אַ בליק צוריק אויף די פֿאָרווערטס־רעקלאַמעס פֿאַר פּסח A look back at the Forward ads for Passover products
קאָקאַ־קאָלאַ“, „מאַקסוועל האַוז“ און אַנדערע גרויסע פֿירמעס האָבן דעמאָלט רעקלאַמירט אינעם פֿאָרווערטס

אַ פּסח־סדר אין דער היים פֿון הרבֿ מאיר הירש, בערך 1920 Photo by flickr
ווען מע קוקט איבער די אַלטע נומערן פֿונעם פֿאָרווערטס, זעט מען אַז אין די וואָכן פֿאַר אַ יום־טובֿ זענען די זײַטן פֿון דער צײַטונג געווען פֿול מיט רעקלאַמעס — בפֿרט פֿאַר פּסח.
אָרטיקע בעקערײַען און קאַפֿעען האָבן אויסגעגעבן גרויסע געלטער אויף רעקלאַמעס אינעם פֿאָרווערטס, כּדי צו פֿאַרזיכערן די קונים אַז אַלץ איז בײַ זיי כּשר לפּסח, ווי אויך זיי צו לאָזן וויסן וועלכע שעהען די קראָמען וועלן זײַן אָפֿן במשך פֿון דער וואָך פֿאַר יום־טובֿ און צי זיי וועלן זײַן אָפֿן חול־המועד אויך.
אין די פֿאָרווערטס־זײַטן פֿון 1968 זעט מען למשל אַ רעקלאַמע פֿאַר דער „גאַרדען קאַפֿעטעריע“ — דעם מילכיקן רעסטאָראַן אויף איסט־בראָדוויי, וווּ ייִדישע שרײַבער ווי יצחק באַשעוויס האָבן דאָרט אָפֿט געגעסן (צום גרויסן טייל, צוליב דעם וואָס דער פֿאָרווערטס־בנין איז געווען אויף דער זעלבער גאַס: אויף איסט בראָדוויי).
די „גאַרדען קאַפֿעטעריע“ האָט געמאָלדן אַז כאָטש זי וועט זײַן געשלאָסן אין די יום־טובֿ טעג, וועט זי זײַן אָפֿן חול־המועד, ווען מע וועט קענען עסן מצה און פּסחדיקע מאכלים אויף שפּאָגל־נײַעם געשיר.
אן אַנדער באַקאַנטע רעקלאַמע פֿון די 1960ער יאָרן האָט געמאָלדן, אַז אַמעריקעס באַליבטע סאָדע, „קאָקאַ־קאָלאַ“, איז כּשר לפּסח: „קאָוק גיט צו לעבעדיקייט צו דעם יום־טובֿ,“ שטייט געשריבן איבער אַ טיש צוגעגרייט צום סדר. אונטערן בילד גיבן זיי צו צוויי אַנדערע כּשר לפּסחדיקע סאָדעס, וואָס זענען דעמאָלט געווען פּאָפּולער: „טעב“ און „פֿרעסקאַ“.
די באַליבטע שפּײַז־ און ווײַן־פֿירמע „מאַנישעוויץ“, וואָס האָט ערשט מיט עטלעכע וואָכן צוריק אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן אירע פּאַטראָוועס פֿון אַ קיאָסק אויף די גאַסן פֿון מאַנהעטן, האָט במשך פֿון דער פֿאָרווערטס־געשיכטע ערבֿ־פּסח שטאַרק רעקלאַמירט איר טראַדיציאָנעלן געדיכטן זיסן רויטן ווײַן, ווי אויך איר ווייניקער באַקאַנטע שאַמפּאַניע. אינטערעסאַנט, וואָס בײַם סוף פֿון דער רעקלאַמע זעט מען די אונטערשריפֿטן פֿון צוויי רבנים, וואָס באַשטעטיקן אַז מאַנישעוויץ־ווײַן איז כּשר לפּסח — כאָטש ס׳רובֿ פֿאָרווערטס־לייענער זענען נישט געווען קיין פֿרומע ייִדן.
יענע לייענער וואָס האָבן נישט געהאַט קיין צײַט אָדער כּוח צו באַקן דעזערט צום סדר האָבן זיך נישט געדאַרפֿט זאָרגן. די צוויי לעגענדאַרע בעקערײַען — „שיקס“ און „גערטעלס“ — האָבן אין זייער בשותּפֿותדיקער רעקלאַמע דערקלערט אַז זיי האָבן צוגעגרייט „אַ גאָר רײַכן אויסוואַל פֿון געשמאַקע און פֿײַנסטע געבעקסן“. זיי דערקלערן אַז אַלץ איז דאָרט געמאַכט „אונטער דער שטרענגסטער רבנישער השגחה“ פֿון רבנים אין באָראָ־פּאַרק און אַז די פּסחדיקע געבעקסן האָט מען אַפֿילו געמאַכט אין אַן אַנדער אָרט ווי דאָס בעקערײַ פֿון אַ גאַנץ יאָר. און לטובֿת יענע ייִדן וואָס האָבן זיך געהיט מיט זייער געזונט, האָבן זיי אויך געמאַכט געבעקסן אָן צוקער און אָן זאַלץ.
פּסח איז אַן אַלטע טראַדיציע צו עסן באָרשט. דעריבער האָט די פֿירמע „גאָלדס“ רעקלאַמירט איר כּשר לפּסחדיקן באָרשט, דערקלערנדיק: „אַלע באָרשטן ווערן ניט געמאַכט גלײַך.“ דערבײַ האָט מען אויך געלאָזט די בעל־הביתטעס וויסן אַז דער באָרשט קומט מיט אַ מתּנהלע: דעם פֿלאַש קען מען איבערניצעווען (recycle בלע״ז) פֿאַר אַנדערע זופּן און געטראַנקען. אַ מציאה!

יאָרן לאַנג איז די הגדה פּובליקירט פֿון „מאַקסוועל האַוז“ קאַווע געווען איינע פֿון די פּאָפולערסטע הגדות אין אַמעריקע. דאָס איז געווען אַ בײַשפּיל פֿון גוטן מאַרקעטינג, ווײַל אַזוי האָבן ייִדן אויטאָמאַטיש געקויפֿט יענע קאַווע פֿאַר דער פּסח־וואָך. ווי עס שטייט אין דער רעקלאַמע, איז די קאַווע אויף געווען אַ מוז בײַם סדר: „קיין זאַך האָט אַ בעסערן טעם בײַם סוף פֿון דער סדר־מאָלצײַט ווי אַ הייס טעפּעלע ‘מאַקסוועל האַוז’ קאַווע.“

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO