הערט אַ טייל פֿון די פּרעכטיקע לידער פֿון דער „מגילה פֿון איציק מאַנגער“Listen to some of the delightful songs of the ‘Megillah by Itsik Manger’
די אַכצן לידער ווערן דאָ געזונגען פֿון די ערשטקלאַסישע אַרטיסטן — דער משפּחה בורשטיין

דער אַפֿיש פֿון דער ישׂראלדיקער פּראָדוקציע פֿון „די מגילה לידער“, 1965 Courtesy of Mike Burstyn
פֿרײַטיק, דעם 14טן מאַרץ וועלן ייִדן איבער דער וועלט פּראַווען פּורים.
איר קענט אַליין אַרײַנברענגען אַ יום־טובֿדיקע שטימונג אין אײַער שטוב דורכן שפּילן די פּרעכטיקע „מגילה־לידער“ באַזירט אויפֿן טעקסט פֿון איציק מאַנגער. נישט אַלע לידער געפֿינען זיך אין דער זאַמלונג (עס פֿעלט למשל „זײַט זשע ייִדן שאַ און שטיל“) אָבער ס׳רובֿ פֿון די אַנדערע זענען דאָ.
די „מגילה־לידער“, וואָס איז אַרויס אין 1936 אין וואַרשע ווי אַ בוך, איז אין ישׂראל פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פּאָפּולערן מיוזיקל דורכן קאָמפּאָזיטאָר דובֿ זעלצער און די אַקטיאָרן פּסח בורשטיין און ליליאַן לוקס, וואָס זענען אויפֿגעטראָטן מיט זייער זון, מײַק בורשטיין. רעזשיסירט דעם מיוזיקל האָט שמואל בונים.
„די מגילה־לידער“, וואָס האָט דעבוטירט אין 1965, איז געווען די פּאָפּולערסטע ייִדיש־שפּראַכיקע שפּיל אין דער ישׂראלדיקער געשיכטע און די משפּחה בורשטיין איז אַרומגעפֿאָרן מיט איר איבער גאָר דער וועלט, און אַפֿילו געשפּילט אויף בראָדוויי.
צו הערן 18 פֿון די לידער גיט אַ קוועטש דאָ.