ווידעאָ: יוטוב־פּערזענלעכקייט רעדט אויף ייִדיש וועגן אַ משפּחה־טראַגעדיעVIDEO: Youtube personality speaks in Yiddish about a tragedy in the family
מאַטי מענדלאָוויטשעס ברודער, וואָס האָט יאָרן לאַנג געליטן פֿון דעפּרעסיע, האָט הײַיאָר זיך גענומען דאָס לעבן.

מאַטי מענדלאָוויטש באַשרײַבט ווי צו וויסן ווען דער פּסיכישער געזונט־מצבֿ פֿון אַ נאָענטן מענטשן גייט באַרג־אַראָפּ Courtesy of Matty Mendlowitz
שוין עטלעכע יאָר קען מען אויף יוטוב זען אַ ברייטע גאַמע פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע ווידעאָס געפֿירט פֿון אַ יונגער פֿרוי, וואָס רעדט חסידיש ייִדיש.
דאָס איז מאַטי מענדלאָוויטש, אַ 23־יאָריקע ענטוזיאַסטקע פֿון מאַמע־לשון וואָס איז דערצויגן געוואָרן אין די סאַטמערער קרײַזן פֿון ניו־יאָרק.
מיט אַ חודש צוריק האָט מענדלאָוויטש אָבער אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ פֿון אַ גאָר אַנדער מין: וועגן דער שווערער דעפּרעסיע וואָס איר ייִנגערער ברודער שמעון האָט געליטן יאָרן לאַנג, ביז ער האָט אין פֿעברואַר זיך גענומען דאָס לעבן צו 15 יאָר.
מענדלאָוויטש זאָגט אַז זי האָט באַשלאָסן עפֿנטלעך צו רעדן וועגן דער שווערער טעמע, כּדי צו העלפֿן די נאָענטע קרובֿים און פֿרײַנד פֿון אַנדערע דעפּרימירטע לײַט זיי בעסער צו פֿאַרשטיין און העלפֿן. זי גיט צו אַז זי איז נישט קיין פּראָפֿעסיאָנאַל און רעדט בלויז ווי איינע וואָס האָט אַליין פֿאַרלוירן אַ ברודער צוליב דעפּרעסיע. דערבײַ גיט זי צו דיגיטאַלישע פֿאַרבינדונגען צו אָרגאַניזאַציעס וואָס באַדינען יאָ די גײַסטיק קראַנקע און זייערע משפּחות.
בעת אַ שמועס מיט מענדלאָוויטש האָב איך זיך דערוווּסט אַז זי האָט אָנגעהויבן אַרויסלאָזן ייִדישע ווידעאָס אויף יוטוב בײַ 19 יאָר. צו ערשט האָט זי פּראָדוצירט ייִדישע איבערזעצונגען פֿון ענגלישע לידער פֿון פּאָפּולערע אַנימאַציע־פֿילמען ווי Frozen („פֿאַרפֿרוירן“), „טאַרזאַן“ און The Lion King.
הײַנט גיט זי אויך קורצע ייִדיש־לעקציעס, אַזוי ווי איין קאַפּיטל וווּ זי זאָגט אַז דאָס רעדן ייִדיש קלינגט מער נאַטירלעך ווען מע קאָמבינירט דעם פּראָנאָם מיטן ווערב, ווי למשל זאָגן „כ’לויף“ אַנשטאָט „איך לויף“.
איין זאַך וואָס מע זעט בײַ אַלע אירע ווידעאָס איז, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַמעריקאַנער חסידים וואָס מישן אַרײַן אַ סך ענגלישע ווערטער אין זייער ייִדיש, זענען מענדלאָוויצעס ווידעאָס אין גאַנצן אויף ייִדיש. דאָס טוט זי בכּיוון. „איך וויל נישט זען אַז ייִדיש פֿאַרשווינדט צוליב אַזוי פֿיל ענגליש,“ האָט זי געזאָגט.
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
