Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אוידיאָ: לכּבֿוד ייִוואָס 100סטן יאָר, הערט ווי מאַקס ווײַנרײַך רעדט בײַם 40סטן יובֿל אין 1965AUDIO: In honor of YIVO’s centennial — listen to Max Weinreich at its 40th anniversary in 1965

בײַ די אָרעמע ייִדן האָט דער ייִוואָ סימבאָליזירט די השׂגה, אַז זיי האָבן נישט מיט וואָס זיך צו שעמען פֿאַר אַנדערע שפּראַכן.

מיט הונדערט יאָר צוריק, אויף אַ זיצונג פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין דער שטאָט ווילנע, האָט מען אָנגענומען אַ מעמאָראַנדום פֿונעם ייִדיש־פֿאָרשער נחום שטיף צו שאַפֿן אַ ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט.

יענע זיצונג רעכנט זיך ווי דער גרינדונגס־מאָמענט פֿונעם ייִוואָ, די חשובֿע ניו־יאָרקער אינסטיטוציע, וואָס שמט איבער דער וועלט מיט אירע רײַכע פּראָגראַמען, אַרכיוו, ביבליאָטעק, ייִדיש־קורסן, אויסשטעלונגען וכדומה.

פֿאַר דער מלחמה איז דער ייִוואָ אין ווילנע געווען קלענער און אָרעמער ווי דער הײַנטיקער ניו־יאָרקער גילגול. גײַסטיק איז ער אָבער געווען נאָך גרעסער: די גײַסטיקע הויפּטקוואַרטיר פֿון ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן, אין דער גײַסטיקער הויפּטשטאָט פֿון ייִדיש — ווילנע.

ספּעציעל בײַ די אָרעמע ייִדן פֿון פּוילן האָט דער ייִוואָ סימבאָליזירט די השׂגה, אַז זיי האָבן נישט מיט וואָס זיך צו שעמען פֿאַר אַנדערע שפּראַכן און פֿעלקער, נישט געקוקט אויפֿן אַנטיסעמיטיזם און דעם ייִדישן ביטול צו זיך אַליין, וואָס האָבן געבושעוועט אין יענע יאָרן.

פֿאַקטיש האָט נחום שטיף פֿאַרטראַכט דעם ייִוואָ אין בערלין, וואָס איז דעמאָלט אויף עטלעכע יאָר געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע אינטעלעקטואַלן. עטלעכע סעקציעס פֿונעם אינסטיטוט, ווי דער היסטאָרישער און דער סטאַטיסטיש־דעמאָגראַפֿישער, זענען  אויף עטלעכע יאָר טאַקע געווען באַזירט אין בערלין — ביז היטלער איז געקומען צו דער מאַכט. דער פֿירער פֿונעם פּעדאַגאָגישן צווײַג, לייבוש לעהרער, האָט געוווינט אין ניו־יאָרק. אָבער אין ווילנע האָבן געוווינט די פֿילאָלאָגן, וואָס האָבן געטאָן ס׳רובֿ פֿון דער אָרגאַניזאַטאָרישער אַרבעט: מאַקס ווײַנרײַך, זעליג קלמנאָוויטש און זלמן רייזען.

פֿון יענער חבֿרה האָט בלויז ווײַנרײַך באַוויזן זיך צו ראַטעווען פֿון דער מלחמה. אין אַ געוויסער מאָס האָט זײַן בלײַבן לעבן דערמעגלעכט, אַז דער ייִוואָ זאָל ממשיך זײַן זײַנע אַקטיוויטעטן אינעם נײַעם ניו־יאָרקער צענטער. ס׳איז צו פֿיל צו דערציילן די גאַנצע געשיכטע פֿון ייִוואָ מיט אַלע טראַגעדיעס און מסירת־נפֿש, וואָס האָט געהאָלפֿן צו ראַטעווען אַ גרויסן חלק פֿון דעם אינסטיטוטס אוצרות. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען, אַז ייִדישע שקלאַפֿן־אַרבעטער, וואָס האָבן געמוזט אַרבעטן פֿאַר די דײַטשן בײַם סאָרטירן ביכער און מאַטעריאַלן אינעם ייִוואָ־בנין, פֿלעגן אַרויסשמוגלען דאָקומענטן פֿון דאָרט און זיי אַרײַנשמוגלען אין ווילנער געטאָ, כּדי די דײַטשן זאָלן זיי נישט צעשטערן.

לכּבֿוד דעם הונדערטסטן יאָרטאָג פֿונעם ייִוואָ איז כּדאַי צו הערן דעם גרינדער אַליין, מאַקס ווײַנרײַך, ווי ער האָט גערעדט לכּבֿוד דעם ייִוואָס 40סטן יובֿל אין 1965. כאָטש ד״ר ווײַנרײַך האָט דורכגעמאַכט אַ צאָל פּערזענלעכע טראַגעדיעס, איז 1965 דווקא געווען אַ גוט יאָר פֿאַר אים און פֿאַר דער ייִדיש־פֿאָרשונג. ער רעדט דאָרט מיט אַ האָפֿענונג און גלויבן אין דער צוקונפֿט. הערנדיק אים, ווייסן מיר אָבער, אַז זײַן דור איבערגעגעבענע ייִדישיסטן איז שױן געװען בײַ די הויכע יאָרן און אַז װייניק פֿון זייערע קינדער װעלן ממשיך זײַן די אַרבעט. הלוואַי האָבן מיר הײַנט 10% אַזוי פֿיל ייִדיש־קענטעניש ווי דער עולם וואָס האָט יענעם טאָג זיך צוגעהערט צו ווײַנרײַכס רעדע.

אין זײַן רעדע שטרײַכט ווײַנרײַך אונטער די פּראָבלעם פֿון לעגיטימירונג, וואָס האָט געפּלאָגט די ייִדיש־וועלט זינט דעם סאַמע אָנהייב. עס איז נישט געווען קיין אויטאָריטעט אין דער ייִדיש־וועלט וואָס קען פּסקענען כּשר און טרייף, נישט בלויז וועגן שפּראַך און גראַמאַטיק, נאָר אויך וואָס שייך וויסנשאַפֿט: וועלכע פֿאָרשערס זענען באַגלייבט און פֿאַרלאָזלעך? כאָטש נחום שטיף האָט פֿאָרגעלייגט אַ צוזאַמענפֿאָר, וואָס זאָל צוגעבן דעם ייִוואָ דאָס נייטיקע חשיבֿות און לעגיטימירונג, איז אַזאַ מין צוזאַמענפֿאָר קיין מאָל נישט פֿאָרגעקומען. דער ייִוואָ האָט לאַנג געדאַרפֿט קעמפֿן, כּדי די “ברייטע מאַסן” זאָלן אים אָנערקענען ווי אַן אויטעריטעט.

אין זײַן רעדע שטרײַכט ווײַנרײַך אונטער די פּראָבלעם פֿון לעגיטימירונג, וואָס האָט געפּלאָגט די ייִדיש־וועלט זינט דעם סאַמע אָנהייב. עס איז ניט געווען קיין אויטאָריטעט אין דער ייִדיש־וועלט וואָס קען פּסקענען כּשר און טרייף, נישט בלויז וועגן שפּראַך און גראַמאַטיק, נאָר אויך וואָס שייך וויסנשאַפֿט: וועלכע פֿאָרשערס זענען באַגלייבט און פֿאַרלאָזלעך? כאָטש נחום שטיף האָט פֿאָרגעלייגט אַ מין צוזאַמענפֿאָר, וואָס זאָל צוגעבן דעם ייִוואָ דאָס נייטיקע חשיבֿות און לעגיטימירונג, איז אַזאַ מין צוזאַמענפֿאָר קיין מאָל נישט פֿאָרגעקומען. דערפֿאַר האָט דער ייִוואָ זיך לאַנג געראַנגל

בײַ דער געלעגנהייט לאָמיר ווינטשן דעם ייִוואָ אַריחת־ימים, כּוח, געזונט און געלט צו קענען אַרבעטן ווײַטער נאָך הונדערט יאָר לטובֿת דער ייִדישער פֿאָרשונג און ייִדישע וויסנשאַפֿטן. כּן יהי רצון! זאָלן מיר זיך שטאַרקן אין אונדזער גלויבן אין ייִדיש און ייִדישקייט, ווי ד״ר ווײַנרײַך בשעתּו האָט געגלייבט. אַפֿילו מיט זײַן גאַנצן אַפּיקורסות און בונדיזם, איז ווײַנרײַך תּמיד געבליבן אַ געטרײַער ייִד און אַ גלייביקער אינעם ייִדישן פֿאָלק. מיר ייִדן, מיט אַלע אונדזערע שטרעמונגען און שבֿטימלעך, האָבן געשאַפֿן אוצרות, וואָס עס איז כּדאַי זיי אָפּצוהיטן און ווײַטער צו אַנטוויקלען פֿאַר די קומעדיקע דורות — און פֿאַרשטייט זיך אויך די ייִדישע שפּראַך אַליין.

 

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
    You must comply with the following:

    • Credit the Forward
    • Retain our pixel
    • Preserve our canonical link in Google search
    • Add a noindex tag in Google search

    See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Highlight or double-click any word to see its English translationDon't show again