ווידעאָ: דאָס טיפֿע אידעאָלאָגישע מחלוקת צווישן ייִוואָס גרינדערס VIDEO: The deep ideological disagreement between YIVO’s founders
די היסטאָריקערין צירל קוזניץ האָט באַשריבן יענעם קאָנפֿליקט — אויף ייִדיש — בעת דער הײַיאָריקער ייִוואָ־קאָנפֿערענץ.

צירל קוזניץ בעת איר רעפֿעראַט אויף דער ייִוואָ־קאָנפֿערענץ 2025 Courtesy of YIVO
ווען אַ גרופּע ייִדישע געלערנטע אין ווילנע האָט געגרינדעט דעם ייִוואָ (דעם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט) אין 1925 האָט געהערשט אַ ביטער מחלוקת צווישן זײַנע אַקטיוויסטן.
הגם ס׳רובֿ פֿון זיי זענען געווען אַקטיוו אין פּאָליטישע באַוועגונגען — מאַקס ווײַנרײַך איז למשל געווען אַ בונדיסט — האָט איין צד, מיט ווײַנרײַכן בראש, געהאַלטן אַז די אַרבעט בײַם ייִוואָ דאַרף בלײַבן אַ ריין אָביעקטיווע, און אַז זײַנע סטודענטן מוזן זיך אָפּזינדערן פֿון פּאָליטישע טעטיקייטן.
אַנדערע ייִוואָ־אַקטיוויסטן האָבן געהאַלטן פֿאַרקערט — אַז ייִוואָ האָט אַן אַחריות צו העלפֿן דעם לײַדנדיק פֿאָלק, און דער בעסטער אופֿן דאָס צו טאָן איז צו זײַן פּאָליטיש אַקטיוו.
אָט די טעמע איז בלויז איינע פֿון אַ גאַנצער ריי אינטערעסאַנטע פֿאַקטן וועגן ייִוואָס געשיכטע וואָס די היסטאָריקערין, צירל קוזניץ, האָט באַשריבן בעת איר רעפֿעראַט אויף דער עפֿענונג פֿון דער ייִוואָ־קאָנפֿערענץ.
דער פֿאַקט וואָס קוזניץ האָט דעם רעפֿעראַט געהאַלטן אויף ייִדיש האָט געגעבן דעם אָוונט נאָך מער חשיבֿות. דאָס איז געווען צום ערשטן מאָל במשך פֿון אַ סך יאָרן, וואָס די עפֿענונג־רעדע אויף דער ייִוואָ־קאָנפֿערענץ איז געווען אויף ייִדיש. פֿאַר די מענטשן אין עולם וואָס פֿאַרשטייען נישט קיין ייִדיש — צווישן זיי, די הײַיאָריקע סטודענטן פֿון דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם — איז איר רעפֿעראַט באַגלייט געוואָרן פֿון ענגלישע איבערקעפּלעך.
דער ווידעאָ פֿון איר רעפֿעראַט הייבט זיך אָן מיט אַ באַגריסונג פֿונעם ייִוואָ־דירעקטאָר דזשאָנאַטאַן ברענט און אַן אַרײַנפֿיר פֿונעם דירעקטאָר פֿון דער זומער־פּראָגראַם, דוד בראַון. קוזניץ הייבט אָן רעדן בײַ 8:26.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
