יצחק באַשעװיסעס מיינונגען וועגן די אַמעריקאַנער ייִדןIsaac Bashevis’ opinion of American Jews
אין זײַנע „פֿאָרווערטס“־אַרטיקלען האָט ער קריטיקירט זייער צוגאַנג צום חורבן און צו ייִדישקײט.

Photo by Chuck Fishman/Getty Images

ווי אַ לאַנגיאָריקער מיטאַרבעטער פֿונעם „פֿאָרװערטס“ האָט יצחק באַשעװיס־זינגער געדרוקט זײַנע טעקסטן אונטער פֿאַרשײדענע פּען־נעמען, אָפּהענגיק פֿונעם זשאַנער. פֿאַר זײַנע ליטעראַרישע װערק האָט ער גענוצט דעם נאָמען יצחק באַשעװיס, בעת זײַן פּובליציסטיק פֿלעגט ער אונטערשרײַבן װי יצחק װאַרשאַװסקי אָדער ד. סעגאַל.
הײַנט זײַנען באַשעװיסעס בעלעטריסטישע װערק װײַט באַקאַנט, דער עיקר אין איבערזעצונגען אױף אַנדערע שפּראַכן, אָבער די אַרטיקלען פֿון װאַרשאַװסקי און סעגאַל זײַנען פֿאַרבליבן באַגראָבן אױף די זײַטן פֿון אַלטע צײַטונגען. מיט אַנדערטהאַלב יאָר צוריק האָט דער ייִדישער ביכער־צענטער אַרױסגעגעבן אױף ענגליש אַ זאַמלונג פֿון װאַרשאַװסקיס אַרטיקלען פֿאַר די יאָרן 1939־1947, רעדאַקטירט און איבערגעזעצט דורך דוד סטראָמבערג. איצט איז אַרױס דער המשך, „יצחק באַשעװיס זינגער: שריפֿטן װעגן ייִדיש און ייִדישקײט: אַ גײַסטיקע איבערשאַצונג, 1946־1955“.
דאָס ערשטע יאָרצענדליק נאָכן חורבן איז געװען גורלדיק פֿאַר באַשעװיסעס ליטעראַרישער קאַריערע. „אין משך פֿון יענע צען יאָר האָט באַשעװיס דורכגעמאַכט אַ פֿולן איבערקער. ער האָט פֿון דאָס נײַ איבערגעשאַצט אַלץ, װאָס ער האָט געוווּסט, געשטעלט אונטער אַ פֿרעגצײכן אַלע השערות זײַנע, און איבערגעפֿורעמט סײַ זײַן קינסטלערישע װיזיע סײַ זײַן השׂגה װעגן דער ראָלע, װאָס דער ליטעראַרישער קינסטלער שפּילט אין דער הײַנטיקער װעלט,“ שרײַבט סטראָמבערג.
דאָס איז געװען די צײַט, װען באַשעװיס האָט זיך קונה־שם געװען בײַ דעם ענגלישן לײענער, אָבער זײַן װעג אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור איז ניט געװען גלאַטיק. די ענגלישע איבערזעצונג פֿון זײַן גרױסן ראָמאַן „די פֿאַמיליע מושקאַט“ (1950) איז ניט געװען קײן דערפֿאָלג, און ניט ביז שאול בעלאָוס איבערזעצונג פֿון זײַן דערצײלונג „גימפּל תּם“ (1953) האָט באַשעוויס באַקומען פּאָזיטיװע קריטישע אָפּרופֿן.
הגם יצחק באַשעװיס און יצחק װאַרשאַװסקי זײַנען געװען די פּען־נעמען פֿונעם זעלבן שרײַבער, זײַנען דאָס געװען צװײ פֿאַרשײדענע ליטעראַרישע פּערזאָנען. באַשעװיס איז געװען אַ מאָדערנער ליטעראַרישער קינסטלער, װאָס האָט געשאַפֿן װעלטן דורך זײַן כּוח־הדמיון. װאַרשאַװסקי איז געװען אַ פּובליציסט מיט אַן אױסגעשפּראָכן קאָנסערװאַטיװער אידעאָלאָגישער שיטה. זינגערס װעלטבאַנעם איז שטאַרק באַװירקט געװאָרן דורכן חורבן. אין זײַנע ליטעראַרישע װערק האָט ער אַרויסגעוויזן אַ טיפֿן אינטערעס צו דער פּסיכאָלאָגישער טראַװמע פֿון ייִדן, װאָס האָבן דורכגעמאַכט דעם גיהנום.
װאַרשאַװסקי איז געװען קעגן װאָסער ניט איז ספּעקולאַציעס אױף דער דאָזיקער טעמע. זײַנע װערטער פֿון 1948 קלינגען גאַנץ אַקטועל הײַנט: „ס’האָט זיך לעצטנס געשאַפֿן בײַ ייִדן אַ זײער טרױעריקע געװױנהײט: מ׳האָט אָנגעהױבן מאַכן אַ צו־גרױסן געברױך פֿון אונדזער גרעסטן חורבן, פֿון די זעקס מיליאָן ייִדן, װאָס זײַנען אומגעקומען אין אײראָפּע.“ די זעקס מיליאָן ייִדן, האָט ער געטענהט, זײַנען געװאָרן אַ טעמע װאָס אײניקע געלט־זאַמלערס נוצן אױס אױף צו מאַכן געלט.
אַזױ װי אין אַנדערע פֿאַלן, באַטאָנט װאַרשאַװסק דעם קאָנטראַסט צװישן די אַלטע דורות ייִדן און דעם הײַנטיקן אַמעריקאַנער ייִדנטום: „אונדזערע טאַטעס און זײדעס האָבן געהאַט בלױז אײן טאָג אין יאָר, װען מ׳האָט געקלאָגט אױפֿן חורבן פֿון בית־המקדש.“ הײַנטיקע ייִדן, בפֿרט ייִדישע ליטעראַטן, פֿירן זיך אַנדערש: „די דיכטער האַלטן אין אײן מאַכן גראַמען צו טרעבלינקע, צו מאַידאַנעק, צו אַשװיענטשים [אױשװיץ]. מ׳שפּילט װעגן אונדזער חורבן טעאַטער. די פֿאַרטיליקונג פֿון ייִדישן פֿאָלק װערט אױסגענוצט אױף די סאַמע פֿאַרשידנסטע אופֿנים.“
אײן ציל פֿון װאַרשאַװסקיס קריטיק איז געװען די אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטור. די פֿירנדיקע אַמעריקאַנער ייִדישע מחברים, אַזעלכע װי ה. לײװיק, יעקבֿ גלאַטשטײן און יוסף אָפּאַטאָשו זײַנען געקומען קײן אַמעריקע פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה און האָבן זיך שױן געפֿילט הײמיש אינעם נײַעם לאַנד. דער חורבן האָט זײ טיף דערשיטערט און געצװוּנגען פֿון דאָס נײַ צו באַטראַכטן זײער באַציִונג צו ייִדישקײט. זײ האָבן זיך אומגעקערט צו דער חורבן־טעמע װי אַ מין תּשובֿה פֿאַרן „חטא“ פֿון אַמעריקאַניזירונג.
באַשעוויס האָט ניט געהערט צו דער דאָזיקער גרופּע און זיך געפֿילט אַ סך נעענטער צו די פּױלישע ייִדן, װאָס זײַנען פֿאַרבליבן אין אײראָפּע און אומגעקומען אינעם חורבן. די אַמעריקאַנער ייִדן האָט ער אױסגעמאָלט אין זײַנע װערק װי גראָבע און װוּלגאַרע מענטשן, װאָס האָבן לאַנג פֿאַרגעסן דעם טעם פֿון דער עכטער ייִדישקײט. להיפּוך צו דעם רבֿ אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטן און כּלל־טוער, איז ער קײן מאָל ניט געװען אַן אָנהענגער פֿון סאָציאַליזם.
די קאָנסערװאַטיװע אידעאָלאָגיע פֿון װאַרשאַװסקיס אַרטיקלען איז געווען גאַנץ אַנדערש פֿון דער סאָציאַליסטישער ריכטונג פֿונעם „פֿאָרװערטס“, אַ סימן פֿון דער אידעיִשער אָפֿנקײט פֿון דער רעדאַקציע. װאַרשאַװסקי איז אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿון אַמעריקאַנער ייִדנטום בכּלל און ייִדישע ליטעראַטן בפֿרט, אָבער ער איז אױך אַ הײסער פּאַטריאָט פֿון אַמעריקע. ער לױבט אַמעריקע װי אַ לאַנד, װאָס איז געבױט געװאָרן אױף די יושרדיקע יסודות פֿון דער קאָנסטיטוציע. אין דעם זין, האַלט ער, איז אַמעריקע ענלעך צום ייִדנטום.
װאַרשאַװסקי האָט פֿאָרגעלײגט אַן אוטאָפּישע פּראָגראַם פֿאַרן אױפֿבױען די ייִדישע קולטור אין אַמעריקע: „ייִדישע ליטעראַטור אין אַמעריקע קאָן עקזיסטירן בלױז דעמאָלט װען דער ייִדישער שעפֿער װעט מיט צײן און נעגל זיך קלאַמערן אין אונדזער גײַסטיקער ירושה […] מיר מוזן דאָ קענען מער פֿון מענדעלע, שלום־עליכם און פּרץ, װײַל מיר האָבן ניט יענעם קאָנטאַקט מיטן פֿאָלק, װאָס זײ האָבן געהאַט.“ כּדי אױפֿצוהאָדעװען דעם נײַעם דור ייִדישע שרײַבער, האַלט װאַרשאַװסקי, „מוז געשאַפֿן װערן אַ סאָרט סעמינאַר אָדער בית־מדרש, װוּ עס זאָלן דערצױגן װערן בחורים, װאָס װילן אַװעקגעבן דאָס לעבן פֿאַר ייִדישקײט.“
סטראָמבערגס אױסקלײַב פֿון װאַרשאַװסקיס עסײען גיט דעם הײַנטיקן ענגלישן לײענער אַ גוטן איבערזיכט פֿון באַשעוויסעס װעלטבאַנעם. פֿאַר יעדן אַרטיקל האָט סטראָמבערג אָנגעשריבן אַ קורצע הקדמה, װאָס פֿאַרסך־הכּלט און טײַטשט אױס זינגערס פּאָזיציע װעגן דעם אָדער יענעם ענין. צומאָל װילט זיך, אַז סטראָמבערג זאָל זײַן אַ ביסל קריטיש לגבי װאַרשאַװסקיס געדאַנקען און דעות. זינגערס שאַרף־נעגאַטיװער אָפּשאַצונג פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטן שפּיגלט אָפּ אי זײַן אָפּלײקענינג פֿון דער לינקער אידעאָלאָגיע, אי זײַן אָפּגעפֿרעמדקײט פֿונעם אַמעריקאַנער ליטעראַרישן הױפּטשטראָם. דאָס איז געװען זײַן סטראַטעגיע פֿון פֿאָרשטעלן זיך װי אַ יחיד־במינודיקער ייִדישער שרײַבער.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO