Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איין יאָר וואָס די סאָוועטן האָבן געזוכט פֿאַרבינדונג מיט ישׂראלOne year that the Soviet Union sought ties with Israel

ווען שמואל יוסף עגנון האָט געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע האָט די סאָוועטישע פּרעסע אים וואַרעם באַשריבן.

דער אַרטיקל איז לכתּחילה פּובליקירט געוואָרן דעם 26סטן אַפּריל 2016

ווי באַקאַנט זײַנען די באַציִונגען צווישן מדינת־ישׂראל און דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געווען לחלוטין ניט קיין פֿרײַנדלעכע. דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך דאָך געחבֿרט מיטן אַראַבישן צד. אין 1966 האָט זיך אָבער עפּעס אַ וואַרעמקייט אַנטוויקלט צווישן די צוויי לענדער. איך ווייס ניט פּינקטלעך, לכל־הפּחות דערווײַל, מיט וואָס די דאָזיקע וואַרעמקייט איז געווען פֿאַרבונדן. פֿון איין זײַט, פּאָליטיש, זײַנען אָבער געווען קאָנטיק קלאָרע סימנים, אַז דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט געפּרוּווט האָבן גוטע באַציִונגען מיט ישׂראל אין ניט־מיליטערישע געביטן.

אין יאָר 1966 איז צום ערשטן מאָל קיין ישׂראל געקומען אַ סאָוועטיש־ייִדישער זשורנאַליסט. אַזוינע זשורנאַליסטן האָבן אפֿשר אויך פֿריִער באַזוכט די יונגע ייִדישע מדינה, אָבער איצט איז געקומען אַן עכטער, דערפֿאַרענער ייִדישער צײַטונג־מענטש. שלמה ראַבינאָוויטש האָט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געאַרבעט אין פֿאַרשיידענע ייִדישע צײַטשריפֿטן. נאָך דער מלחמה איז ער געווען דער שטעלפֿאַרטרעטער פֿון דער מאָסקווער צײַטונג „אייניקייט‟, וועלכע עס האָט אַרויסגעגעבן דער ייִדישער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט. אין 1949 האָט מען אים אַרעסטירט און געשיקט אין „גולאַג‟.

נאָך זײַן באַפֿרײַונג און רעהאַביליטאַציע האָט מען שלמה ראַבינאָוויטשן געמאַכט פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר שריפֿטלעכע און פּערזענלעכע קאָנטאַקטן מיט אויסלענדישע ייִדישער אויסגאַבעס. זײַנע ישׂראלדיקע רײַזע־נאָטיצן האָבן זיך באַוויזן אויף רוסיש און אויף ייִדיש. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע סאָוועטישע פּובליקאַציעס פֿון אַזאַ מין, האָבן ראַבינאָוויטשעס באַשרײַבונגען אויסגעזען ווייניקער קריטיש.

אין דעם זעלבן יאָר האָט דער העברעיִשער שרײַבער שמואל יוסף עגנון באַקומען אַ נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור — מע האָט די פּרעמיע דעמאָלט צעטיילט צווישן אים און נעלי סאַקס, וואָס האָט זיך באַזעצט אין שוועדן ווי אַ פּליט פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד. לויט סאַקס, האָט עגנון פֿאָרגעשטעלט ישׂראל, בעת זי האָט פֿאָרגעשטעלט די „יסורים פֿונעם ייִדישן פֿאָלק‟.

כאַראַקטעריסטיש, אַז די סאָוועטישע פּרעסע האָט גאַנץ וואַרעם באַשריבן עגנונען. נאָך מער: אַהרן ווערגעליס, דער רעדאַקטאָר פֿונעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, האָט זיך געטראָפֿן מיטן נײַעם נאָבעל־לאַורעאַט, ווען יענער האָט, פֿאָרנדיק פֿון שוועדן, זיך אָפּגעשטעלט אין לאָנדאָן. אין קיין איבערזעצער האָבן זיי זיך ניט גענייטיקט. עגנון האָט דאָך ניט פּשוט געקענט ייִדיש; אַ טייל פֿון זײַנע ווערק האָט ער אָנגעשריבן אויף ייִדיש.

ס׳איז קלאָר, אַז ווערגעליס וואָלט אָן אַ דערלויבעניש פֿון די „הויכע פֿענצטער‟ בשום־אופֿן זיך ניט פֿאַרבונדן מיט קיין ישׂראלדיקן שרײַבער. און קיין לאָנדאָן האָט ער אויך ניט געקענט זיך אַרײַנכאַפּן סתּם אַזוי, לויט זײַן אייגענער איניציאַטיוו. דאָס האָט געמוזט זײַן דורכגעטראַכט און ניט איין מאָל איבערגערעדט. ווערגעליסעס באַריכט וועגן זײַן לאָנדאָנער באַגעגעניש איז אַרויס ניט בלויז אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟, נאָר אויך אויף רוסיש, אין דער צײַטונג פֿונעם סאָוועטישן שרײַבער־פֿאַראיין.

בינו־לבינו, האָבן זיך געפֿירט פֿאַרהאַנדלונגען צווישן דעם זעבלן ווערגעליסן און אַבֿרהם סוצקעווערן, רעדאַקטאָר פֿון דעם ישׂראלדיקן ליטעראַרישן זשורנאַל „די גאָלדענע קייט‟. די רייד איז געגאַנגען וועגן צונויפֿשטעלן „גאַסט־נומערן‟. לויט דעם דאָזיקן פּלאַן, וואָלט „די גאָלדענע קייט‟ געדרוקט אַ נומער מיט ווערק פֿון סאָוועטישע שרײַבער, בעת דער „סאָוועטיש היימלאַנד‟ וואָלט געדרוקט ישׂראלדיקע שרײַבער. אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, זײַנען ווערגעליס און סוצקעווער געווען פּערזענלעך באַקאַנט — פֿון דער צײַט, ווען סוצקעווער איז נאָך געווען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

אָנהייב דעצעמבער 1966 איז געשען אַ גאָר וויכטיקע זאַך. אין יענער צײַט איז אין פֿראַנקרײַך געווען אויף אַ באַזוך דער סאָוועטישער פּרעמיער־מיניסטער אַלעקסיי קאָסיגין. דער הויכגעשטעלטער סאָוועטישער גאַסט האָט פּאָזיטיוו געענטפֿערט אויף אַ פֿראַגע פֿון אַ זשורנאַליסט, צי די סאָוועטישע רעגירונג איז געווען גרייט אַרויסלאָזן אַזעלכע מענטשן, וואָס „ווילן זיך פֿאַראייניקן מיט זייערע אויסלענדישע קרובֿים‟. די דאָזיקע ווערטער זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דער מאָסקווער צײַטונג „איזוועסטיִיאַ‟ און מע האָט זיי אויסגעטײַטשט ווי אַ קלאָרן סיגנאַל, אַז מע קען אָנגעבן דאָקומענטן אויף אַרויסצופֿאָרן פֿון לאַנד. קאָסיגין האָט, בלי־ספֿק, זיך צוגעגרייט צו אַזאַ פֿראַגע, זי אפֿשר פֿריִער דורכגערעדט מיטן גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, לעאָניד ברעזשנעוון.

אָבער פֿון אָט דער גאַנצער „אָדליגע‟ איז אין דעם פֿראָסט פֿון דער קאַלטער מלחמה ממש גאָרנישט ניט פֿאַרבליבן אין יוני 1967, ווען ישׂראל האָט געמוזט פֿירן אַ מלחמה, וואָס איז באַקאַנט ווי די זעקס־טאָגיקע מלחמה, מיט די אַראַבישע שכנים. דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט באַשולדיקט ישׂראל אין „אַגרעסיע‟ און אָפּגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיטן „אַגרעסאָר‟. און אַזוי איז עס פֿאַבליבן כּמעט ביזן סוף פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.