אוידיאָ: „מילכיקס“ — שלום־עליכמס אַ דערציילונג לכּבֿוד שבֿועותAudio: ’Dairy delicacies’ — a Shavuos story by Sholem Aleichem
אין דער מעשׂה רעכנט ער אויס אַ צאָל וועגעטאַרישע מאכלים, וואָס ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע האָבן אַ מאָל געגעסן.

באָרשט מיט סמעטענע Photo by Wikimedia Commons
צו הערן אַ רעקאָרדירונג פֿון דער דערציילונג גיט אַ קוועטש דאָ:
לכּבֿוד שבֿועות האָב איך איבערגעלייענט שלום־עליכמס דערציילונג „מילכיקס“ און שטאַרק הנאה געהאַט — נישט בלויז פֿון זײַן שמועסדיקן סטיל און הומאָר, נאָר אויך צוליב די אָן אַ שיעור וועגעטאַרישע מאכלים וואָס ער דערמאָנט.
כּדי איר זאָלט אויך קענען הנאה האָבן פֿון דער דערציילונג קענט איר אָדער הערן די רעקאָרדירונג דאָ אויבן אָדער אויסקלײַבן איינעם פֿון דרײַ סאָרטן טעקסטן:
- אויף כּלל־ייִדיש
- דעם אָריגינאַל, ווי שלום עליכם האָט עס אָנגעשריבן
- מיט לאַטײַנישע אותיות
אין דער מעשׂה רעכנט שלום עליכם אויס אַ צאָל וועגעטאַרישע מאכלים, וואָס ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע האָבן אַ מאָל געגעסן. כּדי אײַך גרינגער צו מאַכן דאָס לייענען, רעכענען מיר דאָ אויס אַ טייל פֿון די ווערטער מיט זייער טײַטש:
סיראָוועטקע = whey
באַלאַבעשקעס = קרעפּלעך געקאָכט אין וואַסער
טייגעכץ = קאַרטאָפֿל־ אָדער לאָקשן־קוגל
מנישקעס = צוואָרעך־לאַטקעס
צרות־קניידלעך = צוואָרעך־קניידלעך
קאַשניק = אַ קליין קאַשע־ אָדער רײַז־קוגעלע
ווערטוט = געבעקס אָפֿט געפֿילט מיט קעז
קאָרזש = אַ מין טאָרט אָדער קיכעלעך
מאַסליטשקענע קאַשע = קאַשע מיט פּוטער
ציקאָריע = chicory
פּלאָטװיצעס = gudgeon (נאָך אַ סאָרט פֿיש)
באָטווינע = אַ קאַלטע זופּ פֿון בוריקע־בלעטער
רעטשענע = קאַשע (buckwheat groats)
שלײַען = tench (אַ סאָרט פֿיש)
רויג = פֿיש־אייער (roe)
קאָרעשלעך = אַן אָרעמע מאָלצײַט, ווי שטיקעלעך ברויט
בײַ פֿיר פֿון די פּאָטראַוועס אין דער דערציילונג האָב איך אָבער נישט געפֿונען דעם טײַטש. אויב איינער פֿון אײַך ווייסט יאָ דעם טײַטש פֿון די ווערטער, שיקט מיר אַ בליצבריוול: [email protected]
מאַהינע
ראַזשענקע
שפּאַרן
אַ פֿריילעכן שבֿועות אײַך אַלעמען!