Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„תּיקו“ — אַ ווייניק באַקאַנטער משל פֿונעם פּאָעט אליעזר שטיינבאַרג, צו זײַן יאָרצײַט ‘A Riddle Without a Solution’ — a little-known fable by poet Eliezer Shteynbarg on his yortsayt

דער העברעיִשער פּאָעט חיים נחמן ביאַליק האָט שוין אין 1911 געהאַלטן שטײנבאַרגס משלים פֿאַר מײַסטערווערק.

דעם 27סטן מאַרץ פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿונעם גרויסן שרײַבער, פּעדאַגאָג און קולטור־טוער אליעזר שטיינבאַרג. ער איז ספּעציעל גוט באַקאַנט פֿאַר זײַנע אויסערגעוויינטלעכע משלים, וואָס אַ זאַמלונג דערפֿון קען מען לייענען דאָ.

שטיינבאַרג איז געבוירן געוואָרן אין ליפּקאַן (Lipkany), בעסאַראַביע אין 1880, און געקראָגן אַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע דערציִונג. אַ בקי אין גמרא און אין העברעיִש, האָט ער אויטאָדידאַקטיש זיך אײַנגעשאַפֿט אַ ברייטע ליטעראַרישע קולטור אויף רוסיש און דײַטש. ווי זײַן שוועסטערקינד יהודה שטיינבערג (אַ פּיאָניר פֿון מאָדערנעם העברעיִשן חינוך), האָט שטיינבאַרג אָנגעפֿירט מיט אַ פּריוואַטער וועלטלעכער שול אין זײַן שטעטל, מיט העברעיִש ווי די הויפּטשפּראַך.

פֿון 1919 אָן געוווינט אין טשערנאָוויץ, וווּ ער האָט צוו״אַ אָנגעפֿירט מיט אַ קינדער־טעאַטער אויף ייִדיש. ווי די אָנגעזעענסטע פּערזענלעכקייט פֿון טשערנאָוויצער ייִדישן שולפֿאַראיין און פֿון דער ייִדישער קולטור־פֿעדעראַציע אין רומעניע (געגרינדט אין 1921), האָט ער געשפּילט אַן ערשטראַנגיקע ראָלע אינעם קולטור־לעבן פֿון רומענישע ייִדן. צווישן 1928 און 1930 געלעבט אין בראַזיל. געשטאָרבן אין טשערנאָוויץ.

גאָר יונג האָט שטיינבאַרג גענומען שרײַבן אויף ייִדיש קינדער־מעשׂהלעך און טעאַטער־שפּילן פֿאַר די תּלמידים פֿון זײַן שול, ווי אויך משלים פֿאַר דערוואַקסענע. די קינדער־פּיעסן אינספּירירן זיך אין פּורים־שפּילן און אין פֿאָלקס־לעגענדעס. די מעשׂהלעך קאָמבינירן פֿאָלקלאָר־מאָטיוון מיט אַ רײַכער אייגענער פֿאַנטאַזיע, פֿרײַ און פּאָעטיש, ווײַט פֿון געקינצלטער קינדישקייט. שטיינבאַרג האָט אויך אַנטוויקלט מקורותדיקע פּעדאַגאָגישע שיטות וווּ עס גיסן זיך צונויף אַלטע חדר־טראַדיציעס מיט מאָדערנע דערציִונגס־פּרינציפּן. דאָס קען מען אָפּשאַצן אין זײַנע צוויי לערן־ביכלעך, „אַלף־בית“ (ייִדיש) און „אַלפֿון“ (העברעיִש), ביידע דערשינען אין טשערנאָוויץ אין 1921.

כאָטש שטײַנבאַרגס משלים האָבן זיך בײַ זײַן לעבן געדרוקט נאָר איינציקווײַז אין צײַטשריפֿטן (אַחוץ איין אָפּקלײַב פֿון 21 משלים, „דורך די ברילן“, דערשינען אין 1928 מיט אַ באַגרענעצטן טיראַזש), זײַנען זיי גיך געוואָרן פּאָפּולער בעל־פּה סײַ דורך זײַנע אייגענע אַרויסטריטן, סײַ אַ דאַנק דער קונסט פֿון אַנדערע פֿאָרלייענערס, ווי דער רעציטאַטאָר הערץ גראָסבאַרד. חיים נחמן ביאַליק — וועמען שטיינבאַרג האָט באַוווּנדערט און איבערגעזעצט אויף ייִדיש — האָט זיי שוין אין 1911 געהאַלטן פֿאַר מײַסטערווערק.

לגבי דעם קלאַסישן אייראָפּעישן משלים־זשאַנער, איז שטיינבאַרג אַ מחדש אין דרײַ אַספּעקטן:  א) די העלדן־גאַלעריע; ב) דער אויסדריק־מכשיר; ג) דער מוסר־השׂכּל.

א) די העלדן זײַנען אָפֿט בעלי־חיים, ווי בײַ עזאָפּ, לאַ פֿאָנטען אָדער קרילאָוו, אָבער זיי רעפּרעזענטירן אַנדערע אַטריבוטן : דער חזיר איז אַ שם־דבֿר נישט פֿאַר שמוציקייט, נאָר פֿאַר קאַרגשאַפֿט און זשעדנעקייט (ער איז דער העלד פֿונעם משלים־ציקל „בעלי־בתּים“); דער בער איז נישט דווקא אומגעלומפּערט, נאָר בלוטיק רויבעריש. די מענטשן־געשטאַלטן זײַנען זעלטענע: ס׳רובֿ העלדן זײַנען אומבאַלעבטע. במקום די געטער און מיטישע פֿיגורן פֿון קלאַסישן משל, באַווײַזן זיך אַ מאָל מלאָכים. באַזונדערש אָריגינעל איז דאָס ווײַזן ווי משלים־העלדן די ייִדישע אותיות און נקודות — אַן אָפּקלאַנג פֿון דער אותיות־פּערסאָניפֿיקאַציע אין דער תּלמודישער אַגדה, אין זוהר און אינעם חדר־פֿאָלקלאָר.

ב) די ייִדישקייט־קולטור איז דאָס הויפּטמיטל דורך וועלכן אַלץ ווערט אויסגעדריקט. תּנך־פּסוקים און גמרא־ווערטלעך, שטיקלעך רשי, אַגדה און מדרש, דינים, מינהגים און אײַנפֿירן פֿון ייִדישן לעבן — קומען כּסדר אַנטקעגן דורך ציטאַטן, פּאַראַפֿראַזעס, רמזים און וואָרטשפּילן.

עס פֿלעכטן זיך אויך אַרײַן אַלוזיעס צו דער מאָדערנער ייִדיש־העברעיִשער ליטעראַטור.  דער מסורהדיקער עלעמענט קען אַפֿילו זײַן דער סטרוקטורירנדיקער גורם פֿון אַ משל. דאָך איז דאָס ייִדישלעכע בלויז מכשיר : נימשל און מוסר־השׂכּל בלײַבן כּלל־מענטשלעך. אַ שטייגער: פֿון די פֿיר נעמען וואָס דער באַרג חרמון טראָגט אין דער תּורה, און פֿון די פֿיר סינאָנימען וואָס זענען פֿאַראַן פֿאַר „היישעריק“ בײַם נבֿיא יואל, וואַקסט אַרויס אַ משל („חרמון“) וווּ סע שפּילט אויך אַ ראָלע דער שור־הבר פֿונעם מדרש, אָבער דער נימשל איז גאָר — די אומגלײַכקייט צווישן מיוחסים און געמיינעם עולם ווען עס קומט צו צאָלן שטײַערן.

ג) דאָרט וווּ דער טראַדיציאָנעלער משל קומט לערנען שׂכל־הישר אָדער אָנווײַזן —  קאָנפֿאָרמיסטיש צי קריטיש — אויף פֿאַקטן פֿונעם לעבן, איז שטיינבאַרגס מוסר־השׂכּל מערסטנס ווײַט פֿון אָפּגעטאָקטע אמתן. ער איז בדרך־כּלל פֿילטײַטשיק און קאָמפּליצירט, אין איינקלאַנג מיט די סתּירות און פּלאָנטערס פֿון דער מענטשלעכער נאַטור און געזעלשאַפֿט. דערמיט איז ער בפֿירוש מאָדערן.

צום בײַשפּיל: אויב אין דער קאָנפֿראָנטאַציע צווישן שפּיז און נאָדל קריגט די נאָדל דאָס לעצטע וואָרט, איז דאָס נישט צוליב געבן גערעכט דעם פֿרידלעכן אַרבעטער קעגן דעם בלוטיקן קריגסמאַן, נאָר צוליבן פּעסימיסטישן אויספֿיר, אַז שטעכן מענטשן איז לעכערלעך, ווײַל מע קען פֿון זיי גאָרנישט מאַכן („די שפּיז און די נאָדל“). דורכן מוסר־השׂכּל זעט מען ערשט, אַז שטיינבאַרגס משל איז „אַ פֿאַבל פֿאַר גײַסטיק דערוואַקסענע, ניט פֿאַר קיין קינדער; פֿאַר דער אינטעליגענץ, ניט פֿאַר דעם פּראָסטן פֿאָלק“ (שמואל ניגער).

אין יעדן משל איז שטיינבאַרגס שפּראַך קונציק צוגעפּאַסט צום מהות פֿונעם העלד. מעג דאָס זײַן אַ מענטשלעכער טיפּ, אַ באַשעפֿעניש, אַ חפֿץ, אַ געוויקס אָדער אַן אַבסטראַקציע — אַרום אים וועבן זיך שפּילעוודיק געשליפֿענע און תּמיד קלייטנדיקע אידיאָמען, ווערטער־אַסאָציאַציעס און מעטאַפֿאָרן. אַלע עלעמענטן פֿון טעקסט רופֿן זיך וווּנדערלעך איבער איינע מיט די אַנדערע. צום באַמערקן איז אויך די רײַכקייט פֿון שטיינבאַרגס גראַמען, זײַן איידעלער הומאָר און דער באַפֿליגלטער ליריזם פֿון זײַן פּאָעטיש לשון.

„אליעזר שטיינבאַרגס שפּראַך־געזינדל באַשטייט פֿון איינס ווי איינס געקליבענע ער־ און זי־עקזעמפּלאַרן, יונג, באַוועגלעך און מיט אַלע חנען פֿונעם מין,“ האָט געשריבן דער ליטעראַטור־קריטיקער שלמה ביקל. „זײַנע אַלע ער־ און זי־ווערטער שטייען אונטערן צייכן פֿון יענעם בראשיתדיקן באַהעפֿטונגס־כּוח […] וואָס אין אים ליגט דער טרויער און די פֿרייד, דער שפּיל און דער ערנסט פֿונעם ניגלהדיקן גיין אַליין און סודותדיקן אָנקום אין צווייען.“

* * *

תּיקו

װאָס סע קען פֿאַרגלוסטן זיך אַ למך —
האָט פֿאַרװאָלט זיך גאָר דעם אײזל װערן רבֿ אין װילנע
אַז ער װיל, נו!
אַז סע ציט אים װי צום עמוד אונדזער טיפּש יאָקל־צמח!
אײַ װאָס? תּורה?
קריגט בײַם מילנער ער די סחורה!
אם אין קמח — אַז ניטאָ קײן מעל, ניטאָ קײן תּורה, שטײט אין פּרק.
נימצא: האָסטו קמח, האָסטו תּורה!
על־פּי צופֿאַל װערט ער דאָס געװױרע
פֿון אַ שמועס, װאָס צו אים זיך צוגעהערט נײַגעריק
און אַרײַנגענומען זיך אין מוחל.
און װי זאָגט מען, יעדער נאַר צו זײַנעם שׂכל —
טרעפֿט דאָס אײזל אויף אַ װעג:
אין די טרוקענע נײַן טעג,
װען די כּלבֿים דרײען אום זיך נעבעך קױטיק,
און ניטאָ קײן פּיצל פֿלײש, קײן בײנדל אויף אַ שהחיינו
זוכט עס אָפּ דעם יאָגהונט װױטעק־רױטעק
(װער זשע קען אים ניט — אַ רױטער הונט אַ קײלעװאָניע),
סודעט אָפּ מיט אים זיך, שליסט אַן אָפּמאַך:
„אַז װעסט מאַכן, כּלבֿ, פֿאַר אַ רבֿ מיך
און מיר העלפֿן אויפֿן כּיסא־הרבנות אין ק״ק װילנע קריכן,
מאַך איך דיך פֿאַר שוחט דאָרט אין גיכן,
און די גוטע־ברידער דײַנע און די קרובֿים, אַלע פֿײַנע בריאות,
פֿאַר נאמנים און משגיחים אין די קאַצעפּיִעס.“
און בײַ הינט, פֿאַרשטײט איר מיך, איז אומר־ואוכל.
נעמט קײן סך ניט, אין אײן הרף־עין
הערט מען שױן אין אַלע גאַסן כּלבֿים שרײַען:
„נידער מיטן אַלטן רבֿ! װאָס טױג דער קאַנעץ מיטן רױכל,
אַז מיר האָבן שױן דאָס גרױסע ליכט, רב אײזל חריף,
װאָס ער שײַנט פֿון מיזרח ביז קיין מערבֿ!
ער אַ למדן און אַ חרוץ! אַ בעל־עצה!
ער װעט ברענגען אונדז משיחן אויף זײַן פּלײצע!“
מילא, בין איך אײַך דאָס מוחל —
כּלבֿים בילן,
װײסן זײ כאָטש װאָס זײ װילן!
(כאָטש פֿון װילן ביז קיין װילנע נאָך אַ װײַטע שטרעקע.)
אָבער הערט, איך בעט אײַך: אױך דער האָן אַרויס גאָר מיט אַ קוקורעקע!
און די גאַנדז, די קאַטשקע און די ציג מיט זײער געגע־מעקע!
װאָס איז דאָס? די עופֿות און די שאָף,
זײ פֿעלט אױך דאָס אײזל פֿאַר אַ רבֿ?
תּיקו!

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
    You must comply with the following:

    • Credit the Forward
    • Retain our pixel
    • Preserve our canonical link in Google search
    • Add a noindex tag in Google search

    See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.