Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער טאַיִב טעאַטער — אַ סימבאָל פֿון ייִדישער קולטור און װידערשטאַנד אין סאַאָ פּאַולאָThe Taib Theater — a symbol of Yiddish culture and protest in Sao Paulo

אין די 1960ער האָט די בינע פֿונעם „פֿאָלקסהויז“ צוגעצױגן שטערנס פֿון ייִדישן טעאַטער ווי אידאַ קאַמינסקאַ, יעקבֿ ראָטבוים און יוסף בולאָף.

אין דער ייִדישער געגנט באָם־רעטיראָ, אין סאַאָ־פּאַולאָ, בראַזיל, שטייט אַ פֿיר־שטאָקיקער בנין, וואָס ציט צו דעם בליק פֿון פֿאַרבײַגײערס מיט זײַנע גרױסע, ליכטיקע פֿענצטער און זײַן מאָנומענטאַלער פּאַראַבאָלישער בעטאָן־אַרקע אין סאָװעטישן סטיל.

דאָס איז דער היסטאָרישער בנין, „דאָס פֿאָלקסהויז“ (Casa do Povo אויף פּאָרטוגעזיש), וואָס האָט יאָרן לאַנג געדינט ווי אַ לאָקאַל פֿון אַוואַנגאַרד פּראָטעסט־טעאַטער. זײַן פֿאַסאַדע פֿאַרקערפּערט דעם פּראָגרעסיוון גײַסט פֿון זײַנע גרינדער און זייער חלום פֿאַר אַן אָפֿענער, דעמאָקראַטישער קולטור־אינסטיטוציע, װאָס זאָל שטענדיק זײַן צוגענגלעך צו דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג.

אינעם קעלער פֿונעם בנין, וואָס זײַן אַרײַנגאַנג געפֿינט זיך אויף דער גאַס טרעס־ריאָס, געפֿינט זיך עד־היום דער טאַיִב — דער טעאַטער פֿון ייִדיש־בראַזיליאַנישער קונסט (TAIB – Teatro de Arte Israelita-Brasileiro). דער טאַיִב איז דער ערשטער און איינציקער טעאַטער אין לאַנד, װאָס איז געבױט געװאָרן װי אַ ייִדישער טעאַטער, אין גאַנצן אָפּגעגעבן פֿאָרשטעלונגען אױף דער ייִדישער שפּראַך. זינטן אָנהײב פֿון די 2000ער יאָרן שטײט ער דאָרטן פֿאַרמאַכט, ממש אין רויִנען. איצט, אָבער, פֿירט מען דורך אַן אַמביציעזן רעמאָנט כּדי דאָס איבערצואַנדערשן אויף דור־דורות.

דער טאַיִב איז געגרינדעט געוואָרן אין 1960, אין אַ צײַט ווען די ייִדישע קולטור אין בראַזיל האָט דערגרייכט איר הױכפּונקט. דאָס פֿאָלקס־הויז אַליין איז געגרינדעט געוואָרן אין 1946 ווי אַ „לעבעדיקער דענקמאָל“ פֿון די קרבנות פֿון חורבן. די אינסטיטוציע איז געבויט געוואָרן דורך דער שטיץ פֿון דער היגער ייִדישער קהילה.

דאָס פֿאָלקס־הויז, פֿאַרבונדן מיטן לינקן ייִדישן קולטור־פֿאַרבאַנד (ייִקו״ף), האָט צונויפֿגעזאַמלט אַ ריי ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין סאַאָ־פּאַולאָ, צווישן זיי — דעם קלוב „צוקונפֿט“, דעם „יוגנט־קלוב“ און דעם „צענטער פֿאַר קולטור און פּראָגרעס“. לויט די אָנװײַזונגען פֿון דעם ייִקו״ף־קאָנגרעס אין פּאַריז (1937), האָט מען אינעם פֿאָלקס־הױז געטאָן כּלערליי זאַכן: אַרויסגעגעבן די צײַטונג „אונדזער שטימע“; אָנגעפֿירט מיטן „שײַפֿער־כאָר“, געהאַט אַ ביבליאָטעק, אַ שלום־עליכם־שול און אַ דראַמקרײַז.

דער בנין איז אײַנגעװײַט געװאָרן אין 1953 און, כאָטש דאָס בױען דעם טעאַטער איז שױן פּלאַנירט געװאָרן אינעם אָריגינעלן פּראָיעקט פֿון פֿאָלקס־הױז, האָט מען געמוזט וואַרטן ביז 1960 אױף זײַן דערעפֿענונג. די ערשטע פֿאָרשטעלונג איז געווען „הערשעלע אָסטראָפּאָליער“ פֿון מ. גערשענזאָן.

אויפֿן חנוכּת־⁠הבית פֿון פֿאָלקס־הױז, דעם 8טן אויגוסט 1953 Courtesy of Casa do Povo

 די בינע האָט צוגעצױגן אַ פּאָר פֿון די גרעסטע שטערנס פֿון דער ייִדישער טעאַטער־וועלט אין יענער צײַט, בתוכם יעקבֿ ראָטבוים, יעקבֿ קורלענדער, זיגמונט טורקאָוו און יאָסף בולאָוו. אַ באַזונדערער הויכפּונקט איז געווען דער באַזוך פֿון אידאַ קאַמינסקאַ אין 1965, וועלכע איז געקומען פֿון דעם וואַרשעווער ייִדישן מלוכישן טעאַטער ניט לאַנג נאָך איר נאָמינירונג פֿאַרן אָסקאַר אַלס בעסטע אַקטריסע. אין טאַיִב האָט קאַמינסקאַ אויפֿגעפֿירט „מירעלע עפֿראָס“ פֿון יעקבֿ גאָרדין און „לאַכן איז געזונט“ פֿון קאַראָל לאַטאָוויטש.

נאָך דער בלי־תּקופֿה פֿון טאַיִב אין די 1960ער יאָרן, האָט זיך אָנגעהויבן אַ שאַרפֿע ירידה אין געביט פֿון ייִדישער קולטור אין בראַזיל, אַזוי ווי אין אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, צוליב עטלעכע  סיבות: מע האָט אָפּגעשטעלט אָדער שטאַרק אָפּגעשוואַכט די אימיגראַציע פֿון דער אַלטער הײם; ס׳האָט זיך שטאַרק פֿאַרשפּרייט די אַסימילאַציע פֿון די ייִנגערע דורות; און אין די ייִדישע שולן איז געשטיגן דער פּרעסטיזש פֿון העברעיִש אױפֿן חשבון פֿון ייִדיש. ווי אַ פּועל־יוצא האָט זיך דער טעאַטער פּלוצעם געפֿונען אָן אַן עולם.

אָן אַ ברירה, האָט דער טאַיִב געמוזט זיך צופּאַסן צו דער נײַער װירקלעכקײט, און ער האָט אָנגעהױבן אױפֿנעמען פֿאָרשטעלונגען אױף פּאָרטוגעזיש. צװישן די 1960ער און 1980ער יאָרן האָט דער טעאַטער זיך פֿאַרװאַנדלט אין אַ צענטראַל אָרט פֿאַר פּאָליטישן ווידערשטאַנד קעגן דער מיליטערישער דיקטאַטור. אינספּירירט דורך דער פֿריִערדיקער טראַדיציע פֿון פּראָגרעסיוון ייִדישן טעאַטער, האָבן יונגע קינסטלערס געפֿונען אין טאַיִב אַ זיכער אָרט פֿאַר זייערע עקספּערימענטן און פּאָליטישע פּראָטעסטן.

מיטן סוף פֿון דער דיקטאַטור אין 1985 האָט דער טאַיִב פֿאַרלױרן זײַן כּוח װי אַ מאָביליזירונגס־פּונקט פֿון קעגנקולטור און האָט דערמיט פֿאַרלױרן זײַן נײַעם עולם. װאָס קומט דערנאָך זײַנען צװײ יאָרצענדליקער מיט דראַסטיש װײניקער פֿינאַנצירונג און אַ פֿאַרקלענערטער פּראָגראַם. אָנהייב 2000ער יאָרן, נאָך אַ שווערער פֿאַרפֿלייצונג אין דער שטאָט, איז דער קעלער פֿון פֿאָלקס־הױז אין גאַנצן פֿאַרטראָנקען געװאָרן, און דערבײַ אים  איבערגעלאָזט אין אַ נעבעכדיקן מצבֿ. מיטן אױסנאַם פֿון אַ פּאָר פּראָיעקטן, װי למשל די פּראָדוקציע אין 2022 פֿון „מיזרח“ (Leste) — אַ ייִדישן מיוזיקל אינספּירירט פֿון „אַ גאָלדפֿאַדן חלום“, יעקבֿ ראָטבױמס אַ פּיעסע — איז דער טעאַטער געבליבן פֿאַרמאַכט.

אין 2023 האָט דאָס פֿאָלקס־הױז אָבער אַרױסגעגעבן דאָס בוך „טאַיִב — אַ געשיכטע פֿון טעאַטער“, אין אַ צװײשפּראַכיקער אױסגאַבע אױף פּאָרטוגעזיש און ענגליש, מיטגעשריבן פֿון 13 היסטאָריקער, דיריגענטן, אַקטיאָרן, מוזיקער און אַרכיטעקטן, מיטן ציל אָנצוהײבן דעם גרונטיקן רעמאָנט פֿון טעאַטער. מע האָט בדעה צו פֿינאַנצירן דעם פּראָיעקט דורך אַ קאָלעקטיװער געלטאַקציע, אינספּירירט פֿון דער אָריגינעלער קאַמפּאַניע פֿאַר דער גרינדונג פֿון פֿאָלקס־הױז אין די פֿופֿציקער יאָרן.

בעת דער בוך־פּרעמיערע דעם 19טן אויגוסט 2023 Courtesy of Casa de Povo

אינעם ערשטן שטאַפּל פֿון די בױ־אַרבעטן װעט מען צוגרײטן דעם טעאַטער פֿאַר דער אינטערנאַציאָנאַלער צוויייאָריקער קונסט־אונטערנעמונג פֿון סאַאָ־פּאַולאָ — אײנער פֿון די װיכטיקסטע קונסט־פֿעסטיװאַלן פֿון בראַזיל, און אינעם צװײטן שטאַפּל װעט מען אים אומקערן צו זײַן ראָלע אַלס צענטער פֿאַר עקספּערימענטאַלער קונסט. גאָר װיכטיק איז דאָס בויען אַ ליפֿט, װאָס װעט דערמעגלעכן אַ בכּבֿודיקן טײל פֿונעם ייִדיש־רעדנדיקן עולם װידער אָנטײל צו נעמען אין די אַקטיװיטעטן פֿון טאַיִב.

בקיצור׃ דער טאַיִב שטייט איצט פֿאַר אַ היסטאָרישער געלעגנהייט. דורך דעם רעמאָנט,  װעט ער װידער קענען דינען ווי אַ װיכטיקער קונסט־צענטער אין סאַאָ־פּאַולאָ, פֿאַרקערפּערנדיק די רײַכע טראַדיציע פֿון פּראָגרעסיװער ייִדישקײט פֿון דער שטאָט.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
    You must comply with the following:

    • Credit the Forward
    • Retain our pixel
    • Preserve our canonical link in Google search
    • Add a noindex tag in Google search

    See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.