Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿידלערין זאָיִ אַקוואַ וועבט צונויף רומענישע און ייִדישע קולטורן אין נײַעם אַלבום Klezmer fiddler Zoe Aqua weaves Romanian and Jewish cultures together in new album

דעם טעכניק האָט זי זיך געלערנט דירעקט פֿון עלטערע פֿידלערס אין די שטעטלעך לעבן קלוזש, רומעניע

אױ רומעניע, רומעניע!  דער ייִדישער עולם װײסט אַז זי איז געװען אַ מאָל אַ לאַנד אַ זיסע, אַ שײנע. אָבער מיט איר נײַעם אַלבום In a Sea of Stars (אין אַ ים מיט שטערן) וואָס איז אַרױס דעם חודש פֿון אַדיאַראָפּע רעקאָרדס, אַנטפּלעקט די אַמעריקאַנער פֿידלערין זאָיִ אַקװאַ ניט נאָר די געשיכטע פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער רומעניע, נאָר אױכעט אַ שעפֿערישע וויזיע פֿונעם לאַנד װאָס בליט אױף װידער אַמאָל אין אונדזער פֿאַנטאַזיע מיט די האַרציקע קלאַנגען פֿון יִידישן קיום.

אַ געבױרענע אין דענװער, קאָלאָראַדאָ, איז אַקװע אַ כּלי-זמר בירושהאירע עלטערן זײַנען בײדע מוזיקער פֿונעם דור אמעריקאַנער ייִדן װאָס האָבן אױפֿגעלעבט די כּמעט פֿאַרגעסענע טראַדיציעס פֿון קלעזמערײַ און זיך באַמיט צו שאַפֿן פֿאַר זײ נײַע קאָנטעקסטן אינעם הײַנטיקן יִידישן לעבן אין אַמעריקע.

זאָיִ האָט ממשיך געװען מיט דער טעטיקײט פֿון דער משפּחה און איז אַ טײל געװאָרן פֿון דער שפּרודלדיקער ייִדישער מוזיקאַלישער סבֿיבֿה אין ניו־יאָרק, װוּ זי האָט געגרינדעט עטלעכע פּאָפּולערע כּלי-זמר קאַפּעליעס. צװישן דער חבֿרה מיטשפּילער אין אירע גרופּעס איז געװען מאַטיעס קאַופֿמאַן, אַן אַקאָרדעאָניסט אַן אױסגעבילדעטער אין טראַנסילװאַניע. דורך זײער צוזאַמענאַרבעט  האָט זאָיִ האָט צום ערשטן מאָל געהערט די קלאַנגען פֿונעם רומענישן פֿידל. די מוזיק איז געווען אי הײמיש צוליב דער נאָענטער פֿאַרבינדונג פֿון ייִדישע און רומענישע מוזיקער במשך פֿון דורות, אי פֿרעמד צוליב דער צעצװײַגונג פֿון די צװײ פֿעלקער און זײערע טראַדיציעס נאָכן חורבן. 

אַקװע איז געװען פֿאַרכאַפּט. מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער, אין זומער 2018, איז זי געשטאַנען מיט מאַטיעסן פֿאַר אַ קאַפּעליע רומענישע פֿידלער אין קאַלאָטאַצענטקיראַלײַ, אַ קאָמונע אין טראַנסילװאַניע װוּ יעדעס יאָר טרעפֿן זיך מוזיקער פֿון גאַנץ רומעניע אױף אַ װאָך צײַט צו שפּילן די אָרטיקע פֿידל־מוזיק.

„איך בין געשטאַנען װי פֿאַרגאַפֿט,“ האָט אַקװע געזאָגט וועגן דער ענערגישער קראַפֿט פֿון יענע רומענישע פֿידלער. „אין אונדזער אַמעריקאַנער כּלי־זמר סבֿיבֿה, האַלט מען דעם פֿידל פֿאַר אַ רויִקן, שטילן אינסטרומענט, אָבער דאָ האָבן זײ געשריגן אַזױ רעשיק און הױך, אַזױ באַלעבט! און ווי נאָר זײ האָבן אָנגעהױבן שפּילן האָבן די קאַפּעליעס במשך פֿון 5־6 שעה נישט אויפֿגעהערט צו שפּילן.  צוזאַמען מיט די טענצער װאָס האָבן זיך געדרײט אַרום זײ, האָט דאָס געמאַכט אַ געװאַלדיקן רושם אױף מיר.“

צװײ יאָר שפּעטער איז זאָי צוריק אין לאַנד, דאָס מאָל צוליב איר קריגן אַ פֿולברײַט־סטיפּענדיע אױף עטלעכע יאָר צו פֿאָרשן די אָרטיקע פֿידל־מוזיק. זאָיִ האָט זיך געקענט פֿאַרטיפֿן אין די טראַדיציעס, לערנענדיק דירעקט פֿון עלטערע פֿידלערס אין די שטעטלעך אַרום קלוזש. בײַ זיי האָט זי זיך אויסגעלערנט סײַ די טעכניק, סײַ דעם קולטורעלן קאָנטעקסט פֿון זייער מוזיק און טענץ.

פֿאַרן חורבן איז צפֿון־רומעניע געװען אַ צענטער פֿון יִידישן קולטורעלן לעבן. כּלי־זמרים האָבן געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין דער דעמאָלטיקער מוזיקאַלישער סבֿיבֿה, צוזאַמען מיט ראָמאַ (צעגײַנער), רומענער און אונגערן צוגלײַך. די ייִדישע געשיכטע איז װײניק געקומען צו רײד בײַ אירע לערער. װי אַלע אַנדערע אויסלענדישע געסט, האָט זאָיִ זיי געמוזט ווײַזן אַז זי איז אַ פֿעיִקע פֿידלערין און אַן איבערגעגעבענע סטודענטקע פֿון דער טראַדיציע. גלײַך װי אין די אַלטע פֿאַרלאָזטע היסטאָרישע שולן װאָס זאָיִ האָט באַזוכט אין צפֿון־רומעניע, האָט דאָ געהערשט אַ בפֿירושע שטילקייט און פּוסטקייט אין די קולטורעלע ערטער, װוּ די ייִדישע שעפֿערישקײט האָט אַ מאָל געבליט. די אַלטע שול אין ביסטריצע (Bistrița) איז געשטאַנען װי אַ סימבאָל פֿון דער אַמאָליקער לעבעדיקער קהילה. רעסטאַװרירט דורך דער ניט־ייִדישער באַפֿעלקערונג צו דינען װי אַ קאָנצערט־זאַל פֿאַר קלאַסישער מוזיק, איז דער נײַ געקאַלכטער בנין אינעװײניק געווען אין גאַנצן װײַס און אױסגעלײדיקט — אָן בענקלעך, אָן ביכער, אָן מענטשן, װי אַ גוף אָן אַ נשמה.

„אין די אַלטע אױסגעלײדיקטע שולן הערשט אַ געװיסער געמיט װאָס איז ניט אױסצומײַדן,“ האָט זאָיִ געזאָגט. „עס װירקט אױף איטלעכן אױף אַ פֿאַרשידענעם אופֿן… בײַ מיר איז דאָס געפֿיל לאַװ־דװקא געװען טרױער, נאָר גיכער אַ חשק אַז מע זאָל די שולן װידער אויפֿלעבט מיט אַן עולם. ס׳איז מיר אַרײַן אין זינען דער קלאַנג פֿון די פֿידל־קאַפּעליעס, און װי קרעפֿטיק און לעבעדיק זיי שפּילן.“

מיט די נײַע מוזיקאַלישע טעכניקן װאָס זאָיִ האָט זיך אױסגעלערנט אין טראַנסילװאַניע, האָט זי זיך גענומען שאַפֿן אַ קינסטלערישע קאָנטראַפּונקט צו דער אימהדיקער שטילקײט. זי האָט קאָמפּאָנירט נײַע מעלאָדיעס װאָס שטימען מיט די שטרענגע פֿאָדערונגען פֿון דער רומענישער טראַדיציע און גלײַכצײַטיק אַרײַנגעפֿלאָכטן איר אייגענע דערפֿאַרונג און אידענטיטעט װי אַ יִידישע מוזיקערין. דערנאָך האָט זי באַאַרבעט די מעלאָדיעס מיט רומענישע מיטשפּילער. זאָיִ האָט צוגעשטעלט די ניגונים און איר קאַפּעליע האָט זײ צוגעפּאַסט צו די ריטעמס פֿון פּולסירנדיקע רומענישע טענץ װאָס זײַנען זײ הײמיש. זײ האָבן בריהש צונױפֿגעפּאַסט עלעמענטן פֿון זײערע מוזיקאַלישע אָפּשטאַמען, גלײַך װי די כּלי־זמרים און רומינישע פֿידלער האָבן געטאָן במשך פֿון דורות פֿאַר דער מלחמה.

די פּרעכטיקע קאָמפּאָזיציאָס װאָס זײַנען אַרױס פֿון דעם פּראָצעס װאָלט מען געקענט פֿאַררעכענען פֿאַר אַ נײַעם מין יִידיש־רומענישער פֿאָלקסמוזיק, װאָס שפּיגלט אָפּ סײַ די נאָכמלחמהדיקע אַנטװיקלונג אין טראַנסילװאַניע, סײַ די מוזיקאַלישע נטיות פֿון דער יִידישער כּלי־זמר באַװעגונג זינט די 1970יקער יאָרן אין אַמעריקע.

דעם פֿאַרגאַגענעם זומער זײַנען די קאָמפּאָזיציעס געװען גרײט, האָט זאָיִ שוין געקענט אָרגאַניזירן קאָנצערטן צו באַלעבן די שטומע בינעס אין די אַלטע שולן.

אין דער אָפּגעלאָזטער שול אין ביסטריצע איז דער קאָנצערט טאַקע געגאַנגען װי אױף רעדער. „כּמעט די גאַנצע באַפֿעלקערונג פֿון שטעטל איז געקומען,“ האָט זי געזאָגט. „מע האָט געדאַרפֿט אַרײַנשלעפּן נאָך בענקלעך פֿונעם דערבײַיִקן פּאַרק. די גאַנצע שול האָט װיברירט מיט דער מוזיק, װאָס איז געשטױגן אַזש צו דער סטעליע און שיִער נישט אָפּגעטרייסלט  דעם שטױב פֿון די באַלקנס.“

כּדי די ליבהאָבער פֿון כּלי־זמר־מוזיק מחוץ רומעניע זאָלן אויך הנאה האָבן, האָט זאָיִ פֿאַרזיכערט אַז מע זאָל אַלע קאָנצערטן פֿילמירן און רעקאָרדירן. די רעקאָרדירונגען פֿון דער קאָנצערט־סעריע, בפֿרט די פֿון דער אַלטער שול אין סאַטמער, קען יעדער איצט אױסהערן און אַראָפּלאָדן פֿונעם װעבזײַטל פֿון אַדיאַראָפּע רעקאָרדס. די װידעאָס פֿון די קאָנצערטן קען מען געפֿינען אױף זאָיִס יִוטוב קאַנאַל.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.