַ ייִדיש־לעפֿל אין מויל, און אויפֿגעוואַקסן מיט איר ווי אַ מאַמע־לשון – צו מאָל מיט פֿליגל, צו מאָל אין אַ שטײַג. דורך די יאָרן האָב איך, ווי אַ יונגער מענטש וואָס דרייט זיך איבער דער וועלט, טראַכט, שרײַבט און שאַפֿט אויף ייִדיש, זיך נישט איין מאָל געפֿרעגט, ווי אַהרן צייטלין פֿרעגט אין זײַן ליד „זעקס שורות“ וואָס מיר האָבן פֿאַר אײַך דאָ אָפּגעדרוקט אין העפֿטל – ווער דאַרף אַ ליד, און נאָך דערצו אויף ייִדיש?
זײַן ענטפֿער פֿאַרשטיי איך הײַנט צו טאָג מער ווי ווען נישט איז. אין אַ צײַט וואָס איז פֿול מיט געמיינקייט קעגן פּאָעזיע, קעגן די ווערטער מיט וועלכע איך וואָלט זיך געוואָלט באַניצן צו באַשרײַבן די ווירקלעכקייט, און קעגן מענטשן וועמען עס טוט וויי אויף אַן אַנדער שפּראַך ווי מיר – אַ צײַט אין וועלכער מע וויל פֿאַרוואַנדלען ייִדישקייט אין אַ מערדעריש געווער, וויל איך, דורכן אײַנעקשענען זיך אויסצוקלײַבן דווקא ייִדיש, רעקרוטירן ייִדישקייט צוריק אין די רייען פֿון דער געטלעכער רחמנותדיקייט און הכנעה מיט וועלכע צייטלין פֿאַרזיגלט זײַן ליד.
אַראַביש האָב איך זיך אָנגעהויבן לערנען צוליב פֿאַרשיידענע סיבות, איינע פֿון זיי – אַ ווילן אַליין צו דינען ווי אַ קליין בריקל צווישן נעכטן און מאָרגן. וואָס מער איך קער זיך אום צו די וווּנדערלעך שיינע טעקסטן וועגן אָנווער – מיט וועלכע די ייִדישע ליטעראַטור איז, צום באַדויערן, באַלאָדן – אַלץ מער מוז איך אַרויסלייענען פֿון צווישן די שורות אויך אַן איצטיקן ווייטיק, אַזאַ וואָס איז נישט פֿאָרמולירט געוואָרן אויף ייִדיש, אָבער רעדט אַ נאָענטע שפּראַך.
און פּאַראַלעל, לייען איך עליאַס כורין וועגן לוד – הער איך סוצקעווערן וועגן ווילנע. פּנימער און קינות פֿון פֿאַרשיידענע תּקופֿות און ערטער קריגן זיך בײַ מיר אין קאָפּ, קעמפֿן איבער אַן אָרט אין זכּרון. הלוואי זאָלן מיר הײַנטיקן אָוונט באַווײַזן אײַך אַלעמען אָנצושטעקן מיט אַזאַ קאָפּווייטיק, וווּ נישט נאָר עס טרעפֿן זיך די זכרונות און ווייטיקן פֿון ביידע צדדים, נאָר זיי שמועסן צווישן זיך און פֿאָדערן איינע פֿון די אַנדערע ענטפֿערס. אונדז גייט נישט אין אָנווײַזן אויף סתּם פּאַראַלעלן, נאָר אונדזער צוגאַנג גייט קעגן דעם מינהג זיך צו באַריקאַדירן הינטער אַן איסור אויף יעדן פֿאַרגלײַך. אין גאַנג פֿונעם אָוונט וועט דאָס אויך קלאָר ווערן בײַם לאָזן פֿילן די שפּאַנונגען וואָס זענען אויפֿגעקומען בײַם איבערזעצן די טעקסטן.
אין אַ געזעלשאַפֿט וואָס שטייט אויף אין דער פֿרי מיט „מער קיין מאָל נישט“ און לייגט זיך שלאָפֿן מיט רופֿן צו מאַסנמאָרד, זענען פֿאַרגלײַכן אַ מיטל וואָס קען דינען פֿאַרשיידענע צילן. אָבער אין דעם אָוונט זענען זיי אין דער ערשטער ריי אַן אופֿן צו פּרוּוון דורכלעבן יענעמס ווייטיק־געפֿיל, און זיך צו דערמאָנען אין אַ בשותּפֿותדיקער גרונטיקער מענטשלעכקייט, וואָס הייסט אונדז זיך אַנטקעגנצושטעלן די פֿאַרברעכנס און גרוילן וואָס ווערן ווײַטער אָפּגעטאָן אין אונדזער נאָמען.
***
מחוץ יענעם זאַל, ציט זיך די מלחמה ווײַטער אויף פֿאַרשיידענע פֿראָנטן – אויך בשעת דעם אַזוי גערופֿענעם „ביקסנשווײַג“ – און די אויסדרוק־מעגלעכקייטן אַרום ווערן אַלץ מער אײַנגעשרומפּן. בשעת די צוגרייטונגען אויפֿן אָוונט, זענען מיר אַרײַנגעקומען כּדי אויפֿצוהענגען אַן אַפֿיש אין אַ קאַפֿע וואָס רופֿט זיך „קולטורעל“ און „פֿרײַ־דענקעריש“, נאָר דער בעל־הבית איז נישט מסכּים געווען אונטערצושטיצן אַ פּובליקאַציע וואָס אַנטהאַלט אַראַביש.
מיט צוויי וואָכן צוריק, איז די פּאָליציי אָנגעפֿאַלן אויף דער ביכערקראָם Educational Bookshop אין מיזרח ירושלים, באַצייכנט פּאָעזיע־ און לערנביכער פֿאַר „העצערישע“ און אַרעסטירט צוויי פֿון די בעל־הביתּים – מאַכמוד און אַכמאַד מונאַ, טענהנדיק אָן קיין שום ראַיות אַז זיי האָבן געשטערט דער געזעלשאַפֿטלעכער אָרדענונג. מיר האָבן זיי פֿאַרבעטן אויפֿן אָוונט, און זענען שטאָלץ אַז ביידע זענען געקומען צו אונדזער אונטערנעמונג און פֿאַרקויפֿט ביכער, בשעת דער פּאָליצייס געריכט־באַפֿעל פֿאַרווערט זיי ווײַטער אַרײַנצוטרעטן אין זייער אייגענער קראָם, אָן קיין קאָנקרעטער דערקלערונג פֿאַר וואָס.
אַנטקעגן פֿאַרשטומונג פֿון אויבן און שתּיקה פֿון אונטן, איז אונדזער ציל געווען צו זוכן ווערטער וואָס זאָלן אונדז קענען אָנווײַזן אַ ריכטונג, און פֿאָרלייגן אַן אַלטערנאַטיוון וועג צו וועלכן שפּראַך און קולטור קענען נאָך פֿאָרט פֿירן. די שיינקײט און קלוגשאַפֿט וואָס האָבן אַרויסגעפֿינקלט פֿון צווישן די שורות אַפֿילו אין די בלוטיקסטע טעקסטן, האָבן דערמאָנט – אונדז און דעם עולם – מער ווי יעדע דעמאָנסטראַציע, אין דעם לעבן פֿאַר וועלכן מיר קעמפֿן דאָ און איצט.
צום פֿאַרענדיקן, ברענגען מיר דאָ אַ פֿראַגמענט פֿון רײַאַס אַלמאַדהונס ליד וואָס איז איבערגעזעצט געוואָרן פֿאַרן אָוונט, אַ טייל פֿון אַ ציקל מיטן נאָמען „אויב מיר וואָלטן געווען אין אַ ווירטועלער וועלט“:
די מלחמה // רײַאַס אַלמאַדהון
כ’האָב דיר געפּרוּווט איבערזעצן די מלחמה פֿון אַ סעמיטישער שפּראַך אויף אַן אינדאָ־אייראָפּעיִשער שפּראַך, און עס האָבן דיך געטראָפֿן שפּליטערס. כ׳האָב דיר גאָר געפּרוּווט העלפֿן, נאָר די נײַעס־אוידיציע האָט אונדז באַלאַגערט. דער זיכערקייט־ראָט האָט אונדז געפּרוּווט באַוואָפֿענען מיט קלוגע כּלי־זין, נאָר זיכערקייט־באַאַמטע מיט אַ דורכשניטלעכן אינטעליגענץ־וויפֿלער האָבן זיי קאָנפֿיסקירט. מיר האָבן געשאָלטן דעם רויטן קרייץ, און דער וואַטיקאַן האָט פּראָטעסטירט קעגן אונדז. מיר האָבן געגעסן פֿלייש פֿון שטוביקע הינט וואָס זייערע בעל־הבתּים זענען אומגעקומען, און סבֿיבֿה־אַקטיוויסטן האָבן פּראָטעסטירט קעגן אונדז. מיר האָבן זיך אַרויסגעראַטעוועט פֿון דערטרענקונג, און די אייראָפּעיִשע רעכטע האָבן פּראָטעסטירט קעגן אונדז.
ווי זאָל איך דיר באַשרײַבן ווי ענלעך די דאָזיקע וועלט איז צו קלעפּ פֿון אײַנגעדאַרטע הענט אויף האַרטע ווענט פֿון גאַזקאַמערן אין אומברענג־לאַגערן, און דיר נישט פֿאַרשאַפֿן קיין פּאָסט־טראַוומע? ווי זאָל איך דיר דערקלערן דעם אונטערשייד צווישן אַ הויזקנעכט און אַ פֿעלדקנעכט, און דו זאָלסט נישט פֿאַרמישן סיריע מיט סוררעאַליזם? ווי זאָל איך זאָגן אין איין ליד „מײַנע חבֿרים זענען דערמאָרדעט געוואָרן דורך פּײַניקונגען, און דו ביסט שענער ווי ניו־יאָרק“ און לאָרקאַ זאָל זיך נישט קאַטשען פֿאַר געלעכטער אין קבֿר און דאָס ליד זאָל זיך נישט צוריקציִען פֿון דער ווירקלעכקייט?
אַ טראַגישע פֿוסנאָטע
די פּראָבלעם פֿון דער וועלט: נישט בלויז וואָס אַ פֿערטל פֿון אירע אײַנוווינער גייען אויף גײַסטיקער טעראַפּיע, נאָר וואָס אַלע אַנדערע גייען נישט.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO