כ׳בענק נאָך די וועלטלעכע ייִדן וואָס האָבן אָפּגעריכט אַ טראַדיציאָנעלן סדר Longing for those secular Jews who led a traditional seder
מײַן פֿעטער יונה האָט נישט געהיט שבת און כּשרות אָבער בײַם אָפּריכטן דעם סדר האָט ער געקלונגען ווי אַ פֿרומער ייִד

מײַן פֿעטער יונה און מומע ביילע גאָטעסמאַן Courtesy of Itzik Gottesman
איך זיץ דאָ און הער זיך צו צום קול פֿון מײַן פֿעטער יונה ז״ל ווי ער ריכט אָפּ דעם פּסח־סדר אינעם יאָר 1962… און איך קוועל דערפֿון.
יונה גאָטעסמאַן איז געווען אַ סעקולערער ייִד, אָדער ווי מע פֿלעג עס רופֿן אין יענע יאָרן — אַ וועלטלעכער. ער האָט נישט געהיט שבת אָדער כּשרות, און טאַקע דערפֿאַר איז בײַ אים נישט געווען קיין מניעה צו רעקאָרדירן זײַן קול בײַם סדר. אָבער ווען מע הערט ווי ער זאָגט דעם יום־טובֿדיקן קידוש, אָדער דעם „הא לחמא עניא‟ (די דערקלערונג וואָס רופֿט יעדן איינעם וואָס ס׳איז הונגעריק צו קומען און עסן) אָדער דעם „אחד מי יודע‟, דאַכט זיך דיר אַז סע זינגט אַ פֿרומער ייִד מיט אַ קיטל. ער זאָגט די הגדה מיט אַ ניגון וואָס חזרט זיך כּסדר איבער און די ווערטער פֿליִען פֿאַרבײַ אַזוי גיך אַז ס׳איז מיר אַ מאָל שווער צו דערקענען וווּ ער האַלט. אָבער טאַקע דערפֿאַר קלינגט עס אַזוי נאַטירלעך.
אונטן קענט איר אַליין הערן ווי יונה גאָטעסמאַן ריכט אָפּ דעם סדר. די ערשטע 30 סעקונדעס זענען שווער צו הערן אָבער דערנאָך הערט מען שוין אַ סך בעסער.
ווי אַ סך ייִדן פֿון זײַן דור איז דער פֿעטער דערצויגן געוואָרן אין אַ פֿרומער שטוב. די משפּחה האָט געוווינט אין סערעט, אין דער בוקאָווינע, און יונה האָט, אַ פּנים, גוט געדענקט דעם נוסח פֿון זײַן טאַטן, חיים, וואָס האָט געדאַוונט סײַ בײַ די וויזשניצער חסידים, סײַ בײַ די סאַדעגערער. ווי עס דערציילט זײַן זון, איציק גאָטעסמאַן, האָט יונהס טאַטע אָנגעשטעלט אַ גמרא־מלמד צו לערנען מיט אים ווײַל קיין ישיבֿה איז אין סערעט נישט געווען. אַפֿילו מיט יאָרן שפּעטער, ווען יונה האָט שוין אויסשטודירט אויף דאָקטער און מער נישט געפֿירט קיין פֿרום לעבן, אַז ער איז געפֿאָרן צו גאַסט צו טאַטע־מאַמע האָט דער טאַטע אָנגעשטעלט פֿאַר אים אַ גמרא־לערער.
אונדזער שרײַבערין מרים האָפֿמאַן דערציילט אַז איר מאַן, מענדל ז״ל, אויך אַן אָפּשטאַמיקער פֿון די וויזשניצער חסידים, האָט געטאָן דאָס זעלבע. נישט געקוקט אויף דעם וואָס ער האָט נאָכן חורבן (בפֿרט נאָך דעם וואָס ער האָט אָנגעוווירן זײַן טאַטע־מאַמע, זײַן 12־יעריק ברידערל בנימעלע און דרײַ שוועסטער אין גאַזקאַמער) אָפּגעוואָרפֿן זײַן אמונה און אַפֿילו געהייסן זײַן פֿרוי נישט פּראַווען קיין שבת אָדער האַלטן אַ כּשרע קיך אויס כּעס צום אייבערשטן, פֿלעגט ער יעדן פּסח זיך אָנטאָן אַ יאַרמלקע און אָפּריכטן דעם גאַנצן סדר אויפֿן אַלטן שטייגער.
אויך מײַן טאַטע האָט יעדעס יאָר אָנגעפֿירט מיט אַ טראַדיציאָנעלן סדר אויף לשון־קודש כאָטש ער איז, אין פֿאַרגלײַך מיט יונהן און מענדלען, דווקא נישט דערצויגן געוואָרן אין אַ פֿרומער היים. ווי אַ דערוואַקסענער האָט ער זיך אַליין אויסגעלערנט ווי אָפּצוריכטן דעם סדר — מסתּמא טאַקע פֿון זײַן שוואָגער יונה — ווײַל ער האָט געוואָלט אַז דער סדר זאָל האָבן אַ דורותדיק פּנים.
מיט אַנדערע ווערטער, אין יענע יאָרן איז געווען אָנגענומען אַז איינער וואָס האַלט זיך פֿאַר אַ פֿולשטענדיקן סעקולערן ייִד קען נאָך אַלץ, כאָטש איין מאָל אַ יאָר, אָנפֿירן מיט אַ רעליגיעזע צערעמאָניע (אַפֿילו אַ דרײַ־שעהיקן ריטואַל ווי דער סדר), כאָטש עס דערמאָנט גאָט אויף שריט און טריט.

אַן אַטעיִסט וואָלט אפֿשר געשטעלט די פֿראַגע: וואָס איז דער שׂכל פֿון מאַכן ברכות און דורכפֿירן רעליגיעזע ריטואַלן ווען מע גלייבט אַליין נישט אין דעם? איז דאָס נישט אַ מין נישט־אויסגעהאַלטנקייט? מײַן טאַטע ע״ה פֿלעגט, למשל, יעדן שבת מאַכן קידוש און המוציא אויף אַזאַ נאַטירלעכן אופֿן, אַז איך בין געווען זיכער ער איז אַ גלייביקער. און דערפֿאַר ווען איך האָב צו 17 יאָר אַליין זיך פֿאַראינטערעסירט אין גײַסטיקע ענינים און געפּרוּווט פֿאַרפֿירן אַ שמועס מיט אים וועגן דעם, האָט ער פּלוצלינג אויסגערופֿן: „פֿאַר וואָס פֿרעגסטו מיך די אַלע שאלות? דו ווייסט דאָך, אַז איך בין אַן אַטעיִסט!‟
„דו ביסט אַן אַטעיִסט?‟ האָב איך איבערגעפֿרעגט, אַ פֿאַרחידושטע. „פֿאַר וואָס זשע האָסטו די אַלע יאָרן געמאַכט קידוש און המוציא יעדן שבת?‟
זײַן ענטפֿער: „צוליב אײַך!‟
לאַנגע יאָרן האָב איך איבערגעקלערט וואָס עס מיינט טאַקע דער „צוליב אײַך‟. הייסט עס, אַז ער אַליין האָט נישט הנאה געהאַט דערפֿון? אַז דאָס איז בלויז געווען אַ מיטל צו פֿאַרבעסערן די שאַנסן אַז זײַנע קינדער זאָלן זיך שטאַרק אידענטיפֿיצירט ווי ייִדן?
אַז איך קלער איצט וועגן דעם, זעט מיר אויס אַז עס זענען מסתּמא געווען עטלעכע סיבות פֿאַר וואָס די דרײַ וועלטלעכע ייִדן (צוויי פֿון זיי — געשוווירענע אַטעיִסטן) און אַ סך אַנדערע פֿון זייער דור, זענען געווען גרייט אָנצופֿירן מיט אַ רעליגיעזן סדר. ערשטנס, ווי מײַן טאַטע האָט געזאָגט, האָבן זיי עס געטאָן פֿאַר זייערע קינדערס וועגן. ס׳שטייט דאָך בפֿירוש געשריבן אין דער הגדה: „והגדת לבנך — זאָלסט דערציילן דײַנע קינדער וואָס ס׳איז געשען אין לאַנד מצרים‟.
נו, אויב אַזוי, האָבן זיי דאָך געקענט פּשוט דערציילן די געשיכטע פֿון די ייִדן אין מצרים און זייער באַפֿרײַונג אויף אַ סעקולערן אופֿן, אָן צו דערמאָנען גאָט בכלל. זיי האָבן געקענט ניצן די הגדה אַרויסגעגעבן פֿונעם אַרבעטער־רינג אָדער אַן אַנדער סעקולערער ייִדישער אינסטיטוציע. זיי האָבן דאָס אָבער נישט געטאָן. יאָ, אויפֿן סדר־טיש זענען טאַקע געלעגן די וועלטלעכע הגדות, כּדי מע זאָל קענען זינגען בציבור די שיינע מאָדערנע ייִדישע לידער ווי אַבֿרהם רייזענס „אויפֿן ניל‟, דוד עדעלשטאַדטס „אין דעם לאַנד פֿון פּיראַמידן‟ און יצחק לוקאָווסקיס „חד גדיא‟. די וועלטלעכע הגדה איז אָבער בלויז געווען אַ צוגאָב צום סדר, נישט דער הויפּטטעקסט.
מיט אַנדערע ווערטער, די אָ דרײַ וועלטלעכע ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן האָבן געוואָלט ביידע: סײַ דעם כּמעט צוויי טויזנט־יאָריקן נוסח, סײַ די וועלטלעכע ייִדישע עלעמענטן.
אויב אַזוי איז די כּוונה, אַ פּנים, געווען עפּעס שטאַרקערס ווי בלויז איבערגעבן די געשיכטע פֿון יציאת־מצרים. ס׳איז אויך געווען אַן אופֿן צו ווײַזן דעם ייִנגערן דור ווי רײַך און ווי טיף איז די ייִדישע טראַדיציע; אַז ייִדיש איז נישט בלויז אַ לשון נאָר אַ גאַנצע קולטור, וואָס איז אָנגעזאַפּט מיט רעליגיעזן וויסן; אַז אַ ייִד דאַרף קענען, אָדער כאָטש זײַן היימיש מיט, דעם רעליגיעזן אַספּעקט פֿון דער ייִדישער טראַדיציע, אַפֿילו אויב ער אַליין איז נישט קיין פֿרומער.
פֿון מײַן זײַט בין איך גאָר צופֿרידן וואָס איציק גאָטעסמאַן האָט אָנגעהאַלטן די רעקאָרדירונג פֿון זײַן טאַטן. איצט קען איך — און ווער נאָך עס וויל נאָר — זיך אויסלערנען דעם סדר־נוסח פֿון די אַמאָליקע בוקאָווינער ייִדן און דערבײַ באַרײַכערן דעם אייגענעם סדר.
אָט קענט איר הערן ווי דער פֿעטער יונה ריכט אָפּ דעם סדר. אין אָנהייב איז דער קלאַנג צו שטיל אָבער בײַ 25 סעקונדעס הערט מען שוין בעסער:
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO