נאָך 10,000 בריתן וועט אַריזאָנער מוהל זיך פּענסיאָנירןAfter doing his 10,000th bris, Arizona mohel is retiring
אַלען זינגער איז אַ קינדער־דאָקטער וואָס האָט דורכגעפֿירט בריתן, מערסטנס פֿאַר רעפֿאָרם־ און קאָנסערוואַטיווע משפּחות

Photo by Wikimedia Commons
Tidbits is a bi-weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief. Listen to the report here:
ווען אַלען זינגער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ קינדער־דאָקטער אין איסט לאַנסינג, מישיגען, האָט ער נישט געוווּסט אַז ער וועט אַ מאָל ווערן אַ מוהל.
אָבער דערנאָך האָט אים איין מאָל אָנגעקלונגען דער „הילל“־רבֿ פֿון מישיגען שטאַטישן אוניווערסיטעט, פֿרעגנדיק אויב ער קען דורכפֿירן אַ ברית פֿאַר זײַן נײַ־געבוירן ייִנגעלע. האָט זינגער מסכּים געווען.
זינט דעמאָלט האָט ער שוין דורכגעפֿירט בערך 10,000 בריתן — נישט בלויז אין מישיגען, נאָר אויך אין פֿיניקס, אַריזאָנע, וווּהין ער האָט זיך אַריבערגעצויגן אין 1990. הגם ער האָט ווײַטער געאַרבעט פֿולצײַטיק ווי אַ פּעדיאַטריקער האָט ער אָפֿט געמאַכט בערך 20 בריתן אַ חודש. איצט אַז ער איז שוין 81 יאָר אַלט, האָט ער באַשלאָסן, אַז ס׳איז צײַט זיך צו פּענסיאָנירן.
במשך פֿון די 30 יאָר שאַצט זינגער אַז אַרום 60% פֿון די בריתן זענען געווען פֿאַר רעפֿאָרם־משפּחות, און 20% פֿאַר קאָנסערוואַטיווע. פֿון צײַט צו צײַט האָבן אָרטאָדאָקסישע משפּחות אים אויך אָנגעקלונגען.
זינגער האָט אָבער קיין מאָל נישט גענומען קיין געלט דערפֿאַר. אַנשטאָט דעם האָט ער געמוטיקט די טאַטעס און מאַמעס צו געבן אַ בײַשטײַער צו אַ ייִדישער אָרגאַניזאַציע.
„איך בין געוואָרן אַ מוהל סתּם ווי אַ באַדינונג לטובֿת דער קהילה,“ האָט ער געזאָגט. „און אויך — ווײַל איך האָב הנאה געהאַט צו העלפֿן משפּחות אָנהייבן זייער קינדס לעבן אויף אַ ייִדישן דרך.“
צו לייענען מער וועגן דעם אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read more about this in English, click here.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO