ציליע דראָפּקינס „באַגערן“ שילדערט דאָס אינטימע לעבן פֿון אַ פּאָרפֿאָלקCelia Dropkin’s “Desires” portrays the intimate life of a married couple
אַן אינטערװיו מיט דער פֿאָרשערין חנה נאָריך, װאָס האָט איבערגעזעצט דראָפּקינס אײנציקן ראָמאַן אױף ענגליש.

די הילע פֿון דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון ציליע דראָפּקינס ראָמאַן „באַגערן“ (2025) Photo by the Yiddish Book Center
דאָס איז איינער פֿון אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער סעריע.
לעצטנס בין איך געזעסן אין עולם בעת אַ פֿאָרשטעלונג פֿון „באַגערן“ (Desires), באַזירט אױף אַ נײַער איבערזעצונג פֿון ציליע דראָפּקינס אײנציקן ראָמאַן.
דראָפּקין איז באַרימט װי אַ פּאָעטעסע, װאָס האָט עפֿנטלעך באַשריבן דאָס עראָטישע לעבן פֿון פֿרױען. אױך אין איר ראָמאַן — װאָס מען האָט ביז לעצטנס זעלטן דערמאָנט — באַהאַנדלט זי דאָס געראַנגל צװישן װײַבערשע סעקסועלע און עמאָציאָנעלע באַדערפֿענישן.
איך האָב געכאַפּט אַ שמועס מיט חנה נאָריך (אַניטאַ נאָריטש), די חשובֿע פֿאָרשערין, װאָס האָט געפֿונען דעם ראָמאַן און אים איבערגעזעצט אױף ענגליש. דאָס בוך איז פּובליקירט געװאָרן דורכן ייִדישן ביכער־צענטער.
*****
שטערן׃ װי אַזױ און װוּ האָט איר אַנטפּלעקט דראָפּקינס ראָמאַן?
נאָריך׃ איך האָב זיך אָנגעשטױסן אין אים בעתן אױספֿאָרשן ייִדישע פּראָזע אָנגעשריבן פֿון פֿרױען. די נאָוועלע איז אַרױס אין 68 טעגלעכע המשכים אינעם פֿאָרװערטס צװישן מאַרץ און יוני 1934.
שטערן׃ װאָס איז דער סיפּור־המעשׂה (אָן צו פֿיל „ספּױלערס!“)?
נאָריך׃ דראָפּקין האָט עמיגרירט קײן ניו־יאָרק אין 1912, קומט די מעשׂה פֿאָר אין און אַרום ניו־יאָרק. זי באַשרײַבט אַ „ליבע־דרײַעק“ צװישן שירלי עלקין, שירליס מאַן סעם, און שירליס געליבטן, הערי. סעם איז שירלין גאָר טײַער, אָבער הערין האָט זי ליב מיט אַ לײַדנשאַפֿטלעכער פֿיזישער ליבע. סעם װערט געװױר אַז שירלי איז אים נישט געװען געטרײַ. די קאָנסעקװענצן דערפֿון, און װי אַזױ דער מצבֿ װירקט אױף זײער זיווג־לעבן, איז דער עיקר־המעשׂה.
שטערן׃ צי האָט דראָפּקין אויסגעטראַכט דעם טיטל „באַגערן?“
נאָריך׃ נײן, דער טיטל אינעם פֿאָרװערטס איז געװען „די צװײ געפֿילן׃ אַ ראָמאַן פֿון ייִדישן לעבן אין אַמעריקע.“ דראָפּקין באַשרײַבט שירליס „צװײ געפֿילן“ פֿון טיפֿער ליבשאַפֿט פֿאַר סעם און עראָטישער ליבע פֿאַר הערי, און אױך סעמס „צװײ געפֿילן“ פֿון ליבע פֿאַר שירלי און כּעס װעגן דעם חילול־הזיװג. אָבער אין דער אמתן זענען די דאָזיקע עמאָציעס פֿילזײַטיק. די פּערסאָנאַזשן ראַנגלען זיך מיט כּלערלײ בענקשאַפֿטן און תּאוות. לסוף האָב איך באַשלאָסן אַז „באַגערן“ טויג טאַקע.
שטערן׃ דראָפּקין האָט אױך אָנגעשריבן קורצע דערציילונגען בעת די 1930ער יאָרן. פֿאַר װאָס מײנט איר אַז זי האָט זיך אונטערגענומען שרײַבן פּראָזע?
נאָריך׃ בײַ ייִדישע פּאָעטן איז ניט געװען אומגעװײנטלעך צו שרײַבן פּראָזע אין די 1930ער און 1940ער יאָרן. פֿון אַ פּראַקטישן שטאַנדפּונקט האָבן צײַטונגען מער באַצאָלט פֿאַר פּראָזע. כ’מײן אױך אַז עטלעכע פּאָעטן האָבן געװאָלט אױסמאָלן אַ ברײטער בילד פֿון ייִדיש לעבן, און פּראָזע האָט זײ צוגעשטעלט נײַע מעגלעכקײטן.
שטערן׃ די מעשׂה איז אָנגעשריבן אױף ייִדיש, אָבער אױף װאָסער שפּראַך רעדן די פּערסאָנאַזשן, װאָס װױנען אין ניו־יאָרק?
נאָריך׃ ס’איז נישט אַלע מאָל קלאָר. מען דאַרף זיך משער זײַן אַז זײ רעדן אַ געמיש פֿון ייִדיש און ענגליש, געװענדט אינעם קאָנטעקסט. אַ מאָל שרײַבט דראָפּקין ענגלישע פֿראַזעס מיט ייִדישע אותיות, למשל „מאָנקי ביזנעס“ אָדער „יו אַר סמאַרט“. אָבער דאָס מײנט ניט אַז אַחוץ די פֿראַזעס רעדט מען אַלע מאָל ייִדיש. מסתּמא האָט דראָפּקין געהאַלטן די דאָזיקע פֿראַזעס פֿאַר טשיקאַװע. זי װײַזט אונדז אַ צװײ־שפּראַכיקע סבֿיבֿה, װוּ ייִדיש װערט אַלץ װײניקער די רעדשפּראַך אָבער ענגליש איז נאָך אַלץ אַ ביסל פֿרעמד.
שטערן׃ די עמאָציאָנעלע דראַמעס שפּילן זיך אױס אױפֿן פֿאָן פֿון אַ מאַטעריאַליסטישן און פֿאַרמעגלעכן שטײגער לעבן. צי קריטיקירט דראָפּקין ייִדישע װערטן אין ניו־יאָרק?
נאָריך׃ יאָ. אַ סך ייִדישע שרײַבער װאָס האָבן עמיגרירט פֿון אײראָפּע האָבן געהאַלטן דאָס אַמעריקאַנער ייִדיש לעבן פֿאַר פּוסט. אַװדאי איז דאָס דאָזיקע לעבן ניט געװען מאָנאָליטיש. אָבער אין אַלגעמײן האָט דראָפּקין באַמערקט מאַטעריאַליזם און גײַסטיקע לײדיקײט בײַ פֿאַרמעגלעכע ייִדן אין ניו־יאָרק.
שטערן׃ די סבֿיבֿה אינעם ראָמאַן איז אַ ייִדישע אױף װיפֿל די פּערסאָנאַזשן זענען ייִדן און רעדן ייִדיש. אָבער זײ װױנען צװישן ניט־ייִדן און פֿירן זיך אויף ווי זיי. למשל, זיי עסן שינקע און שענקען ניטל־מתּנות. אָבער בײַם סוף פֿונעם בוך באַנײַען שירלי און סעם זייער פֿאַרבינדונג מיט ייִדישקײט — סעם דורכן צוריקפֿאָרן אין זײַן הײם־שטעטל, און שירלי דורך אַ נײַער באַציִונג מיט איר פֿעטער הערש, אַ רבֿ און אַ צדיק. אַ פּנים שעפּן בײדע כּוח פֿונעם קאָנטאַקט מיטן ייִדיש לעבן. װאָס, לױט אײַך, האָט דראָפּקין געװאָלט זאָגן דערמיט?
נאָריך׃ ס’איז שװער צו גלײבן אַז זי לײגט פֿאָר אַן אומקער צו אַ טראַדיציאָנעל ייִדיש לעבן פֿאַר שירלי און סעם. אָבער די דאָזיקע פֿראַגע װאָלט איך פֿאַרבונדן מיט דער פֿריִערדיקער פֿראַגע װעגן דער פּוסטקײט פֿון ייִדיש לעבן אין ניו־יאָרק. אפֿשר קענען אַספּעקטן פֿון ייִדישקײט צושטעלן אַ גײַסטיק גערעם פֿאַר שירלי און סעם װאָס זײ האָבן פֿאַרלױרן בײַם אָננעמען מאַטעריאַליסטישע װערטן. דאָס הײסט, מען קען אַרױסנעמען אַ ייִד פֿונעם שטעטל, אָבער מען קען און דאַרף ניט אין גאַנצן אַרױסנעמען די ייִדישקײט פֿון אַ ייִד.
שטערן׃ דראָפּקינס מעלות װי אַ פּאָעטעסע זענען גוט באַקאַנט. האַלט איר זי פֿאַר אַ פֿעיִקער פּראָזע־מחברטע?
נאָריך׃ זי איז אַ טאַלאַנטירטע באַשרײַבערין פֿון פֿילזײַטיקע פּערסאָנאַזשן. זי מישפּט נישט שירלי, װאָס האָט געפֿירט אַ ליבע — עפּעס װאָס װאָלט דערשיטערט טײל לײענערס אין די 1930ער יאָרן. זי מישפּט אױך נישט סעם, אַ רעכטפֿאַרטיקער מענטש װאָס קען זײַן האַרב, אַפֿילו שלעכט. מיר זעען זײ דורך זײערע אױגן. די דאָזיקע „אינעװײניקײט“ שטימט מיט דראָפּקינס פּאָעטישע װערק, װאָס פֿאָרשן אױס מענטשישע לײַדנשאַפֿטן און סתּירות. דער ראָמאַן און די לידער דערגאַנצן איינער דעם צווייטן. צוזאַמען באַטרעפֿן זיי אַ גאַנץ בילד פֿון דראָפּקינס שאַפֿעריש לעבן.