Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„װוּ איז דער רעסיסטאַנס?“ — אַן ענטפֿער אױף אַ פֿראַגע פֿון אַן אױסלענדישן פֿרײַנד‘Where is the resistance?’ — A response to a question from a friend abroad

עס פֿעלן די דראַמאַטישע „דירעקטע אַקציעס“ װאָס װערן צעפּױקט דורך די נײַעס און פֿאַרשריבן אין די געשיכטע־ביכער.

מײַנער אַן אײראָפּעיִשער חבֿר האָט מיך לעצטנס געפֿרעגט דורך װאַטסאַפּ: „װוּ איז דער רעסיסטאַנס? װוּ זײַנען די מאַסן־דעמאָנסטראַציעס, די פּעטיציעס?“ ענטפֿער איך אים אַזױ:

די דאָזיקע װערטער שרײַב איך נישט װי אַ פּרוּװ איבערצורעדן יענע, װאָס שטיצן טראָמפּ. דאָס איז אַן אַנדער מין אַרבעט. דאָ פּרוּװ איך פֿאָרלײגן װאָס פֿאַראַ דערװאַרטונגען מע זאָל, און קען, האָבן װען עס רעדט זיך װעגן קעגנשטעלן זיך קעגן טראָמפּ, מאָסק, און זײערע מיטלױפֿערס: זײער מאַסן־באַזײַטיקונג פֿון פֿעדעראַלע אַרבעטערס; זייער אַכזריותדיקע צעטרײבערונג פֿון דער פֿעדעראַלער שטיצע לטובֿת װיסנשאַפֿטלעכער פֿאָרשונג, זײער פּאָליטיק װאָס דערנידעריקט און דעהומאַניזירט מיליאָנען פֿון מײַנע פֿרײַנד און שכנים.

מיט אײן װאָרט, שלעכטס װערט אױפֿגעטאָן פֿון דער אַדמיניסטראַציע, נישט אין נאָרמאַלען גערעם פֿון אַהין־אַהער פֿון פֿאַרשײדענע אַדמיניסטראַציעס, לינקע און רעכטע, װאָס פֿאָלגן די כּללים פֿון פּאָליטישער שפּילערײַ. איצט פֿירט מען אַן אַנדער שפּיל: מע לאָזט נישט צו סתּם מענטשן װאָס טעאָרעטיש װאָלטן געדאַרפֿט האָבן אַ דריסת־הרגל צו אונדזער דעמאָקראַטיע.

אַזױ איז דער מצבֿ. װי אַזױ זשע קענען אַמעריקאַנער זיך קעגנשטעלן? צי טוט מען דאָס טאַקע, אָדער איז מען גאָר פֿאַרשלאָפֿן, װי מײַן חבֿר איז מרמז?

עס װענדט זיך אין דעם, װאָס מע װיל אַדורכפֿירן מיטן קעגנשטעלן זיך. אױב מע װיל מאַסנװײַז אַרױסברענגען טױזנטער מענטשן אין די גאַסן צו דעמאָנסטרירן, איז אמת אַז דאָס זעט מען טאַקע נישט. כאָטש עטלעכע גרױסע מאַרשן זײַנען יאָ פֿאָרגעקומען בשעת טראָמפּס ערשטער קאַדענץ, קען מען טענהן אַז די דאָזיקע מאַניפֿעסטאַציעס האָבן נישט אַרױסגערופֿן אָדער דערפֿירט צו דױערנדיקע סאָציאַלע אָדער פּאָליטישע באַװעגונגען. פֿון די דרײַ גרעסטע באַוועגונגען וואָס זענען אַרויסגעקומען פֿון טראָמפּס ערשטער קאַדענץ — דער פֿרױענמאַרש; דער מאַרש פֿאַר װיסנשאַפֿט, און „שװאַרצע לעבנס זײַנען נישט הפֿקר” (בי־על־עם) — איז בלויז דער דריטער געװאָרן אַ פֿולשטענדיקע באַװעגונג, כאָטש נישט קײן עפֿעקטיװע.

אמת איז אױך, אַז קײן רעװאָלוציע קומט נאָך נישט פֿאָר אין די גאַסן. נישט מע בלאָקירט אָדער אָקופּירט רעגירונג־בנינים, נישט מע פֿאַרשטעלט װיכטיקע שאָסײען. קײן אַלגעמײנע שטרײַקן, שױן אָפּגערעדט פֿון אַזעלכע מיט דער באַטײליקונג פֿון אַרבעטער־פֿאַראײנען, װערן נישט פּלאַנירט. אַזעלכע זאַכן מוזן אָרגאַניזירט װערן פֿון אונטן אַרױף, נישט פֿון אױבן אַראָפּ, און אַזאַ אימפּעט האָט זיך נאָך נישט אײַנגעשטעלט.

דאָס זײַנען אָבער אפֿשר נישט די ריכטיקע קריטעריעס, כּדי אָפּצושאַצן צי אַ „רעזיסטאַנס“ שײלט זיך אַרױס. קודם־כּל דאַרף מען אַרײַנקוקן אין דעם װאָס שפּראָצט אַרױס אין קלײנע גרופּקעלעך, אױף אַ קלײנעם מאַסשטאַב. אין אַ סך ערטער קומען זיך צונױף גרופּעס צו דערמאָנסטרירן פֿאַר די ביוראָען פֿון געוויסע קאָנגרעסלײַט. מע שרײַט אָן אױף די הויכע באַאַמטע בײַ די עפֿנטלעכע זיצונגען. מע קלאָגט אָן אין געריכט די רעגירונג קעגן די גזלנישע טועכצן פֿון מאָסק און זײַנע חבֿרה.

מײַן חבֿר איז אָבער פֿאָרט גערעכט. דערװײַלע פֿעלן די גרױסע מעשׂים, די דראַמאַטישע „דירעקטע אַקציעס“ װאָס װערן צעפּױקט דורך די נײַעס און װערן פֿאַרשריבן אין די געשיכטע־ביכער.

פֿאַר װאָס זעט מען זיי נישט? פֿאַראַן צװײערלײ דערקלערונגען. מע װאָלט געקענט האַלטן אַז דאָס גאַנצע לאַנד איז פֿאַרשלאָפֿן, אַז קײנעם גײט נישט אָן אַז מע פֿאַרמאַכט לאַבאָראַטאָריעס, הערט אױף דערהײַנטיקן װאַקצינען, באַזײַטיקט טױזנטער פֿעדעראַלע אַרבעטער און פֿאַרשליסט אױסלענדישע קליניקס װאָס פֿלעגן ראַטעװען אומצאָליקע קינדער און אַלטע לײַט.

דאָס פֿאָלק, האַלט איך, איז נישט פֿאַרשלאָפֿן. די דעמאָקראַטישע פּאַרטײ – דאָס אפֿשר יאָ. זי איז נאָך אַלץ אין תּוך אַ פּאַרטײ װאָס װיל אַרבעטן צוזאַמען מיט די רעפּובליקאַנער, נישט זיך קעגנשטעלן.

ס׳איז אױך אמת אַז טײל פֿון די עיקר־יסודות פֿון דער דעמאָקראַטיע װערן אונטערגעהאַקט.  די פּרעסע װי אַן אומאָפּהענגיקע אינסטיטוציע איז הײַנט אָפּגעשװאַכט געוואָרן, װי אַן אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע האָט פֿעסטגעשטעלט.  די אוניװערסיטעטן האָבן זיך אָפּגעבריט פֿון די פּראָ־פּאַלעסטינישע דעמאָנסטראַציעס און אײַנגעפֿירט שטרענגע קאָנטראָלן אױף סטודענטישע רײד װאָס האָבן אױך זײ — די סטודענטן — אָפּגעשװאַכט װי אַ באַטײַטיקן כּוח אױף דער אַמעריקאַנער גאַס.

עמך װיל אָבער קענען אױפֿהאָדעװען זייערע קינדער, פֿאַרדינען דאָס שטיקל ברױט, בלײַבן געזונט. די שאָדנס פֿון די װילדע מאָסקישע און טראָמפּישע פֿירעכצן װעט מען אָבער אין גיכן פֿילן אינעם אײגענעם הױף, און מע װעט זיך זיכער אָפּרופֿן. דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק האָט װײניק געדולד און קען גיך רעאַגירן נאָכן דערשמעקן אַן עקאָנאָמישן אָדער געזעלשאַפֿטלעכן דורכפֿאַל.

איך זע דאָס שױן אין קלענערע גרופּקעלעך װאָס שװימען אױף, דעמאָנסטראַציעס װאָס מע האָט אָרגאַניזירט אין יעדן שטאַט שױן עטלעכע מאָל במשך פֿון די לעצטע חדשים, און פֿאַראײניקטע, ברײטערע אַקציעס װאָס װעלן זיך לאָזן װירקן אין די קומעדיקע חדשים.

איך זאָג נישט אַז די װידערשטענדלערס האָבן שױן געפֿונען דעם ריכטיקן פֿאָרמול צו באַזיגן מאָסק און טראָמפּ, נאָר אַז דער װעג איז נישט לײדיק, מ׳איז זיך נישט מייאש, און האָפֿענונג איז נאָך פֿאַראַן.

קען מען שטעלן די פֿראַגע: אױב די אױבן דערמאָנטע עפֿנטלעכע אַנשטאַלטן זײַנען טאַקע אָפּגעשװאַכט געװאָרן, איז נאָך פֿאַרבליבן גענוג מאַכט צו שטיצן די דעמאָקראַטיע? דאָס װײס איך נישט. בלױז די אַמעריקאַנער פֿון אַ גאַנץ יאָר װעלן דאָס קענען ענטפֿערן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
    You must comply with the following:

    • Credit the Forward
    • Retain our pixel
    • Preserve our canonical link in Google search
    • Add a noindex tag in Google search

    See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.